בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:10 am
דורך בעל דרשן
שטארקע ווערטער האט רבי שאול גערעדט איבער מוחל זיין א צווייטן
רבי שאול איז א מנהיג מיט אלע מפרשים די וואס דרייען זיך ביי אים האבן א זכיה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:40 am
דורך ליב צו וויסן
חסיד פון ליטא האט געשריבן:
אויך איז עס אביסל איינזייטיג, טראץ וואס ר' שאול איז נישט מחוייב זיך צו לאזן רייטן און האט אלע רעכטן, וואלט געווען מער ניחא צו הערן פון א באזעסענעם גערער וואס זיין צד איז, איך בין זיכער אז זיי האבן אויך עפעס אריינצוזאגן.
כאטש הערן 2 זייטן איז אלס א גוטע זאך, איז דא אבער כלל נישט קיין געווענדליכע מחלוקה.
ווען 2 זייטן שלאגן זיך אויף עפעס איז הערן ביידע זייטן א Must.
דא רעדט מען אבער אז ראובן וויל אנטלויפן פון שמעון און שמעון שלאגט אים דערפאר (זיי פארלאנגען דאך נישט נכסי גור), אין אזא פאל איז נארמאל אז וואוילע מענטשן זאלן זיין איינזייטיג.....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 1:14 pm
דורך בעל דרשן
און די וועג ווי אזוי ער באהאנדלט די מחלוקות איז צום שעצן !
זיי האבן געעפענט א קהילה און מדערגייט זיי די יארן ער וואלט געקענט אפמאכן אז ער הייסט גור און זיך רופן רבי ווי אנדערע האבן געטון
אבער ער זיכט דעס נישט ער זיכט די אמת זיין נאנט צום באשעפער
די דור האט א זכיה צו האבן אזא אדם הגדול בענקים צווישן אונז
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2021 11:59 pm
דורך פאליטיקאנט
ווי אסאך האבן דא באמערקט, פילט זיך די ארטיקל צוערשט אביסל איינזייטיג לטובת ר' שאול.
אבער נאכן אריינטראכטן איז דאס טאקע די פשוטע מציאות! גארנישט איינזייטיגקייט, בלויזע פאקטן. גור האט ממש גארנישט זיך צו פארענטפערן.
[כ'האב עס דורכגעשמועסט מיט א (אויבנאויף גאנץ קלוגע) גורער אינגערמאן און חוץ פון איבערקייען אז ר' שאול איז אן אפיקורס און א מסית ומדיח, האט ער גארנישט געהאט צוצולייגן.]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:22 am
דורך יאסל ראקאווער
איך קען זייער קלוגע גערע און זייער ענטפער איז די זעלבע, ווען איך האב אימיצען געגעבן די וועקער האט ער מיר גערופען מיט די גאנצע תמימות אז ספיעלט ווי די גוטע משכילישע שרייבערס. וויאזוי זאל ער עס אנעמען אויב זיין זיידע איז נאר א איד ווייל ער האט נישט אנגענומען די משכילישע טענות.
איך האב דערמאנט "פארגעס נישט די גער/קאצקער ווארט אז קורח איז געווען א גרויסע רבי".
אבער ער האט מיר דערמאנט ווי שווער סאיז צו זיין א מבקש אמת ווען מ'איז אויפגעצויגן און א 'קאלט'. א moment of reflection
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האלט אויך אז דאס איז א קורח ועדתו סיטיועישן, די שאלה איז נאר ווער איז דער משה און ווער איז דער קורח. ווען דער היינטיגער רבי האט אנגעדרייט בחיו פון זיין פעטער איז ער מעגליך געווען א קורח? ווען ער האט געפירט צום פארשפארונג פון די ישיבות איז ער אפשר געווען א ירבעם בן נבט? ווען די היציגע חברה גייען אונטער זיין אויפזיכט זיך איינברעכן אין דירות און צו׳מקל׳ען מענטשן איז ער אפשר אן עשו מיט אליפז? (און געדענקט אויך אז עשו איז געווען א גרויסע רבי מיט א ווייסע בעקישע כידוע) נעה, דאס נישט, אבער רבי שאול איז א קורח בלי שום ספק, נאר וואס דען?
