בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 3:45 pm
דורך berlbalaguleh
ועוד: ס'איז אפשר אזוי ווי די מעשה מיט דעם רעבין'ס קוה. כ'האב עס שוין עטליכע מאל דערציילט. מ'איז אמאל שבת אינדערפריה געקומען צו לויפן אין ביהמ"ד דערציילן אז א קוה איז אריינגעפאללן אין א ברונעם. האט מען געפרעגט דעם רב א שאלה אויב מ'מעג ארויסשלעפן די קוה פון די ברונע. האט דער רב געזאגט..."זיכער נישט"...! שפעטער קומט איינער צו לויפן און ער זאגט אז ס'איז דעם רעבין'ס קוה וואס איז אריינגעפאללן. האט די רעבע געזאגט..."שאני"... דאס איז שוין עפעס אנדערש. און מ'מעג...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 4:16 pm
דורך אישתישבי
איינער ווייסט וויאזוי די שבת עליוועיטערס ארבעטען?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 5:05 pm
דורך צפור בודד
ווען סאטמארע חסידים האבן געדארפט האבן וואו צו וואוינען און מ'האט געבויעט די הויכע פראדזעקטס אין די 60'יגע יארן האט דער רבי זי"ע שוין געוואוסט וואו איין און וואו אויס. מי יגלה עפר...?
Satmar on Shabbos elevators.jpg
פון A Fortress in Brooklyn by Nathaniel Deutsch and Michael Casper
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: יא. זייער פשוט. ס'איז איינגעשטעלט אז די עלעוועיטארס ארבעטן אינגאנצן פון זיך אליין. אן קיין מענטשליכע הילף. אזוי ווי דרוקן א קנעפל פאר די דירעקציע אדער אויפמאכן און צו מאכן די טירן. אלעס גייט פון זיך אליינס. די עלעוועיטאר סטאפט ביי א יעדע פלאהר. און די טירן מאכן זיך אויף און פארמאכן זיך פון זיך אליין...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: יא. זייער פשוט. ס'איז איינגעשטעלט אז די עלעוועיטארס ארבעטן אינגאנצן פון זיך אליין. אן קיין מענטשליכע הילף. אזוי ווי דרוקן א קנעפל פאר די דירעקציע אדער אויפמאכן און צו מאכן די טירן. אלעס גייט פון זיך אליינס. די עלעוועיטאר סטאפט ביי א יעדע פלאהר. און די טירן מאכן זיך אויף און פארמאכן זיך פון זיך אליין...!
איך פארשטיי די שאלה איז געוואנדן אויב דער עלעוועיטאר ארבעט מיט עלעקטריק וואס די וואג פין די מענטשן וואס גייען אריין מאכט אז דער מאשין זאל ארבעטן שווערער, וואס דענמאלס קען זיין אז מאיז אן גורם, צי דער עלעוועיטאר ארבעט מיט ליפט אזווי די מאשין וואס מניצט צי פארמאכן די דאך פין די געבויטע סוכה וואס מניצט איבעראל,
נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם אז די טיר האלט זיך ביים פארמאכן אין איינער קימט אריין עפענט זיך עס צוריק אויף אדאנק אים, וואס דאס קען מען גרינג מתקן זיין מיטן מאכן א רינגער זאל קלינגען אדער א סיין העכערן טיר וואס זאל זאגן אז יעצט טאר מען שוין נישט אריינקומען, פין 5 סעקונדען פאר די טיר מאכט זיך צי, אזוי וועט שוין נישט זיין דער פראבלעם אז איינער וועט אריינקימען ווען דער טיר האלט זיך ביין פארמאכן,
בינעך נייגעריג ווער פין די רבנים האסורים האט דורךגעטאן די טעכניק פין די עלעוועיטרס, אין צי וואס פעלט אויס דאס אסרן אינגאנצן, וואלט נישט בעסער געווען אז משרייבט א שטארקע ק"ק אז יעדער שבת עליוועיטער מיז האבן אן השגחה פין אן אנגענומענע רב??
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:06 pm
דורך הקטן
מיר ליגט אין קאפ דאס ר' מאטעלע האט געהאט אזא עלעוועטער וואס איז געפארן אויף ליפט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בינעך נייגעריג ווער פין די רבנים האסורים האט דורךגעטאן די טעכניק פין די עלעוועיטרס, אין צי וואס פעלט אויס דאס אסרן אינגאנצן, וואלט נישט בעסער געווען אז משרייבט א שטארקע ק"ק אז יעדער שבת עליוועיטער מיז האבן אן השגחה פין אן אנגענומענע רב??
