בלאט 2 פון 7
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 7:58 am
דורך בעל דרשן
זיי בויען א נייע שול בויען פרישע מוסדות איבער ארץ ישראל ס'קאסט גרויסע געלטער
די באזוכן רבי'ס וואס פעלט עס אויס ווען א פלאמבער פון ארץ ישראל קומט קיין אמעריקא באזוכט ער אלע פלאמבערס אין אמעריקא ? ער טוט זייער קלוג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:00 am
דורך berlbalaguleh
שמעי' האט געשריבן:ס'נישט מסתבר אז ער קומט פאר געלט, ער האט דאך נארוואס געענדיגט מאכן א סוקסעספול קאמפעין.
חוץ אויב די סטראטעגיסטן האבן מחליט געווען אז מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ער האט נאך די מאמענטום אלץ נרדף.
שמעי': נישט ביי מיר. ביי מיר האבן זיי נישט דעם סטאטוס פון נרדפים. ווייל זיי און זייער מנהיג האבן גאנץ גוט געוואוסט מתחילה אין וואס זיי לאזן זיך אריין. ס'זעהט אויס אז זיי האבן מחליט געווען אז ס'לוינט זיך צו כאפן די קלעפ...! ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט אן פאר א מענטש גיי נישט צו צום עלעקטריזיר'טן צוים ווייל דו קענסט (ח"ו) געהרג'עט ווערן. און אויב ער גייט יא. איז ער זיך אליינס שולדיג...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:56 am
דורך בעל דרשן
התרגשות ודריכות שיא בקהילות גור בארה"ב בפרט ובקהילות החרדיות בכלל לקראת ביקורו של מרן ראש הישיבה מגור הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א במשך ימי השבוע הבא, אשר יבקר בבארא פארק ובליקווד אצל חסידיו הרבים.
יצויין, כי זו נסיעתו הראשונה לחו"ל של ראש הישיבה, מאז תחילת ימי הנהגתו בראשית שנת תש"פ, לפני מעט יותר משנתיים.
בשבת פרשת תולדות ישהה ראש הישיבה בבארא פארק, שם יערוך את מעמדי הטישים בליל שבת ובסעודת רעוא דרעוין בהשתתפות אלפי חסידים, תלמידים ואוהדים.
בשבת הבאה יציינו דבר נוסף בחסידות, מלאות עשרים ושמונה שנים מאז פרשת תולדות תשנ"ד בה שהה בארה"ב אביו של ראש הישיבה, כ"ק מרן הרבי הפני מנחם מגור זצוק"ל, בביקורו ההיסטורי בארה"ב, כשנה וחצי לאחר תחילת ימי הנהגתו כאדמו"ר מגור, הביקור הבלתי נשכח שהותיר רושם רב על החסידים עד היום.
מעט מן הפרטי המסע נחשפים אט אט, כשיציאתו המתוכננת של ראש הישיבה מארה"ק מיועדת להיות ברצות ה' בליל יום ג' הבעל"ט בכחצות הליל.
ביום ג' תתקיים שמחת השבע ברכות לבתו של העסקן והנגיד הרב ישראל שמעון בריקמן, מראשי קהילת גור בארה"ב, בהשתתפות ראש הישיבה ומאות החסידים.
בשבת קודש ישהה ראש הישיבה במרכז בארא פארק, ויערוך את שולחנותיו הטהורים בהשתתפות אלפים רבים בליל שבת קודש ובסעודת רעוא דרעוין.
באחד מן הימים יגיע ראש הישיבה לביקור מיוחד בליקווד, שם יש לו חסידים רבים ושני בתי חסידים שבהנהגתו.
בימי הביקור יערוך ראש הישיבה מעמדי הוקרה לנדיבי העם מחזיקי התורה בהשתתפות דינרים מיוחדים להחזקת מוסדות התורה והחסידות בארה"ק.
במשך כל ימי הביקור עתידים להיות שעות רבות של קבלות קהל לקהל האלפים שוחרי פתחו של ראש הישיבה, אשר כמנהגו ישיב לשואליו דבר ועצה נבונה ונכונה, ויברכם לפקודת ישועה ורחמים.
דבר מעניין נוסף שראוי לציון, הוא שראש הישיבה חרג ממנהגי האדמו"רים הנוסעים לחו"ל שנוסעים בלווי רבים מקהל חסידיהם, וביקש והפציר ואף קבע, כי מלבד המשלחת המצומצמת שכוללת את הגבאים ומנהלי המוסדות, כל החסידים ישארו בארה"ק ויתמידו כהרגלם בתורה ובעבודה, ובכך ימנע ביטול תורה, קבע ראש הישיבה.
