בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 11:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:מ׳קען אולי זאגן אז משם ראיה. והיינו, ווייל צב״ש די חמשה חומשי תורה איז, לאחרי הכל, עלטער פון די קאנצעפטן פון ״עוה״ב״, ״אחרית הימים״ וכדומה. אבער פונדעסטוועגן דאך האט מען נישט געהאט קיין עכטע פראבלעם דאס אלעס ״אריינצופיטן״ דארטן און שוין צופאסען און דרש׳נען די לשון אז ״דאס מיינט עס/באציהט זיך עס צו״. וממילא קען מען, מער-ווייניגער, ״צופאסען״ די לשון וכו׳ פון די טראדיציאנאלע ליטורדזשי צו די נייע מושגים, טעאלאגישע וכו׳, וואס מ׳דארף. דאס דינט אויף נאך אָנצוהאלטן און נישט דארפן (בעצם) טוישן טאקע אט די טראדיציאנאלע ליטורדזשי וואס געבט דאס אן אָראַ פון נצחיות.
ס׳דא צוויי נקודות דא לגבי דאס ענין פון שקר אין אונזער נוסח התפילה, ס׳דא שקר וואס איז שכליות׳דיג וואס פאר א נויט (צו געבן די געפיל פון נצחיות) קען מען ארומשפילן דערמיט ווי דו ביזט אזוי שיין מסביר. דערנאך איז אבער דא די
געפיל פון שקר (אויך באוואוסט אלס כלל ישראל׳ס נאז) וואס מיט אלע תירוצים און ווי וויכטיג ס׳זאל נאר נישט זיין פאר׳ן קיום פון ארטאדאקסיע בלייבט נאך דיעס געפיל, יעדעס מאל איך זאג די ווערטער ביים דאווענען איבלט עס מיר, אסאך מאל פיל איך מיך ווי אזא שוטה ביים זאגן די ווערטער ואין אנחנו יכולים לעלות ולראות ולעשות חובותינו...וקרב פזורנו מבין הגוים... והביאנו לציון עירך... ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו... וכו׳ אז איך לאז אינגאנצן אויס די שטילע מוסף און אין בין יוצא מיט׳ן בעל תפילה.
אגב, ס׳קען נישט זיין אז די אלע תפילות וועגן ירושלים און קרבנות האט מען לכתחילה אוועקגעשטעלט צו מיינען עפעס רוחניות׳דיג/גלות השכינה ווייל אינעם צווייטן בית המקדש איז נישט געווען קיין שכינה און מ׳זעהט נישט אז אידן זאלן האבן געבעטן אויף די זאכן מיט׳ן אויסרייד אז מ׳מיינט גלות השכינה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 12:37 pm
דורך מי אני
אז דו דערמאנסט קרבנות שבתפילה הא׳ביך דאך
אין מיינע ארטיקלעך והאשכול דערמאנט די קשר צווישן זיי צוויי אז בכלל איז תפילה מער אן איבערבלייבעניש פון ווען מען האט מער באטראכט ג-ט ווי אַנטראפּאמארפיש/אַנטראָפּעפּטיק און ווי מ׳״בעהט״ זיך צו אים און מ׳האפט ער וועט נתרצה ווערן אא״וו - ענליך צום איבערבלייבעניש פון הקרבת קרבנות באותו תקופה. והשתא דאתית להכי, אָננעמענדיג אז ס׳פעהלט נאך אלס אויס תפילה צו זיין אן איבערבלייבעניש [א סארט מעדיטעטיוו מיטל צוצוקומען צו דביקות באלקות ובמושכלות], דאן פעהלט שוין נישט אויס צו טוישן; טוישן צו וואס און בלייבן מיט וואס? און מ׳קען שוין פארטייטשן דאס אז ״מ׳וויל צוריק די קרבנות״ צו אזא ראמאנטישע געפילישע רעלידזשיאסיטי ענליך צו ווען מ׳בעהט ג-ט זאל עפעס ״טוהן״. ובכלל לדעתי ווען פּוּשׁ-קומט-צו-שׁאָוו גלייב איך נישט אז אפילו פרומע חרדים ״ווילן/דארפן״ דאס צוריק בפועל ממש (עכ״פ סאָבּקאַנשׁעסלי; אָן די ״ליפּ-סערוויס״
(בענין תפילה הוי פשוטו כמשמעו…)) וכעין וואס איך גלייב זיי האלטן בנוגע
אמונה בביאת המשיח.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 12:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:אז דו דערמאנסט קרבנות שבתפילה הא׳ביך דאך
אין מיינע ארטיקלעך והאשכול דערמאנט די קשר צווישן זיי צוויי אז בכלל איז תפילה מער אן איבערבלייבעניש פון ווען מען האט מער באטראכט ג-ט ווי אַנטראפּאמארפיש/אַנטראָפּעפּטיק און ווי מ׳״בעהט״ זיך צו אים און מ׳האפט ער וועט נתרצה ווערן אא״וו - ענליך צום איבערבלייבעניש פון הקרבת קרבנות באותו תקופה.