מיט אזעלכע קורחס ווער דארף נאך משהס? מיט אזעלכע משכילים ווער דארף נאך פרומע אידן? והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע, ובזוהר דא יפקון מן גלותא ברחמי.
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:42 pm
דורך דרויסענדער
חתם סופר האט געשריבן:גראדע האב איך געזעהן ארומפארן אין וואטסעפפ/טעלעגרעם א PDF סקען פון די ר' שאול ארטיקעל. איך מיין אז ס'איז מענטשליך אז ווער ס'האט עס און האט הנאה זאל אויך קויפן און באצאלן פאר עס פינקט ווי איינער וואס הערט א גע'גנבעטע סידי.
וואס איז טאקע פשט? וויאזוי איז מעגליך אז ס'איז דא אן אפיצילע PDF (כ'רעד נישט פון אריינגעסקענט) פונעם ארטיקל?
אויב דער וועקער האט עס אפיציעל ארויסגעלייגט איז דאך נישט קיין פראגע פון גניבה, און אויב נישט, וויאזוי טאקע פארט עס ארום?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
דרויסענדער האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:גראדע האב איך געזעהן ארומפארן אין וואטסעפפ/טעלעגרעם א PDF סקען פון די ר' שאול ארטיקעל. איך מיין אז ס'איז מענטשליך אז ווער ס'האט עס און האט הנאה זאל אויך קויפן און באצאלן פאר עס פינקט ווי איינער וואס הערט א גע'גנבעטע סידי.
וואס איז טאקע פשט? וויאזוי איז מעגליך אז ס'איז דא אן אפיצילע PDF (כ'רעד נישט פון אריינגעסקענט) פונעם ארטיקל?
אויב דער וועקער האט עס אפיציעל ארויסגעלייגט איז דאך נישט קיין פראגע פון גניבה, און אויב נישט, וויאזוי טאקע פארט עס ארום?
כ'האב נאר געזעהן א סקען נישט א אפיציעלע
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:26 pm
דורך דרויסענדער
חתם סופר האט געשריבן:דרויסענדער האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:גראדע האב איך געזעהן ארומפארן אין וואטסעפפ/טעלעגרעם א PDF סקען פון די ר' שאול ארטיקעל. איך מיין אז ס'איז מענטשליך אז ווער ס'האט עס און האט הנאה זאל אויך קויפן און באצאלן פאר עס פינקט ווי איינער וואס הערט א גע'גנבעטע סידי.
וואס איז טאקע פשט? וויאזוי איז מעגליך אז ס'איז דא אן אפיצילע PDF (כ'רעד נישט פון אריינגעסקענט) פונעם ארטיקל?
אויב דער וועקער האט עס אפיציעל ארויסגעלייגט איז דאך נישט קיין פראגע פון גניבה, און אויב נישט, וויאזוי טאקע פארט עס ארום?
כ'האב נאר געזעהן א סקען נישט א אפיציעלע
זאג איך, אז איך האב יא געזען א קלארע ארידזשינעל PDF. ס'קען איז לכאורה דא פון די גאנצע אויך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:54 pm
דורך תפוח
דרויסענדער האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:דרויסענדער האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:גראדע האב איך געזעהן ארומפארן אין וואטסעפפ/טעלעגרעם א PDF סקען פון די ר' שאול ארטיקעל. איך מיין אז ס'איז מענטשליך אז ווער ס'האט עס און האט הנאה זאל אויך קויפן און באצאלן פאר עס פינקט ווי איינער וואס הערט א גע'גנבעטע סידי.
וואס איז טאקע פשט? וויאזוי איז מעגליך אז ס'איז דא אן אפיצילע PDF (כ'רעד נישט פון אריינגעסקענט) פונעם ארטיקל?
אויב דער וועקער האט עס אפיציעל ארויסגעלייגט איז דאך נישט קיין פראגע פון גניבה, און אויב נישט, וויאזוי טאקע פארט עס ארום?
כ'האב נאר געזעהן א סקען נישט א אפיציעלע
זאג איך, אז איך האב יא געזען א קלארע ארידזשינעל PDF. ס'קען איז לכאורה דא פון די גאנצע אויך.