הצפי לחזרת ראש הישיבה לארה"ק הוא ביום ג' לסדר ויצא יעקב - יציאת הצדיק מן העיר עושה רושם... הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה, אשר יחזור לארה"ק לאחר ימי מסע הקודש וימי ההתעלות שבוודאי יותירו חותם עמוק ורושם רב על קהל החסידים וקהילות החרדים בארה"ב.
*צהלי ורוני כי גדול בקרבך קדוש ישראל, ויהי נועם ה' א' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו ומעשי ידינו כוננהו, ובברכת הצלחה גדולה ורבה*
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 6:53 am
דורך שמעקעדיג
מורינו ורבנו האט געשריבן:היינט זענען אנגעקומען צו מיר צוויי אידן, חסידי גור, איינעם פון זיי קען איך און א צווייטער קען איך נישט, אבער ער האט זיך פארגעשטעלט, ער איז א גאנץ וויכטיגער און חשוב'ער מענטש אין גור. זיי האבן גערעדט מיט גרויס דרך-ארץ און איידלקייט, זיי האבן מיר ערקלערט אז אויב איך וועל גיין צו ר' שאול, וועל איך זיך פארטשעפענען מיט גאנץ גור, זיי וועלן האבן א לינקער בליק אויף מיר, ס'וועט מיר שאדן פינאנציעל און אויך מיט כבוד וכדו' און דער ענין וועט מיר אלעמאל באגלייטן.
איך וואלט גענומען די געלעגנהייט און זיי מסביר געווען אז טעראר האט קיינמאל נישט געארבעט אין אזעלכע פעלער, אדרבה וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ, גיב א קוק ביי סיי וועלכע חסידות וואס מען האט גע'רודפ'ט, די חסידות זענען נאר געוואקסן דורך דעם, גיב א קוק בני יואל אין ק"י, קוק באבוב-45, קוק יעצט הילקרעסט לעבן סקווירא, א.א.וו. למעשה איז דאס יומען נעטשור אז רדיפות פאראייניגן גאר די קהלות, און שפעטער האבן די רודפים ביטער חרטה, סיי ברוחניות פאר'ן רודפ'ן אנדערע אידן און סיי בגשמיות אז עס האט אויפגעטון פונקט דאס פארקערטע ווי די מטרה, גענוי ווי די מצריים האבן פרובירט צו באזיגן און געשלאגן דעם פראש... אלזא החכם עיניו בראשו, זיי זאלן צוריקגיין קיין גור און אנהייבן נאכאמאל לערנען ש"ס און אזוי זאלן זיי זיך בויען, ווייל צוריק גייט א קאזע, ר' שאול אלתר איז "היער טו סטעי" טאקע צוליב זייערע ביז-איצטיגע רדיפות, און פאר זייער אייגענע טובה, אויב ווילן זיי נישט אז ער זאל וואקסן דאפעלט בקרוב, זאלן זיי אפשטעלן די רדיפות באצייטענס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 9:46 am
דורך מונטסורי
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעי' האט געשריבן:ס'נישט מסתבר אז ער קומט פאר געלט, ער האט דאך נארוואס געענדיגט מאכן א סוקסעספול קאמפעין.
חוץ אויב די סטראטעגיסטן האבן מחליט געווען אז מ'דארף אריינכאפן ווילאנג ער האט נאך די מאמענטום אלץ נרדף.
שמעי': נישט ביי מיר. ביי מיר האבן זיי נישט דעם סטאטוס פון נרדפים. ווייל זיי און זייער מנהיג האבן גאנץ גוט געוואוסט מתחילה אין וואס זיי לאזן זיך אריין. ס'זעהט אויס אז זיי האבן מחליט געווען אז ס'לוינט זיך צו כאפן די קלעפ...! ס'פונקט אזוי ווי מ'זאגט אן פאר א מענטש גיי נישט צו צום עלעקטריזיר'טן צוים ווייל דו קענסט (ח"ו) געהרג'עט ווערן. און אויב ער גייט יא. איז ער זיך אליינס שולדיג...!