דאס קומט נאר מיט׳ן הנחה אז ס׳איז טאקע אן איבערבלייבעניש, די פרומע אידן וואס איך קען קוקן עס בכלל נישט אן ווי אן איבערבלייבעניש.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:25 pm
דורך מי אני
און דאן איז יתכן לומר אז פאר די זעלבע סארט מענטשן וואס קוקן עס נישט אָן ווי אַן ״איבערבלייבעניש״ (אפילו סאָבּקאַנשׁעסלי), אט די מענטשן זענען די וואס ווילן אויך ממש צוריק שחט׳ן קרבנות (אלס מיסטישע טעאסאפיזם וכדומה) און האלטן בסתם פון א מער סארט ״דירעקטע אקטיווע״ פועל מצד ג-ט בעולם.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
האלטן מיר שוין צוריק ביי square one.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:34 pm
דורך מי אני
ל״ד. ווייל פאר די איז דאך טאקע נישטא קיין שום סיבה צו טוישן די תפילות - זיי האלטן דאך ממש די זעלבע ווי די פארפּאסערס דערפון מיט די זעלבע רעליגיעזע וועלט-אויסקוק וכו׳ (עכ״פ מער-ווייניגער). ווידעראום, פאר די סארט מענטשן וואס זעהן יא איין א פּרימיטיווקייט אין די רעליגיעזע פילאזאפיע/טעאלאגיע/וועלט-אויסקוק פון נוסח התפילות, פאר זיי איז דאך יתכן לומר אז זיי פארשטייען אז די גאנצע אינסטיטוט פון תפילה בכלל ומעיקרא איז נאר בעצם אַן איבערבלייבעניש וכהיום איז עס פשוט א מעדיטעטיוו מיטל פאר דביקות באלקות ובמושכלות, וואס דאן פאלט בעצם ווייטער אוועק די שוועריקייט. וכנ״ל.
ווייל די וואס נעמען אָן א טאמער סאפיסטיקירטע טעאלאגיע וועלן בדרך כלל צוזאמען מיט׳ן, צב״ש, רעפּיוּדיִעישאן פון הקרבת קרבנות לה׳ אלס אן אידעאל, אויך נישט האלטן פון א ״דירעקטע״ פועל מה׳ בעולם - די געדאנק פון תפילה כפשוטו. פאר די וואס האלטן יא אָן אין א ״דירעקטע אקטיווע״ פועל מה׳ בעולם אבער נעמען נישט אָן די מער פּרימיטיווע קאנצעפּטן, פאר זיי איז טאקע דא די שוועריקייט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די חילוק איז נאר אז די פארפאסער פון די תפילות האבן נישט געהאט די מעגליכקייט פאר אפאר פרוטות צו נעמען א פליגער קיין ארץ ישראל און מקריב זיין קרבנות, היינטיגע צייטן האט מען אבער יא די מעגליכקייט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 24, 2021 1:56 pm
דורך מי אני
אבער די וואס האלטן דערפון כהיום נעמען אויך אָן (בדרך כלל זיכער) די אחרית הימים/עפּאַקעליפּטיק/גאולה פאראויסזאגן פון די נביאים האחרונים זייער ליטעראל און אָן קיינע ניסים גייט עס נישט.