יא, איך האב אויך געזעהן א קלארער PDF.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:04 pm
דורך הוגה
[justify]די ארטיקל איז זייער אינפארמאטיוו און שפירט זיך זייער מקיפ'דיג, טראץ דעם וואס עס איז קלאר נאר די ראשי פרקים און לאזט אויס א סאך דעטאלן.
עס איז מיר א חידוש אז די שרייבער רייסן ארונטער דעם פאקט אז רבנים וראשי ישיבה האבן איינגענומען א שטיל שווייגעניש, ווען ס'נישט אינגאנצן אזוי. ערשטענס, עס איז ביי מיר א דבר פשוט אז די שארפע דרשה פון רבי מאטל זילבער שליט"א (דערמאנט אין אן אנדערע טייל פון דער וועקער) האט זיכער געצילט דעם גור'ער רבי. הערט עס איבער (נאכן ליינען דעם וועקער) וועט איר זעהן אז ער רירט אן די הויפט טעזע פון די דאזיגע באשרייבונג. דערנאך איז דא דער בעלזער רב שליט"א וואס זיינע מעשים זענען louder ווי סיי וואספארע מחאות. די זעלבע איז מיט אנדערע א שטייגער ווי הרב דוב לנדא, אמשינובער רבי ועוד. זענען דא רביס/רבנים וואס טוען נישט גענוג? יא. אבער דאס הייסט נישט" גארנישט".
.[/justify]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:40 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך האב געזען א פי די עף, איך האב דעם פייל ביי מיר. ס'איז דא און ס'דרייט זיך ארום.
אויב עס איז אויסגעהאלטן, קען איך עס ארויסלייגן אהער. פון וועמען דארף מען רשות?
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:00 am
דורך מאנטריאל
אויכעט דאס אז מען האט צאמגענומען פופציק טויזנט נתינות דאס איז די גרעסטע מחאה וואס קען נאר זיין
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 10:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געקויפט דעם וועקער טאקע נאר צוליב דעם דאזיגן ארטיקל און שטארק הנאה געהאט, עס האט מיר געשאנקען א בליק אריין קיין גור וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען. איך וויל זיך באדאנקען פאר די שרייבערס.
אויף א גרויס חלק פון די וועקער האב איך ערנסטע הערות, האפענטליך נאך יו"ט וועל איך האבן צייט צו שרייבן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 11:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זעהט זיך אויס אז חרדיש האט אפאר דעפינישנס.
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 10:46 pm
דורך תוהו ובוהו
ערשטענס א דאנק פאר די שרייבער פאר אזא שיינע ארומנעמנדע ארטיקל, ס'זעהט זיך אן די ארבעט וואס מ'האט אריינגעלייגט.
דאס ארטיקל איז לדעתי א היפש איינזייטיגע אנאליז לטובת ר' שאול, וואס איז לאו דווקא א חסרון ווייל ס'איז דאך אן 'אנאליז', און נישט קיין וויקיפידיע פעידזש ווי מ'מעג נאר שרייבן אן איבערגעוויזענע פאקט, און די שרייבער טוען עס טאקע אנאליזירן אויף א געוויסע וועג, אבער אסאך 'ראיות' און 'אנעקדאטן' לערנט דער שרייבער עס אפ אין א געוויסע ליכט, וואס איז לאו דווקא אזוי, לדוגמא די סיבה אונטער דאס אפשטעלן עיון אין די ישיבות, ווי אויך למשל די ראיה אז די פני מנחם זאל האבן געשריבן דעם הסכם ''אונטער דרוק שלא ברצונו'', פון דעם אז די צווייטע האלב איז וויייניגער קלאר.
איין הערה, דאס וואס זיי שרייבן אז אינעם 'הסכם' ווערט נאר אויסגערעכנט ר' יענקל אלתר'ס קינדער און נישט אלע לב שמחה'ס אייניקלעך איז לכאורה נישט ריכטיג, עס ווערט אויך דערמאנט ר' נחמי' מאנדל, וואס דאס מיינט אז אלע אור-פלומעניקס ווערן דערמאנט.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 8:34 pm
דורך קאצקע ציקער
פארוואס דארף מען רעדן פון די אמרי אמת'ס מצב רוח נאכן קריג ? וואס האט עס מיט די גאנצע פרשה?
