בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm
דורך נחמד
מיר האט א סאטמאר וואס האט געטוישט פון פלאטשיגע צו א ביבער היט געזאגט אז דאס לצנות קעגן פאפא רבי ווי לחיים פאפא רב און נאך האט ער נישט מער געוואלט טראגן דעם זעלבן היט ווי אים

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:16 pm
דורך צפור בודד
קורקלענד האט געשריבן:צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:27 pm
דורך קורקלענד
יא, פּלענטי וויזשניצער וואס איך קען האבן אויסגעדרייט די הוט און פּלענטי בעלזער וואס איך קען האבן אויסגעטוהן די זאקן. (איך רעד דווקא נישט פון די קילע סארט.) די זאכן ווענדן זיך אין קאלטוראלע דינאמיקס וואס נעמט אין באטראכט פילע אייגנשאפטן פון א מענטש'ס פערזענלעכע מצב. למשל א מעסיגע בעלזער בחור וואס וואוינט נישט אין א בעלזער געגנט און לערנט נישט אין די בעלזער ישיבה וועט אפט אפלאזן די זאקן....

סאטמאר האט פיל מער מענטשן, און אויך פיל מער וואס זענען נישט אנגעשלאסן אינעם סאטמארער מאשין. דערפאר איז עס מער נפרץ דארט.

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:50 pm
דורך צפור בודד
די זאכן איז שווער צו אנאליזירן סייענטיפיש און אפשר ביסטו גערעכט. מיר זעט עס אויס אז אין סאטמאר איז עס סיי ביי די סארט וואס אויף אן אנדער פלאץ וואלטן זיי לכאורה נישט משנה געווען און סיי אז דער דיזיין פון דער הוט אליין ווערט פארוואנדלט. סאטמאר איז דאך נישט דאראג אדער קרעטשניף און איך וואלט עס ביי זיי ווייניגער ערווארטעט.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:56 pm
דורך קאך_לעפל
ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 4:00 pm
דורך צפור בודד
וויווא!

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:29 pm
דורך סעגאל
קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

מיט וואס גייסטי פין שרפת חמץ ביז חצות??

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:17 pm
דורך קהל'ס נער
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:09 pm
דורך אדונינו
א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:38 pm
דורך מחצה''ק
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:41 pm
דורך מחצה''ק
קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פררוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויציהויכענען.

ער איז געגאנגען א שטאפענע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:58 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.

לעבען זאל די קוטשמע...

קאך לעפל: אפילו נאך פסח אויב ס'איז א קילער, ווינטיגער טאג וועלל איך נאכאלץ אנטון די קוטשמע. איך האב א יעדן (פאטענציאנאלן קריטיקירער) פארפאקט. נישט די קוטשמע...לאל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
מחצה''ק האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.

א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט

מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!

איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:30 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?

שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע


מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. נאר די קשיא איז פארוואס, אויב ר' לייבוש גייט א האויעכן הוט, גייען זיינע קינדער פלאטשיגע...?!

אויך דעם איז אויך דא א תירוץ. הר"ר לייבוש שליט"א גייט א הויכען הוט ווייל זיין טאטע הרה"צ ר' יאנקעלע איז געגאנגען א הויכע. אבער פארוואס גייען זיינע אנדערע בנים (אויסער שולם. ער גייט שוין גארנישט. אדערווייל.) מיט פלאטשיגע היטן...?! אויף דעים איז אויך דא א תירוץ...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סתם פאר די רעקארד, די פלאטשיגע הוטן איז אן אונגארישע סטייל. צאנזער רב איז אמאל געווען אין אונגארן און ס׳איז איהם געפאלן דעם סטייל האט ער עס אנגעטוהן און פאר זיינע קינדער איז עס שוין געווען א מסורה. אין ירושלים איז אמאל געווען א תקופה וואס מ׳האט אריינגעברענגט הוטן פון אונגארן און דעמאלטס האבן זיך די טשאלמערס אנגעטוהן דעם ״סופער״, מיין עלטער זיידע וואס האט געוואוינט אין ירושלים אין יענע צייטן איז געגאנגען מיט אן אלטן אויסגעריבענעם הויעכן הוט פאר יארן לאנג ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין צו די אונגארישע סטיייל און ס׳נישט געווען צו באקומען עפעס אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:42 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.

אונטער חכם: די הוטנמאכער ווידער טענה'ן אז זיי טוען וואס די קאסטומער פארלאנגען. און וואס ס'איז די סטייל. און ס'פארקויפט זיך בעסער...!

די טשולנטאפ היטן ווערן א יעדעס יאר שמאלער און העכער. זיי זעהען שוין באלד אויס ווי דער איזהו מקומן/קוימען (טשימני, בלע"ז) פון א שיף. דער טיטאניק (ע"ה) האט געהאט עטליכע הויכע קוימענס...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:04 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
צפור בודד האט געשריבן: איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?

איך האב טאקע א שכן א בעלזער א בנש"ק וואס גייט מיט גאנצע הויזן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:06 am
דורך כמיעוט
עס איז צייט אפצושטעלן די מנהגים פון היטן, עס דארף יעדער איד האבן אפאר היטן אינדערהיים,
און זיך אנטוהן באותו זמן ובאותו מקום ווי אזוי עס שמעקט אים,
פונקט ווי מען אפאר געבלימטע בעקטשעס אדער רעקלעך מיט אנדערע סארט מוסטערן,

רבותי דאס איז נישט קיין ווערטל, עס איז צייט צו ווערן אריינגעברענגט ביים חסידישן אידנטום, מען דארף עס אנהייבן אויף א קלוגע וועג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 12:16 am
דורך berlbalaguleh
כמיעוט: דאס וועט אבער שאפן אנדערע פראבלעמען. נעם למשל מיין חבר דער וויזשניצער.היינט גייט ער מיט דעם באנד אויף די רעכטע זייט. מארגן וועט ער עס איבערדרייען. ווען איך וועלל וועללן רעדן צו איהם וועלל איך מיינען אז איך רעד צו איהם פנים אל פנים. דערווייל רעד איך צו זיין רוקן. און ער הערט מיך נישט...! אויך ווען איך וועל זעהן מיין רבי אדער זיין זוהן אריינקומען אין ביהמ"ד מיט א פלאטשיג'ס וועלל איך (בעל כורחי) אויספלאצן אין א געלעכטער. אינמיטן דאווענען...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:28 pm
דורך כמיעוט
דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:04 pm
דורך בן נון
כמיעוט האט געשריבן:דאס אלעס איז ווערטלעך.

עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.

נאר נישט דאס ווען איעדער גייט זיין הוט איז כאטש פארהן אלע מיני קאלירן אלע חסידית’ן עס איז דא א ווערייעטי שטעל דיר פאר אז אלע חסידים גייען די זעלבע עס וואלט געווען נישט צום אויסהאלטן נאך ערגער ווי די ליטאים און לעקוואד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:19 pm
דורך כמיעוט
עס וועט יעדער גיין די היט וואס ער וויל, עס וועט אין יעדע קהלה/ חסידות זיין קאלירפול, אסאך שענער ווי עס איז בי היינט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:55 am
דורך Nanach
איך פארשטיי נישט פארוואס יעדער אפאר הוטן? פארוואס נישט פלעין טשואויס אזויווי עס איז געווען לכתחילה, יעדער זאל גיין מיט וועלכע הוט/דאטשיק/קוטשמע.... עס שמעקט אים