בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 8:33 pm
דורך ליב צו וויסן
זאכן וואס ברויך ווי שנעלער געטוישט ווערן ביים היימישן ציבור (און איז בכלל נישט נגד התורה).

1. גיבן א גרעסערע ווארט פארן המון עם בנוגע מנהיגים און תקנות.
2. Education זאל אנטהאלטן לימודים זיכער צו מאכן אז די צוקונפטיגע שטובער זאלן זיך קענען מפרנס זיין בדרך כבוד.
3. צוקונפטיגע חתן כלה זאלן זיך בעסער קענען לערנען בעפארן מאכן די לחיים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:10 pm
דורך קהל'ס נער
לדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גוט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מיך זייער אסאך אין זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר).

די עיקר פראבלעם אין אונזער סיסטעם איז די געזעלשאפט דרוק (פעיר פרעשור), אז אדער ביסטו א חרדיסט למהדרין כמו יפתח בדורו, אדער ביסטו א משכיל, שייגעץ, ציוני (וואס אגב, השכלה און ציונות זענען ביידע געווען א ארויפגעקוקטע אידיע אין יודישקייט, פאר די השכלה באוועגונג, און פאר די פרייע האבן צוגערויבט די ציונות פון די פרומע.)

איך מיין די עצה דערצו איז זיך צי לאזן וואקסען גרעסערע אשכים (עי' רש"י ד"ה מרוח אשך), מען דארף האבן די שטארקייט צו זיין א ערליכע יוד און דאך שטעל איך מיך נישט צי, צו די עקסטרעמע חרדיסטישע באוועגונג.

מען דארף אבער האבן שכל און זיך נישט רייצן מיט די סיסטעם, (וכמאמר החכם, אז מען קטנ'ט נישט קעגן די ווינט ווערט מען נישט נאס).

לסיכום, איז לגבי מוסדות דארף מען ציען די שטריק די מערסטע וואס מען קען, אין אפילו ווען מען ציט איבער די שטריק קען מען נאך על פי רוב תשובה טוהן און חתמ'נען אז מען גייט עס מער נישט טוהן.

לגבי וויאזוי מען גייט דיך אנקוקען דיין משפחה און חברים, דארף מען האבן זעלבסט זיכערקייט און עס וועט דיך נישט שטערן וויאזוי זיי קוקן דיר אן.

און אויב מען פילט אז מען קען נישט ציען די שטריק אין די מוסד, קומט מען וויטער צוריק צי זעלבסט זיכערקייט, און לייג אריין דיינע קינדער אין א מוסד וואס איז גרינגער זיך צו שפילן מיט די סיסטעם.

עד כאן דברי החכמה מפי קהל'ס נער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 1:50 am
דורך cictim
תשובות פאר'ן בחור'ס שאלות אין אמונה איז די יסוד וואס פעלט זיך אויס!

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=224842#p224842
"הדברים הזכירו לי שכאשר בא בחור לר' אברהם ואמר לו שיש לו שאלות גדולות והוא חושש לכפירה, השיבו בפנים מאירות: שאלות אינן כפירה!
תשובות לא טובות, חלקיות, מעוותות, הנחות מוטעות וכיו"ב- הן הן כפירה!"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 1:57 pm
דורך דורש אמת
https://youtu.be/BHhdLJPDjko

כפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:04 pm
דורך דורש אמת
טעות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:07 pm
דורך קהל'ס נער
איך זעה גארנישט ווראנג מיט דעם. מיין טענה איז אויף דער וואס האט עס פובליצירט, דאס איז ריכטיגע התגרות באומות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:57 pm
דורך דערהויבענע איד
דורש אמת האט געשריבן:כפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, די סיסטעם שלאגט כפרות מיט מיר די לעצטע 20 יאר...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 3:03 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:לדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גיט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מי זייער אסאך און זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר


די טענה הער איך אסאך און עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. אן עוולה אדער א פראבלעם ווערט נישט בעסער אויב ס'איז דא ערגער. (מיט דיעיע חשבון איז ביי די שווארצע אויך זייער גוט, ווייל ס'איז סאך ערגער אין מעקסיקא, און אין מעקסיקא איז אויך גארנישט שלעכט, ווייל עס איז פארט בעסער ווי אין נארט קאריע...)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 3:11 pm
דורך קהל'ס נער
ביזט גערעכט, דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז די לעזונג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
דורש אמת האט געשריבן:כפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה

ווער איז דער צודרייטער רבי'לע ביי וועמען דער מעמד המשוגעים איז פארגעקומען...?!

ס'זעהט אויס ענדערש ווי פורים. לויט ווי דער עולם איז אנגעטון. און זייער מצב רוח...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 9:45 pm
דורך דורש אמת
דערהויבענע איד האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:לדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גיט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מי זייער אסאך און זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר


די טענה הער איך אסאך און עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. אן עוולה אדער א פראבלעם ווערט נישט בעסער אויב ס'איז דא ערגער. (מיט דעיע חשבון איז ביי די שווארצע אויך זייער גוט, ווייל ס'איז סאך ערגער אין מעקסיקא, און אין מעקסיקא איז אויך גארנישט שלעכט, ווייל עס איז פארט בעסער ווי אין נארט קאריע...)

אוישוויץ איז געווען נאך ערגער…

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 02, 2021 10:22 pm
דורך קהל'ס נער
קהל'ס נער האט געשריבן:ביזט גערעכט, דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז די לעזונג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:04 am
דורך דערהויבענע איד
די עצם זאך אז ס'איז דא אזא זאך ווי א "סיסטעם" איז שוין עקלדיג עביוזעוו און שלעכט.

מענטשן פאקט מען נישט אריין אן א באקס בחייהם. פינטל.