איך קען הערן ס'דא רבנים וואס האלטן ס'איז אסור אין יעדן פאל
(וואו ר' משה מיטן שבת זייגער)
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:11 pm
דורך תוהו ובוהו
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך פארשטיי די שאלה איז געוואנדן אויב דער עלעוועיטאר ארבעט מיט עלעקטריק וואס די וואג פין די מענטשן וואס גייען אריין מאכט אז דער מאשין זאל ארבעטן שווערער, וואס דענמאלס קען זיין אז מאיז אן גורם
איך מיין אז די עלעוועיטער דארט ארבעט מיט עלעקטריק אבער פארקערט דהיינו ס'געט אנפאנג פאוער פאר די מאקסימום וואג און ווען די סיסטעם כאפט אז ס'איז דא ווייניגער נידערט ער די קראפט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:28 pm
דורך לייבל שטילער
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:51 am
דורך [NAMELESS]
לייבל שטילער האט געשריבן:די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
די תירוץ איז, מי יודע מה יצא מזה...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:54 am
דורך הקטן
לייבל שטילער האט געשריבן:די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 8:34 am
דורך מצפצף
הקטן האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."
ענטפער דו!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 8:41 am
דורך לייבל שטילער
זייער פשוט, בשלמא אז די רבי זאל האבן גענוג א גרויסע סוכה אז אלע טויזנטע חסידים זאלן פיטען אוו קענען קלאטשען אויף די פארענטשעס - דאס איז דאך א צורך גדול, נו, קען מען מקיל זיין.
אבער אז א אידישע פרוי מיט 7 קינדער און א דאבל קערידזש זאל זיך דארפן ארויפשלעפן מיט די שטיגן 8 שטאק - דאס איז נישט קיין צורך און מ'דארף מוחה זיין.
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 8:58 am
דורך תוהו ובוהו
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה"
מיר איז זייער אינטערסאנט (נישט ציניש בכלל) צו סיי ווער פון די חותמים האט געטראכט פאר א רגע ''מה יצמח מקול קורא זה''
די רבנים וואס זענען זייער קריעיטיוו אין אויסטרעפן כל מיני חששות אנצוכאפן אידישקייט ביים קארג ס'זאל חלילה נישט ארויסגליטשן פון אונטער די הענט.., איז זיי אמאל בייגעפאלן א מער ריאליסטישע חשש אז זייערע ווערטער ווערן א ליצנות דורך אזעלכע צעטליך.., און לאמיר זאגן אז ער וויל זיינע ווערטער זאל ווערן אנגענומען מיט עפעס ערענסקייט ווען ער אסר'ט 'לעיס פראנט שייטלעך' דאן זאל ער נישט ארויסקומען קעגן 'שירים ושיעורים', אז ער וויל לאזן געוויכט פאר זיינע ווערטער קעגן 'ע''ז שייטלעך' זאל ער נישט נאכטאנצן א ק''ק קעגן 'שמואל ניימאן'.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 9:24 am
דורך הקטן
מצפצף האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."
ענטפער דו!
איך בין אזא מחותן וואו לייבל צי ענפערען - איך מאך אבער נישט קיין עסאמשענס
קיינער האט אים נישט געזאגן די היתר ביים סוכה איז צורך גדול וכו'
אגב, די סוכה-שלעק פין וואס לייבל רעדט איז געווען ביי עמך אידן אסך פאר ס'האט געלנדעט אין עפעס א רבי'שע הויף.
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה"
עם, וואס קענען זיי מיינען????
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 10:48 am
דורך מפיל קינד
נישטא קיין עלעוועיטאר וואס ארבעט מיט לופט גענוי ווי די סוכה שלאק. אלע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק.
די עלעוועיטאר פון וויזניצע רבי האט מען געדארפט דרייען די שטריק בשעת מעשה, נישט קיין דמיון צו די עלעקטראנישע עלעוועיטארס וואס די רעדע דא איז.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 12:45 pm
דורך אישתישבי
אלע סוכות ארבעטען מיט א קאמפרעסער, דער קאמפרעסאר פילט זיך מיט לופט דורך עלעקטריק ַַ זיי מאכן א שינוי, אז דער עלעקטריק פילט נישט אהן דער טאנק ווען דער טאנק ווערט ליידיג, נאר לויט א זייגער, ממילא ווייסט די נישט אויס די ביסט גורם דער עלעקטריק זאל זיך אנצינדן ַ
ר מאטעלעס קאמפרעסער האט זיך טאקע נישט אנגעפילט דורך עלעקטריק ַ
איז דא איינער וואס ווייסט וויאזוי דער עליוועיטערס אויך לופט ארבעטען? איז דא א בעל מכשיר?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 4:59 pm
דורך ליב צו וויסן
הקטן האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...
דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."
דיין הערה איז א גיטער
פון די אנדערע זייט איז אביסל נאאיוו און איי-וועלטיש צו פרובירן אטאקירן יענעם פערזענדליך (אנטשולדיגט פארן אטאקירן פערזענדליך...

)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 11:52 pm
דורך berlbalaguleh
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: יא. זייער פשוט. ס'איז איינגעשטעלט אז די עלעוועיטארס ארבעטן אינגאנצן פון זיך אליין. אן קיין מענטשליכע הילף. אזוי ווי דרוקן א קנעפל פאר די דירעקציע אדער אויפמאכן און צו מאכן די טירן. אלעס גייט פון זיך אליינס. די עלעוועיטאר סטאפט ביי א יעדע פלאהר. און די טירן מאכן זיך אויף און פארמאכן זיך פון זיך אליין...!