כמובן איז דאס אויב זאגן מיר אז זיי האלטן באמת אזוי, אפילו סאָבּקאנשעסלי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 12:41 am
דורך berlbalaguleh
מי אני: איך (און דער פותח האשכול) האב בכלל גערעדט סטריקטלי איבער די לאנגע און מאנאטאנע קאפיטלעך פון ..."יוצרות"... וועלכע האבן (לפענ"ד) נישט קיין פלאץ אין די תפילות פון ר"ה און יום כיפור. אבער די תפילות דארפן פארבלייבן, און זענען אקטועל אויך אין די היינטיגע צייטן. די זעלבע איבער די נבואות פון אחרית הימים. מיר דארפן גלייבן אין די ליטעראלישע איבערזעצונג און אויסטייטשונג פון דעם...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 7:19 am
דורך פאלאצ'ינטא
קהל'ס נער האט געשריבן:
אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
דו דערמאנסט מיר. דער יארמער רב האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געזעהן א פארפרומטע גור'ר בחור (איינער פון די וועליכע האלטען אז דער באשעפער האט געמאכט א טעות מיט דעם אז ער האט באשפען נשים) זאגען ברכות ביים דאווענען בא"ה אמ"ה
שלא עשני כרצונו
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 11:47 pm
דורך מי אני
איך האב מיר טאקע אלס געוואונדערט סיי פארוואס מרדכי קאפלאן האט געפיהלט פאר וויכטיג ארויסצושניידן די "בחרתנו" חלקים פון תפילה, און סיי פארוואס מ'איז געווען אזוי ברוגז אויף אים דייקא דערפאר? והיינו, דאס אז "ג-ט האט אונז געוואלט און אונז בוחר געווען" איז דאך כמובן נישט כביכול מצדו, עס איז ניטאמאל שייך חל צו זיין אויף אים כביכול, און דאס יא צו זאגן און האלטן גרעניצט זיך מיט כפירה אינעם דריטן עיקר פונעם רמב"ם. וממילא איז עס נאר מצדינו וואס וויבאלד אונז הא'מיר די תורה (ווי אזוי אימער), וואס אונז גלייבן מיר אז דאס איז און איז א מיטל צו חכמת אלקות, מושכלות, און מאראל (ביסודה), אט דאס איז דעם "בחר" פאר וועם אימער עס האלט איין התורה ומטרתה, ווי אזוי אימער ער האלט עס איין, צי דורך די תורה ממש צי נישט. דאס פירט טאקע אריין צי מ'קען צוקומען צו שלימות אָן די תורה, ועיין לדוגמא בהאמונות ודעות (מאמר ג פ"ג) ובהעיקרים (מאמר א' פ"ו-ח ומאמר ג' פ"ו). אבער דאס איז ברור אז די ענד-רעזאָלט דאס איז דער "בחר".
ואולי האט ער דאס ארויסגעשניטן אלס'ן לזוז שפתים ותלונות העמים, און מ'איז געווען ברוגז אויף אים פשוט אלס'ן טוישן נוסח התפלה (הגם, ווי איך האב פארשטאנען, איז די עיקר תלונה געווען אז ער האט ארויסגעשניטן דייקא דעם ענין "בחרתנו" נישט). ואולי ווייל דאס איז מער א דירעקטע פועל יוצא פון זיין קלאסיפיצירן אידישקייט אלס נישט מער (אדער עכ"פ בעיקר) א "ציוויליזאציע" וואס עוואלווד לגמרי, און דאס גיין צוזאמען מיט אן אך ורק רעליגיעזע נאטורעליזם וואו רעליגיעזע גלויבונגען זענען נאר אין די ריין נאטורליך.
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:46 am
דורך תוהו ובוהו
מאך זיכער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:איך קים זיך נישט אננעמען פאר די רעפארמער, איך וויל וויסן פוו א ארטאדאקסישע בליק.
פון אן ארטאדאקסישער בליק וועסטו מוזן אליין איבערקוקן דיין תגובה און זען פארוואס דו האסט געשריבן שטותים.
''פון א ארטאדאקסישער בליק'' האט מען נישט געמיינט דיינע קאנסערוואטיווע געפיהלן, מ'האט געמיינט ע''פ 'כללי ארטאדאקסיע'.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:52 am
דורך אויסגעהאלטן
וואס איז מיט די שטיקלעך סליחות וכדו' וואס מ'הערט נישט אויף רעדן איבער די צרות וואס מיר ליידן פונעם גוי - דאס איז לכו"ע (לרבות סאטמאר רבי) נישט נוגע היינט
און בכלל פארוואס נישט טוישן "ברך עלינו" צו די היינטיגע ווערזשאן פון פרנסה וואס האט פאר רוב מענטשן גארנישט מיט רעגן
און אז די אפדעיטס שוין די תפילות לייג שוין צו א תפילה פאר שידוכים (כ'בין נישט קיין אלטע בחור)
און אפשר ארויסנעמען ולמלשינים ווייל מאסטער שטערט מיך נישט צו סאך
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 8:05 am
דורך [NAMELESS]
תוהו ובוהו האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:איך קים זיך נישט אננעמען פאר די רעפארמער, איך וויל וויסן פוו א ארטאדאקסישע בליק.
