גראדע דאס בלייגיסן גלייב איך יא, אבער דאס איז שוין אפשר אן הוכחה קעגן אידישקייט, זיכער לויט׳ן רמב״ם.
קיינער זאגט נישט אז הלכה איז די רעסעפי פאר מופתים nor אז קדושה קען נישט זיין העכער ווי הלכה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
אקעי, היטן הלכה איז אראפ פון טיש, וואסערע חלק פון אידישקייט קען יא זיין די רעסעפי? רעדן אידיש? גיין מיט א שטריימל? די בבא סאלי האט נישט גערעדט אידיש און נישט געגאנגען קיין שטריימל. אפשר ליגט די סוד פונעם ריבניצער אין דעם וואס ער האט געוואוינט צווישן גוים פאר לאנגע יארן? אקעי, איך מוף שוין קיין אלאבאמא, כ׳על דיר שיקן אפדעיטס וואו מיין רוח הקודש האלט.
Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:49 am
דורך טמיר
כ'ווייס נישט פארוואס דא ביזטו געווארן עפעס געפערליך סטאק אין חציוניות. יעדע בחור'ל פארשטייט אז עס איז דא אזא זאך ווי דביקות בשם, לעבן בלתי לשם לבדו. ס'איז דא עפעס מער ווי סתם טינקן חלב אין האניג ווייל אזוי שטייט אין רמ"א. ס'איז מער אין קאפ ווי אין די איבעריגע איברים
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 1:51 am
דורך רביה''ק זי''ע
זאגסטו אז לייגן תפילין און בלאזן שופר איז נישט וויכטיג ווייל ס׳נאר חיצוניות, אקעי, יעצט ווערט די שאלה וויפיל מענטשן קענסטו וואס לעבן בלתי לשם לבדו (אגב, וואס מיינט בלתי לשם לבדו אויב נישט היטן השם׳ס תורה?) און אויסער הבטחות פון עולם הבא האבן זיי גארנישט וואס צו ווייזן? ענדיוועיס, יעצט אז מיר האלטן שוין דא קענסטו שוין אויך פארשטיין וויאזוי א גלח וואס איז דבוק בהשם און לעבט בלתו לשם לבדו קען באזיצן איבערנאטירליכע כוחות.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 2:02 am
דורך הקטן
איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 2:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. יעדנפאלס, די מענטשן וועם איך פארשטיי טאקע נישט זענען דיזע מענטשן וואס זענען אומבאקוועם מיט די קאנסעפט אז ס׳עקזיסטירט נישט קיין איבערנאטירליכע כוחות, כ׳קען זיי ממש נישט פארשטיין, כ׳גלייב אז מ׳קען עפעס ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם אויף דעם אויך.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 7:37 am
דורך הקטן
איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. י