בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 11:53 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געוואלט מנדב זיין אבער ס'איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז זייער ק''ק סיסטעם ארבייט נישט.
סאבאטאדזש??
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:51 pm
דורך איך אויך
דריי מאל אריינגעשטיפט
סקווער...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:52 pm
דורך איך אויך
בעל דרשן האט געשריבן:פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא
לייג ארויף.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:42 pm
דורך Samkoton
Joseph האט געשריבן:די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
ווער איז טובי', און וועם רודפ'ט ער?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:10 pm
דורך מנחם ציון
איך אויך האט געשריבן:בעל דרשן האט געשריבן:פארט ארום א בריוו פון די קאסאן קהילה ווי זיי צונעמען גאר גוט די גאנצע פרשה ממש א שאנדע פאר סקווירא
לייג ארויף.
מלב אל לב.pdf
ומלתם את ערלת לבבכם.pdf
מענה אל הלב.pdf
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 3:32 pm
דורך ישי שטיינמעץ
פרעה האט געזעהן מיט זיין כישוף און זיינע שטערן זעהער אז ס'גייט געבוירען ווערען מושיען של ישראל, און פרעה וועט ווערען אויס קאפעליטש מאכער, איז ער געווארען ווילד און גערעגט, און ער האט געהייסען אריינווארפען אלע געבוירענע זכרים און וואסער, אבער ס'האטעם גארנישט געהאלפען, ווייל אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה' !
דער סקווערע רבי הרב טווערסקי האט געזעהן אין חלום אז ס'גייט קומען איינער ראטענבערג און עים גוט מסדר זיין... מסתם פארדעם ווען סקווער האט געהאט א אישו מיט איינעם ראטענבערג א תושב פון סקווער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן לויט די גלחישע פארשריפטען, זענען זיי געווארען ווילד און באשלאסען אז מ'ברויך אים פארברענען..... אדער לפחות פארברענען זיין הויז..... און זיי האבען מקיים פסק געווען, (כ'גיי נישט אריין צי דער רבי אליינס האט געוויסט דערפון צו נישט, דאס איז זיכער אז דער וואס האט עס געטוהן האט געטראכט מיט רעכט אז דאס וועט זיין לנחת רוח להגלח טווערסקי) און ער איז געגאנגען בדרכי נועם אין גענומען ברענשטאף באגאסען יענעמס פארטש און עס אנגעצינדען, לויט די אלטע מסורה פון די קאטוילישע קירכע צו פארברענען "כופרים",
האט זיך אבער ארויס געשטעלט אז די ראטענבערג וואס ער האט געזעהן אין חלום איז גאר א צווייטע ראטענבערג, פון די קאסאנע ראטענבערגס, און דא האבען זיי א פראבלעם, זיי קענען עים נישט פארברענען..... איז פרובירען זיי אנדערע וועגען, און זיי פאלען דורעך איינס נאכען צווייטען, און אינצווישען באשמיצען זיי זיך אליינס מער און מער, ווייל מער און מער מענטשען הייבען אן איינזעהן וואס פאר א פארפוילטע מושחת דער טווערסקי רבי איז, אבער דער אלטער טווערסקי רבי איז אזוי פארזינקען אין זיין איגו, אז ער כאפט נישט וואס ער טוט, זיין גאוה און זיין דמיון פון POWER פארבלענדען זיינע אויגען אויף אזוי ווייט אז ער איז זיין אייגענע גרעסטע שונא !
אסאך סקווערע תינוקות שנשבו גרויסען זיך אז זייער גלח איז זייער "קלוג".... לויט זיין אויפפירונג ביי דעי מעשה שטעלט ער זיך אהער ווי א גרויסע שוטה ! אזוי זיך צו אויפפירען ?! ווער ס'ווייסט ווייסט אז ער איז א מושחת, און אז ער איז אלעמאל געווען א [פארמעקט], אבער נישט יעדער ווייסט, ער האט דאך אזוי שווער געארבעט צו זיך אהער שטעלן אלץ א "צדיק" , אז די אידישע וועלט זאל עים רעספעקטען, אין דא פירט ער זיך אויף אזוי עקעלהאפט אזוי אפען פאר די גאנצע גאס, נאר די תירוץ איז אז ווען די קאץ זעהט א מויז פארגעסט ער זיך אינגאנצען..... ווען דער סקווערע הרב טווערסקי שפירט א סכנה פאר זיין פארדמיון'טע POWER, פארלירט ער זיך אינגאנצען,
זאל דער באשעפער העלפען אז אלעס וואס דער הרב דוד טווערסקי פרובירט צו טוהן שלעכטס פאר אנדערע זאל זיין חרבו תבוא בלבו וקשתותיו תשברנה !!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:17 pm
דורך הדד בן בדד
א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן געגעבן, יעדע נתינה ברעכט דעם כח פון טעראר. נישט קיין חילוק צו דער נתינה איז קליין אדער גרויס.
מען בעט אבער די אלע וועלכע האבן נאכנישט געגעבן זאל זיך אנגארטלען און אריינלייגן א נדבה אויפן בלעטל פון קאווע שטיבל.
תזכו למצוות
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 2:59 am
דורך הדד בן בדד
אויף איי וועלט איז געווען א אשכול איבער דעם קאמפיין, אבער מאנטאג פארנאכטס איז עס עפעס מיסטעריעזיש פארשוואונדן געווארן. זעהט אויס אז סקווער האט א גרעסערן כח אין אייוועלט ווי גער. ר' שאול'ס קמפיין אשכול איז יא געבליבן געבן, אבער קאסאנ'ס נישט.
איי וועלט גייט פאר סקווער, לאמיר זעהן פאר וועמען קאווע שטיבל גייט. דערווייל איז דער קאווע שטיבל פעידזש זייער ארעם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:37 pm
דורך בעל דרשן
די נייע בית המדרש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:04 pm
דורך יודישע שרייבער
בלויז איין קארגע שעה ביז די קאמפיין ענדיגט זיך אפיציעל, און מען האלט בערך 1000$ פונעם גאול, זיי דארפן עס הייבן.
כן ירבה וכן יפרוץ...
ב"ה אונז האב מיר זיך משתתף געווען יותר מכפי יכולתנו, ממני יראו וכן יעשו...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:11 pm
דורך יודישע שרייבער
אנגעקומען צום ציל! ציל געהויבן צו 700,000!
בלויז 50 מינוט פארבליבן זיך צו משתתף זיין...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:26 pm
דורך בעל דרשן
מזל טוב קהילה קדושה קאסאן און פאר די הילקריסט געגענט