פון אן ארטאדאקסישער בליק וועסטו מוזן אליין איבערקוקן דיין תגובה און זען פארוואס דו האסט געשריבן שטותים.
''פון א ארטאדאקסישער בליק'' האט מען נישט געמיינט דיינע קאנסערוואטיווע געפיהלן, מ'האט געמיינט ע''פ 'כללי ארטאדאקסיע'.
כללי ארטאדאקסיע זענען קאנסערוואטיוו. דער פותח האשכול דינן האט ארויסגעברענגט אין אנהויב אז ער שפירט אז מען דארף מאדערנאזירן די תפילות, און ווען מענטשן האבן אנגעהויבן ברענגען רעפארם געדאנקען איז ער צוריקגעשפרינגען צו ארטאדאקסיע. דאס איז חוץ פון דעם וואס איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע פראגעס, אבער איך האב נישט געוואלט אנברענגען א פולמוס.
האט ער באמת נישט פארשטאנען אז 'וילירושלים עירך' גייט ארויף אויף די גאולה? 'ותשכון בתוכה' מיינט אז גאט זאל זיך אומקערן, אפילו ער קען גיין קיין דזשעי. עף. קעי. וויל ער נאכאלס אז גאט זאל זיך אומקערן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 10:09 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: דער גאנצער ויכוח דא איז איבער לופט. איך מיין אז אפילו דער פותח האשכול (אזוי ווי איך) האט נישט איזין געהאט צו רעפארמירן אונזערע תפילות. ווייל דאס איז בלי שום ספק, נישט קאנסערוואטיוו נאר רעפארם למהדרין מן המהדרין. אפילו אני הקטן ווען איך האב פארגעשלאגן (אין אן אנדער'ן אשכול) אז אפשר וואלט כדאי געווען צו נעמען די אלע (לאנגע) יוצרות און סליחות און זיי צוריקברענגען אין זייער אריגינאלע סעטטינג. און ארויסנעמען פון מחזור און סליחות. און זיי איבערארבעטן אין אנ'אנדער וועג. אזוי ווי למשל מאכן א חול המועד עווענט וואו מ'וועט זאגן און זינגען די אלע שיינע יוצרות און פאעמעס. נאר די אריגינאלע תפילות וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה זאללן בלייבן אומבארירט און נישט פארענדערט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 10:14 am
דורך מצפצף
אויסגעהאלטן האט געשריבן:וואס איז מיט די שטיקלעך סליחות וכדו' וואס מ'הערט נישט אויף רעדן איבער די צרות וואס מיר ליידן פונעם גוי - דאס איז לכו"ע (לרבות סאטמאר רבי) נישט נוגע היינט
און בכלל פארוואס נישט טוישן "ברך עלינו" צו די היינטיגע ווערזשאן פון פרנסה וואס האט פאר רוב מענטשן גארנישט מיט רעגן
און אז די אפדעיטס שוין די תפילות לייג שוין צו א תפילה פאר שידוכים (כ'בין נישט קיין אלטע בחור)
און אפשר ארויסנעמען ולמלשינים ווייל מאסטער שטערט מיך נישט צו סאך
מיט אלעס קענסטו זיין גערעכט חוץ מיט די רעגן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 10:23 am
דורך berlbalaguleh
מצפצף: לשיטתך דארף מען מתפלל זיין היינטיגע צייטן (אפשר טאקע) אז דער סטאק מארקעט זאלל אנהאלטן זיין הויכקייט. אנישט קען (ח"ו) ווערן א דיפרעסיע. אזוי ווי ס'איז געווען די נאכפאלגן פון דעם סטאק מארקעט טראסק אין (דעם שמיטה יאר) 1929...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:20 am
דורך מצפצף
berlbalaguleh האט געשריבן:מצפצף: לשיטתך דארף מען מתפלל זיין היינטיגע צייטן (אפשר טאקע) אז דער סטאק מארקעט זאלל אנהאלטן זיין הויכקייט. אנישט קען (ח"ו) ווערן א דיפרעסיע. אזוי ווי ס'איז געווען די נאכפאלגן פון דעם סטאק מארקעט טראסק אין (דעם שמיטה יאר) 1929...!
