בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 3:29 am
דורך אויסגעהאלטן
און נאך א טענה די וועלט וואלט געדארפט זיין מער פארגעשריטן ווי היינט שוין נאר די לעצט פאר הונדערטע יאר איז מען אויפגעקומען מיט אזויפיל זאכן וואלט ווען און א מיליאן יאר געדארפט שוין זיין ווער וועט וואס
לענ"ד נישט א שטארקע ראי' ווייל אפי' נניח אז ס'איז נאר אלט 6,000 יאר זאגט היסטאריע אז די ערשטע פאר טויזענט יאהר האט מען כמעט גארנישט מחדש געווען ביז ממש אפאר הונדערט יאהר צוריק
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 7:47 am
דורך ליב צו וויסן
berlbalaguleh האט געשריבן:לאמיר צוערשט נאר רעדן איבער דינאוזארן (דיינאסארס). די דארוויניסטן למיניהם האלטן אז די עקזיסטענץ (און פארניכטונג) פון אט די גרויסע באשעפענישן איז א דירעקטע סתירה צו מעשה בראשית. אבער ס'שטייט דאך קלאר ארויס אין די פ' פון בראשית אז דער אייבישטער האט באשאפן די "תנינים הגדולים, די גרויסע סערפענטן...", נאר זיי זענען פארניכטעט געווארן אין מבול.
די טעאריע שטימט נישט (צווישן אנדערע..) מיט די פסוק:
וַיָּבֹאוּ אֶל-נֹחַ, אֶל-הַתֵּבָה, שְׁנַיִם שְׁנַיִם "מִכָּל-הַבָּשָׂר", אֲשֶׁר-בּוֹ רוּחַ חַיִּים
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 10:17 am
דורך berlbalaguleh
ליעב צו וויסן: עס קענען זיין אויסנאמען. לאגיש קענמען פארשטיין אז די דינאזאורן זענען נישט אריינגעגאנגען אין די תיבה. ווייל די תיבה איז געווען צו קליין זיי צו אנטהאלטן. און דערפאר זענען זיי טאקע אונטערגעגאנגען אין מבול...!
דער אייבישטער האט דאך געגעבן די אינסטרוקציעס פאר נח וועלכע מאסן ער זאלל מאכן די תיבה. אויב דער רצון ה' וואלט געווען אז די דינאזאורס זאללן איבערבלייבן וואלט די תיבה געדארפט זיין פיהל גרעסער...!