בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:38 pm
דורך מאטי
אנהאלטן א טיר פאר א צווייטן

Re: גוי'שע תאוות

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:58 pm
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.


דאכצעך ביי קטנים אם לא שיפשף, דארף מען זיך בכלל נישט וואשן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:00 pm
דורך דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).


זעט אויס איך בין טאקע א דערהויבענע איד, כאניש קיין בלאסע אנונג וואס עס מיינט די 2 זאכן...ווילסט אביסל מסביר'ן?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:44 pm
דורך שמעקעדיג
תוהו ובוהו האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.


דאכצעך ביי קטנים אם לא שיפשף, דארף מען זיך בכלל נישט וואשן.

וכן הוא בשו"ע סימן ז'.

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 1:03 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אמת. אזוי איז די הלכה. נאכמער. מ'דארף זיך נאר אפגיסן די הענט נאך גיין קטנים (אם לא שיפשף) ווייל מ'איז אריינגעגאנגען אין ביהכ"ס קבוע. אבער ער ברענגט בשם דעם מו"ץ א דזשענעראל סטעיטמענט פון וואס ס'איז משמע אז מ'דארף קיינמאל נישט אפגיסן די הענט מיט א טעפל נאכ'ן גיין אין בית הכסא...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 2:13 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: אמת. אזוי איז די הלכה. נאכמער. מ'דארף זיך נאר אפגיסן די הענט נאך גיין קטנים (אם לא שיפשף) ווייל מ'איז אריינגעגאנגען אין ביהכ"ס קבוע. אבער ער ברענגט בשם דעם מו"ץ א דזשענעראל סטעיטמענט פון וואס ס'איז משמע אז מ'דארף קיינמאל נישט אפגיסן די הענט מיט א טעפל נאכ'ן גיין אין בית הכסא...!

איך געדענק עפעס אז ס'דא צוויי סיבות פאר זיך וואשן 1) משום נקיות און 2) צו אראפנעמען די רוח רעה, וואס איז נאר נוגע ווען מ'גייט אין א ביה"כ קבוע. משום נקיות איז גענוג אפילו אן א טעפל און מ'מעג שוין זאגן א דבר שבקדושה אבער צו אוועקנעמען די רוח רעה דארף מען גיסן מיט א טעפל דריי מאל בסירוגין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 5:30 am
דורך צקון לחש
שמעון וואלף האט געשריבן:אבער צו אוועקנעמען די רוח רעה דארף מען גיסן מיט א טעפל דריי מאל בסירוגין.

דריי מאל בסירוגין - אין הכי נמי, אבער צו דארף דאס זיין מיט א כלי? אני קיבלתי שלא, וכנ"ל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:29 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש: אז לא קיבלת נכון...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:14 am
דורך פאלאצ'ינטא
נאך א מיינונג האט געשריבן:גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו בארעדן אנדערע מענטשן, רעדן לשוה"ר אויף זיי און זיך נישטערן אין זיין ביזנעס. א איד ווייסט אז לשוה"ר איז אזוי הארב, אז ער קוקט ניטאמאל אין יענעמס טאפ.

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.


א. נאר מצות און ארבע מינם? וואס איז מיט 3,500.00 דולר רענט פאר א קליינט דירה'לה? אדער די אסטראנאמישע פיגורען וואס מען רעכענט פאר שכר לימוד?

ב. א איד רעדט נישט לשון הרע נאר אויב עס איז נישט זיין רבי עס איז דעם רבי'ןס ברודער אדער "מיין" שוואגער אויף איהם מעג מען ווייל ער איז א שיגץ עס איז א מצוה

ג. א איד עסט נישט? ווער האט די בעסטע רעסטראנטען? און במדה ובמשורה? קוק נאר וואס מען גיבט ביי שמחות?

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:41 pm
דורך תרמב
פאלאצינטא דיין סארקאזם דעטעקטאר איז צובראכן, שוין צייט צו טוישן די באטעריס.....

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: דו טענה'סט אז ס'פייפט צו שטארק...!

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 7:57 pm
דורך סאנטיאגא
פארופן א ריזן עקספא וואס די ציל איז פאר ביזנעסלייט צו נעטווארקן און אנקניפן קשרים, און קיין שטיקל פלייש אדער גלענליוויט זאל זיך נישט געפינען אויפן גאנצן שטח

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 8:06 pm
דורך סאנטיאגא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).

זיך פארלאזן אז גוגל מעפס וועט פירן אויפ׳ן ריכטיגן וועג.

גיין מיט מינימאלע קליידונג ווען ס׳איז הייס.

ליינען היימישע נייעס אין די אלגעמיינע נייעס קוועלער מכלי שישי און זיך פילן כאילו מ׳ליינט דא ערשהאנטיגע אינפארמאציע פון עפעס א מיסטעריעזן קולט.

טראגן בלויז פריש געוואשענע קליידער וואס דארפן נישט קיין דריי קליענינג.

האבן א הינטל.

אנטוהן וועלכע הוט ס׳שמעקט אנדעם וואס איינער זאל זיך וואונדערן צו מ׳שעמט זיך מיט׳ן הוט מיט וואס מ׳איז געגאנגען ביז היינט.