פארוואס לשיטתי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 12:32 pm
דורך אויסגעהאלטן
רבותיי: דער גאנצער ויכוח דא איז איבער לופט. איך מיין אז אפילו דער פותח האשכול (אזוי ווי איך) האט נישט איזין געהאט צו רעפארמירן אונזערע תפילות. ווייל דאס איז בלי שום ספק, נישט קאנסערוואטיוו נאר רעפארם למהדרין מן המהדרין. אפילו אני הקטן ווען איך האב פארגעשלאגן (אין אן אנדער'ן אשכול) אז אפשר וואלט כדאי געווען צו נעמען די אלע (לאנגע) יוצרות און סליחות און זיי צוריקברענגען אין זייער אריגינאלע סעטטינג. און ארויסנעמען פון מחזור און סליחות. און זיי איבערארבעטן אין אנ'אנדער וועג. אזוי ווי למשל מאכן א חול המועד עווענט וואו מ'וועט זאגן און זינגען די אלע שיינע יוצרות און פאעמעס. נאר די אריגינאלע תפילות וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה זאללן בלייבן אומבארירט און נישט פארענדערט.
לויט ווי איך געדענק זענען די סליחות נישט געמאכט דורכ'ן אנשי כנסת הגדולה, נאר גדולים - פייטנים האבן געשריבן און געבעהט לויט זייערע דעמאלסטיגע פראבלעמען - אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום סיבה דאס צו טוישן (אדער בכלל ארויסנעמען) צו היינטיגע געברויכן
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:35 pm
דורך תוהו ובוהו
מאך זיכער האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:''פון א ארטאדאקסישער בליק'' האט מען נישט געמיינט דיינע קאנסערוואטיווע געפיהלן, מ'האט געמיינט ע''פ 'כללי ארטאדאקסיע'.
כללי ארטאדאקסיע זענען קאנסערוואטיוו.
ארטאדאקסיע איז אוודאי קאנסערוואטיוו אין אירע כללים אין פארגלייך צו רעפארם, אבער ס'האט זיך פארמירט כללים דערפון (וואס זענען לכאורה, זיין משועבד צו חז''ל און צו א געוויסע סארט מסורת הלכתית) און ווילאנג איינער גייט אין איינקלאנג מיט די כללים איז ער ארטאדאקסיש.
לדוגמא, די פראגעס וועגן די מדינה/שיבת ציון/וכו' וכו' זענען אוודאי ארטאדאקסיש, אפילו ס'איז נישט געפאלן פאר געוויסע קאנסערוואטיווע אידן, ופשוט הוא.
מאך זיכער האט געשריבן:דער פותח האשכול דינן האט ארויסגעברענגט אין אנהויב אז ער שפירט אז מען דארף מאדערנאזירן די תפילות, און ווען מענטשן האבן אנגעהויבן ברענגען רעפארם געדאנקען איז ער צוריקגעשפרינגען צו ארטאדאקסיע. דאס איז חוץ פון דעם וואס איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע פראגעס, אבער איך האב נישט געוואלט אנברענגען א פולמוס.
די אשכול איז א לעגיטימע ארטאדאקסישע פראגע, נעמליך אמת די אנשי כנה''ג האבן מתקן געווען די נוסח התפילה אבער וואס טוט זיך ווען די מצב טוישט זיך און אידן בויען א ביהמ''ק ווי זייער חיוב, וועט אוודאי בנה ביתך כבתחילה ארויספליען פון דאווענען, ריכטיג? (הגע עצמך, אפילו לויטן ארטאדאקסישן נאראטיוו האט מען ביים צוויטן ביהמ''ק לכאורה נישט געזאגט די שטיקלעך..)
פרעגט ער צו דו ווילסט יא צו נישט, איז ירושלים געבויעט און ס'האט נישט קיין פשט צו זאגן ובנה אותה וכו' (איך מיין גראדע אז פון א ארטאדאקסישן בליק איז ירושלים ווערטלאז אן קיין ביהמ''ק און די כוונה פון ו''ובנה אותה'' מיינט בויען די ביהמ''ק מיט די גאנצע ניין יארדס)
מאך זיכער האט געשריבן:האט ער באמת נישט פארשטאנען אז 'וילירושלים עירך' גייט ארויף אויף די גאולה? 'ותשכון בתוכה' מיינט אז גאט זאל זיך אומקערן, אפילו ער קען גיין קיין דזשעי. עף. קעי. וויל ער נאכאלס אז גאט זאל זיך אומקערן.