איך פארשטיי די שאלה איז געוואנדן אויב דער עלעוועיטאר ארבעט מיט עלעקטריק וואס די וואג פין די מענטשן וואס גייען אריין מאכט אז דער מאשין זאל ארבעטן שווערער, וואס דענמאלס קען זיין אז מאיז אן גורם, צי דער עלעוועיטאר ארבעט מיט ליפט אזווי די מאשין וואס מניצט צי פארמאכן די דאך פין די געבויטע סוכה וואס מניצט איבעראל,
נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם אז די טיר האלט זיך ביים פארמאכן אין איינער קימט אריין עפענט זיך עס צוריק אויף אדאנק אים, וואס דאס קען מען גרינג מתקן זיין מיטן מאכן א רינגער זאל קלינגען אדער א סיין העכערן טיר וואס זאל זאגן אז יעצט טאר מען שוין נישט אריינקומען, פין 5 סעקונדען פאר די טיר מאכט זיך צי, אזוי וועט שוין נישט זיין דער פראבלעם אז איינער וועט אריינקימען ווען דער טיר האלט זיך ביין פארמאכן,
בינעך נייגעריג ווער פין די רבנים האסורים האט דורךגעטאן די טעכניק פין די עלעוועיטרס, אין צי וואס פעלט אויס דאס אסרן אינגאנצן, וואלט נישט בעסער געווען אז משרייבט א שטארקע ק"ק אז יעדער שבת עליוועיטער מיז האבן אן השגחה פין אן אנגענומענע רב??
טשאדעלע באדעלע: דו ביסט גערעכט. דאס איז דער חילוק פון די ערשט פארשטארבענע גדולי הפוסקים ווי הרה"ג ר' שלמה זלמן אויערבאך און הרב ר' משה האלבערשטאם זצ"ל.פאר זיי האבן ארויסגעגעבן א פסק הלכה איבער א טעכנאלאגישע שאלה האבן זיי אדורכגעארבעט די שאלה פון א טעכנישן שטאנדפונקט מיט ענדזשינירן און אנדערע מומחים אין דעם פעלד. להבחל"ח דער איצטיגער ראב"ד שליט"א הרב משה שטערנבוך לאויט"א טוט די זעלבע. אלע זיינע שאלות באטראכט ער מיט אן עמקות. און ער רעדט זיך אדורך מיט טעכנישע עקספערטן אדער מיט מעדיקל עקספערטן פאר ער ענטפערט אויף אזא מין שאלה.
נאר איך האלט אז דאס איז הא בהא תליא. א רב וואס איז פארנומען מיט פסק'נען שאלות לאמיתה של תורה דער האט נישט קיין צייט פאר די נארישע קול קורא'ס און אנדערע שטותים וואס די העטיעש-פעטיעש אזוי-גערופענע רבנים זענען פארנומען א יעדן שני וחמישי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 8:54 am
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:איז דא איינער וואס ווייסט וויאזוי דער עליוועיטערס אויך לופט ארבעטען? איז דא א בעל מכשיר?
דו זאגסט אז די שבת עלעוועטערס ארבעטען אויך מיט ליפט?
אויב יא ארבעט דאס אויך מיט פיסטאנס פין היידראליק\ליפט דאס דארף אבער האבן זייער א גרויסען ריזערוו טאנק און שטארק קאמפרעסעד צי קענען האלטען מער וואו איין וועג אויף א מאל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 2:29 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:07 pm
דורך הקטן
מיט פיסטאן האב איך נישט געמיינט א קאמבסטשען ענדזשין, וואס דיינע פערד האבן, איך האב גערעט פין א פיסטאן וואס ציט זיך אויס ווען עס ווערט אנגעפילט מיט ליפט אדער אויל
זעה
פיסטאןזיכער ארבעט די ליפט\אויל מיט א קאמפרעסער וואס (קען) ארבעט(ען) עלעקטריק
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 6:34 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!
נישט די היימישע שבת עליוועיטערס. זי ארבעטען מיט לופט. אין פינאקעל ווייס איך נישט. איך ווארט נאך צו הערען פין איינער וואס איז דארט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 10:45 pm
דורך הקטן
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:בינעך נייגעריג ווער פין די רבנים האסורים האט דורךגעטאן די טעכניק פין די עלעוועיטרס, אין צי וואס פעלט אויס דאס אסרן אינגאנצן, וואלט נישט בעסער געווען אז משרייבט א שטארקע ק"ק אז יעדער שבת עליוועיטער מיז האבן אן השגחה פין אן אנגענומענע רב??
איך פארשטיי זיי האבן נישט קיין ריין הלכהדיגער פראבלעם, די לשון "ומי יודע מה ילוד יום" געט דאס אוועק
די זעלבע שמוס איז שוין דא בנוגע פארן מיט א שטאטישער טרעין אים שבת וכד'
די נידון איז מער בנוגע
זילותא דשבת וואס דאס איז תלי באובנתא דליבא.