גיין מיט א הוילן קאפ אין די פרעסטן.

קענען פארן וואו אימער ס׳שמעקט אן זיך דארפן זארגן איבער עסן.

(פאר מוסולמענער) עסן א באנאנע (א רייפע באנאנע קען האבן ביז א האלבע פראצענט אלקאהאל, זאג נישט אויס פאר׳ן אימאם ווייל ער קען עס נאך אסר׳ן!)
זיך צאמנעמען אין א גרופע אינמיטן א פארק זיך אנטאן עירפאונען, און טאנצן אויף די זעלבע ריטם און מאוו'ס (silent disco rave) בעת וואס יעדער ארום באטראכט זיי ווי וואנזיניגע

זיך קענען ארויסלאזן אויף אן אויספלוג, אטראקציע, אדער סיי ווי אן מיטשלעפנדיג גראסערי און ספרים סטאר שאפינג בעגס מיט זיך ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט

מאכן פריינט און פריינדינעס אין באר'ס דורך האבן אינטערסאנטע אינטעלעקטואלע שמועסן אדער קליקן אויף עפעס א טעלעוויזע פראגראם אדער אן איקאנישע ראק בענד

הערן נייעס און זאמלען ידיעות פון פאדקעסטן אנשטאט דארפן דיילן עפעס א טעלעפאן נומער, אדער גיין קויפן א פיזישע צייטונג

זיצן צוגעשמידט צו א סקרין שעות אויף און שפילן מאדנע ווידיאו געימס

צאלן געלט צו קומען הערן א בדחן רעדן אלע מינע נידריגע ניבול פה און טרייבן לצנות אויף אייער חשבון

אפזיצן שעות אין לייבעריס אדער דורכקוקן די פאליצעס פון barnes and noble

מעדיטעישן האב איך אויך געטראכט

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 8:40 pm
דורך סאנטיאגא
זיצן ביי א פיקטיווע שפיל און נישט קיין איין מאל זאל עס ווערן איבערגעהאקט פון עפעס א בגן פראדוקט עדווערטייזמענט, א פליק פון איין שפילער צום צווייטן אין ריל לייף, אדער א וויץ וואס האט שייכות מיט עפעס וואס האט זיך לעצטנס געדרייט אויף וואטסעפפ. באארררינגגג

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 8:44 pm
דורך סאנטיאגא
הארגענען קינדער פארן געבוירן...

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 8:59 pm
דורך סאנטיאגא
נאך א מיינונג האט געשריבן:גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.
לאל איך קען קוים ענדיגן די זופ די טעג ווייל כ'עס נישט אזויפיל אויפאמאל א גאנצע וואך ווי שבת... נאכדערצו ווען מ'גיט זיך אזא לאדן אן מיט קידוש וויין פאר שלחן עורך, אזוי אז דאס טאנק איז שוין יעצט האלב פול

ווייסט וואס דערמאנסט מיר? וועלוול כאצאצקער זאגט וואס טראכט א גוי אגאנצן טאג? נשים מיט געלט, און געלט מיט נשים. א איד איז העכער ווי דעם: שידוכים און פרנסה. א העכערקייט!

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 10:09 pm
דורך מרדכי מרדכי
עטליכע גוי'שע תאוות וואס האבן זיך ליידער אריינגעכאפט ביי אידן
גוי'שע קאפלעך
גוי'שע תפילין בייטלעך
גוי'שע רעקלעך/בעקיטשעס
אד"ג

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 10:55 pm
דורך תרמב
און שייגעץ בייקס....

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 11:07 pm
דורך קידוש
קויפען יעדען טאג לאנטש פאר $6.99
גיין שלאפען 7:30 פאר די נאכט
דעטען עטליכע מיידלעך אויף איין מאל

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 3:37 am
דורך וואלווי
קידוש האט געשריבן:קויפען יעדען טאג לאנטש פאר $6.99
גיין שלאפען 7:30 פאר די נאכט
דעטען עטליכע מיידלעך אויף איין מאל
די דריטע איז א יודישע תאוה גאר אויך...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 7:35 am
דורך [NAMELESS]
אריינגיין אין גראסערי און שווענדן אונטער א צענער.

לאכן רואיג פון א שמוציג גלייכווערטל.

שטיין אין א רייע געדולדיג.

נישט טעקסטן ביים דרייוון.

האבן א פיצי קארעלע.

ארבעטן ביז פינף נאכמיטאג ותו לא.

אויפהענגען אנאנסן און בילדער אין בעדרום.

כאפן א טור ארום וויליאמסבורג.

שעצן אן ארטיסט אדער ספארטלער.

דאס קענען זיך אפשיידן פון עקסטרעמיזם.

פארן אין סיי וועלכע לאנד אן ווערן אנגעקוקט.

גרויסע באקוועמע סניקערס מיט קורצע זאקעלעך.

ליבע אין הויף.

Re: גוי'שע תאוות

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 12:36 pm
דורך צוזאמגעדרייט
קייען גאָם

קויפן עסן ווי אימער און וואס אומער

רעדן לשון הרע

Re: גוי'שע תאוות

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 1:43 pm
דורך צוזאמגעדרייט
מיטהאלטן א TV show די גאנצע משפחה אינאיינעם