דאס אז ביי דיר איז פשוט, אז ''ולירושלים עירך ברחמים תשוב וכו' ובנה אותה'' רעדט מען עפעס פון 'השראת השכינה' צו וואס, איז ביי מיר פשוט אז מ'רעדט פון אויפבויען ירושלים וואס דאס איז די באדייט פון די ''צוריקקער'' פון גאט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 10:36 pm
דורך גאלד
דער אשכול איז באזירט אויף א פארדריסליכער גראבע טעות.
דער תפילה פון ולירושלים עירך (די זעלביגע מיט המחזיר שכינתו לציון) איז נישט קיין תפילה אז "כלל ישראל" זאל זיך אומקערן קיין ירושלים, נאר אז די "שכינה הק'",
טייטשט אפ די ווערטער פשוטו כמשמעו אנע דריידליך:
ולירושלים עירך ברחמים תשוב ותשכון בתוכה כאשר דברת.
שטייט נישט ולירושלים עירנו ברחמים תשובינו,
וזה פשוט
און אפי' דער אויספיר פון "בונה ירושלים", וואס קען זיך אפשר יא דאכטן אז די תפילה איז בלויז בנין ירושלים, זאגט אבער דער ב"ח (נישט על הגאולה אדער ויואל משה) אז פארדעם איז די חתימה "וכסא דוד מהרה לתוכה תכין" וואס לכאורה יעדער ברכה דארף דאך זיין מעין החתימה, וואלט לכאורה געווען מער פאסיג אז מ'זאל קודם זאגן "וכסא דוד" און דער חתימה זאל זיין "ובנה אותה" איז מסביר דער ב"ח אז חז"ל האבן דוקא געמאכט "וכסא דוד" די חתימה צו מדגיש זיין אז בנין ירושלים אנע ביאת בן דוד איז ווערדלאז.
וטעות לעולם חוזר,
Re: אפשר איז שוין צייט צי אפדעיטן די תפילות
נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:00 am
דורך תוהו ובוהו
די ברכה איז אויף בנין ירושלים כפשטות הגמרא במגילה.
די נוסחאות פאר דעם קומען נישט פון חז''ל, קענסט זאגן וואס דו ווילסט.. ס'בלויז דא א דין אז ס'דארף זיין מעין החתימה.
און דעריבער פרובירט דער ב''ח צו פארענטפערן נוסח ''רבותינו גדולי אשכנז'' (כלשונו) וואס זאגן ''וכסא דוד וכו'' ס'דארף דאך זיין מעין החתימה (דהיינו: בנין ירושלים), זאגט ער אז מ'מיינט ארויסצוברענגן אז ''אין שאלתנו בבנין ירושלים לצורכנו, רק לצורך גבוה כי שכינתא בגלותא וכו' וכו'' ועיין שם עוד כמה ישובים.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 3:30 am
דורך עובדיה
מ'קען עס אפשר תולה זיין אין די מחלוקות דברי יואל מיט'ן אגרות משה צו מ'דארף רייסן קריעה בזמה"ז על חורבן ערי יהודה וירושלים. עיין בתשובות דברי יואל או"ח סימן ל'; ובאגרות משה או"ח ח"ד סימן ע'; וזה לשון אגרות משה או"ח ח"ה סל"ז:
עתה שבחסדי השי"ת אין מושלים האומות על ערי יהודה ועל ירושלים, והם גם מיושבים, הוא טעם גדול שלא לקרוע.
אויך איז אינטערסאנט צו צוברענגען וואס שטייט אין תשב"ץ ח"ב סימן קס"א אז די ארגענעלע נוסח פון ולירושלים עירך וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען איז טאקע געווען אנדערש, און מ'האט עס געטוישט לאחר החורבן, וז"ל:
ובלא ספק שאין נוסח התפילה שאנו מתפללין היום כנוסח שהיו מתפללין בפני הבית, שאנו מתפללין שתחזור מלכות בית דוד למקומה, ושיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו, ושיתקבצו נפוצותינו, והם היו מתפללים שתתקיים מלכות בית דוד, ושלא יחרב ביהמ"ק, ושלא יגלו ישראל מארצם.