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס דארף מען פרעגן פארוואס מ׳דארף רעדן איבער וכו׳?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:49 am
דורך [NAMELESS]
דער וועקער האט געשריבן:לייענט, און טיילט מיט מיט אייערע פריינט.
https://tlgur.com/d/GENVw9pg
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:27 am
דורך מיסטעריע
חתם סופר האט געשריבן:אזוי ווי איך זעה נאך נישט קיין אשכול פאר די ארטיקל אינעם
וועקער "וילך שאול ואנשיו" וועגן די שפאלט אין גער נעם איך די מיה עס אליינס צו עפענען.
איך בין זייער זייער ווייניג באקאנט מיט גער און איך קען זאגן אז חוץ די נעמען "ר' שאול" און "ר' יעקב אלתר" האב איך גארנישט געוואוסט. די ארטיקעל האט מיר געגעבן א זייער ברייטע בליק אויף די היסטאריע פון גער און אלעס ארום, די די טייפ רבי'ס וואס אלע פריערדיגע רבי'ס זענען געווען אנגעפאנגען פון דעם אמרי אמת, בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, דער יעצטיגע רבי שליט"א און ר' שאול. באמת א גאר גוטע ארבייט מיט זייערע אסאך דעטאלן.
איין טענה וואס איך האב אז עס האט געפילט צו איינזייטיג לטובת ר' שאול. למשל, די ארטיקל טענה'ט אז ס'איז בזיונות אז אין די אפמאך האט דער פני מנחם אויסגערעכענט די נעמען פון די היינטיגע רבי'ס קינדער אז ער וועט זיי דארפען געבן כבוד, אבער נישט די אייגענע קינדער. איך מיין אז ס'איז פשוט וואס יעדער פארשטייט אז דער פרי מנחם - וואס ער איז דער רבי, גייען זיינע קינדער באקומען כבוד. ס'איז נאר בנוגע די קינדער פון ר' יעקב ארי' וואס מ'האט געדארפט זיך אויסנעמען.
די זעלבע זאך ווינדער איך מיר אויב דער פני מנחם האט בכלל איינגעהאלטן די אפמאך. נאך אלעם זעען מיר אז ער האט געשטעלט זיין זוהן ר' שאול אלס ראש ישיבה פון שפת אמת. האט ער אויך געגעבן בכבוד'דיגע פאסטענעס פאר די קינדער פון ר' יעקב ארי'?
די ארטיקל שרייבט צווישן די שורות אז דער היינטיגע רבי האט בשעת דער פני מנחם איז געוועהן רבי געפירט א אייגענע ווירטשאפט, כאטש זיין פעטער איז געוועהן רבי. איך בין זיכער אז די גערע טענה'ן די זעלבע זאך קעגן ר' שאול, נישט פון יעצט נאר פון אלע יאהרן. און קעגן ר' שאול איז עס א גרעסערע טענה, ווייל ער דארף בכלל נישט זיין רבי נעקסט, משא"כ ר' יעקב ארי' האט סיי ווי געדארפט זיין רבי נאכ'ן פני מנחם.
בקיצור, איך וויל זאגן א ישר כח פאר די שרייבער'ס פונעם ארטיקל (פיר שרייבער'ס!) פאר'ן צאמנעמען אזויפיל מאטריאל און מיך געבן אזא ברייטע בליק. אזוי אויך די צענדליגע בילדער און צענדליגע הערות וואס גייען נאך אריין טיפער אין די זאך.
א גרויסע ישר כח פאר די ארטיקל, ארויסגעברענגט אלע צדדים, אבער די ארטיקל פארפעלט צו ענדיגן מיט חסידות גור דא אין אמעריקא, די שטארקייט פון רבי שאול דאהי און ווי דער רבי טוהט אנזייען טעראר.
למעשה פארוועם קערט לעגאל די בנין .........
* תלמוד תורה יגדיל תורה
* ישיבה אין די בעק פון תלמוד תורה אויף אלד ניו יוטרעקט
* מתיבתא אויף זעכצנטע עוועניו
* מיידל סקול אויף ניינצעטע עוועניו
Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:23 am
דורך טאמבל סאס
אדורכגעלייענט מיט איין אטעם. סופערב און סאליד סטאףף. אן אדורכנעמנדע איבערזיכט. געוואלדיג!!
Sent from my SM-G973F using Tapatalk