לפענ״ד איז דאס בכלל נישט גלייך און גראדע וויקטים בלעימינג. די צוים האט דאך נישט קיין בחירה, דער מענטש וואס גייט צו ברויך אבאכט צו געבן. גור ווידעראום, איז בוחר צו רודפ׳ן, דאס אז ר׳ שאול ווייסט פון פאראויס אז גור מאכט נישט געווענליך די בעסטע בחירה מאכט אים נאכנישט אויס נרדף.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 10:38 am
דורך berlbalaguleh
מונטסורי: אבער ר' שאול האט אויך א בחירה. און ווען ער האט געמאכט די בחירה פון ארויס גיין אקעגן דעם רבי'ן (עכ"פ אזוי טייטשן עס אויס די חסידים פון רבי'ן) האט ער גאנץ גוט געוואוסט וואס די קאנסעקווענצן וועללן זיין (איזהו חכם הרואה את הנולד). ס'איז פונקט אזוי ווי א מאטעמאטישע פארמולא. למשל 2X2=4. דאס איז א פשיטא...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:07 am
דורך מונטסורי
ר׳ שאול האט בלויז אוועקשפאצירט, ער קלעימט נישט קיינע בנינים אדער סיי וואס.
משל למה הדבר דומה? איינער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א משוגענע לענדלארד וואס ״לאזט״ אים נישט זיך אוועקציען פון זיין דירה. דער טענענט ווייסט בידיעה גמור אז אויב צייט ער זיך צו אנאנדערע דירה וועט אים דער משוגענער לענדלארד רודפ׳ן עד חרמה, ער ווייסט אבער אויך אז ער מעג שטיין אויף זיינע רעכטע און זיך ציען צו א גרעסערע דירה, און אזוי טוט ער. ווי ערווארטעט, הייבט דער משוגענער לענדלארד אן א קייט פון רדיפות און השמצות אקעגן דעם אלטען טענענט.
איז דער משוגענער לענדלארד דען נישט קיין רודף? איז דער טענענט דען נישט קיין נרדף?
לפענ״ד איז דער גור׳ער רבי דער משוגענער לענדלארד
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:19 am
דורך berlbalaguleh
מונטסורי: דו האסט געברענגט זייער א גוטן און צוגעפאסטן משל. איך דארף דא מאכן א שטיקל הבהרה. איך מיין בכלל נישט צו בארעכטיגן וואס דער העיליגער רבי טוט. איך האב נאר ארויסגעהויבן די נקודה אז ס'איז געווען מובן מאליו מתחילה אז ס'גייט זיין טעראר אויף ר' שאול...!
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:49 am
דורך פאליטיקאנט
כמונטסורי ועוד: נישט אז אין גור האט ער געלעבט א חיים טובים.... די לעצטע צוואנציג יאר איז עם נישט אזוי זיס געווען, און די רדיפות האבן זיך נאר פארערגערט.
פארשטייט זיך אז אונז דארפן נישט צוקומען צו דעם (און אפי' אויב ער האט געהאט כבוד מלכים אין גור, מעג ער נאכאלס ארויס פון דארט) ווייל יעדער - חוץ א עבד - האט די רעכט צו טוען וואס ער וויל פאר זיך. עס איז נאר לסבר את האוזן פאר די וואס האלטן אז איינער וואס ווערט געבוירן אין א גאראדז איז אויטאמאטיש א קאר און דארף פארבלייבן דארט פאר די רעשט פון זיין לעבן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: נאכדעים זאלל דער הייליגער רעבע קומען און טיילן שיריים פון זיינע הייליגע הענט ומפה קדשו. א ביסל פארטרוקנטע חלה וועלכע איז נאך געבליבן פון זיין (הייליגן) זונ'ס חתונה. און אביסל אלטע הערינג וואס מ'קען דערויף זאגן .."מה שמועה שמע ובא"... ווייל די הערינג הערט זיך אין גאנצן ביהמ"ד...!".
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 2:54 pm
דורך [NAMELESS]
מונטסורי האט געשריבן:ר׳ שאול האט בלויז אוועקשפאצירט, ער קלעימט נישט קיינע בנינים אדער סיי וואס.
משל למה הדבר דומה? איינער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א משוגענע לענדלארד וואס ״לאזט״ אים נישט זיך אוועקציען פון זיין דירה. דער טענענט ווייסט בידיעה גמור אז אויב צייט ער זיך צו אנאנדערע דירה וועט אים דער משוגענער לענדלארד רודפ׳ן עד חרמה, ער ווייסט אבער אויך אז ער מעג שטיין אויף זיינע רעכטע און זיך ציען צו א גרעסערע דירה, און אזוי טוט ער. ווי ערווארטעט, הייבט דער משוגענער לענדלארד אן א קייט פון רדיפות און השמצות אקעגן דעם אלטען טענענט.
איז דער משוגענער לענדלארד דען נישט קיין רודף? איז דער טענענט דען נישט קיין נרדף?
לפענ״ד איז דער גור׳ער רבי דער משוגענער לענדלארד
עס איז נישט ממש אזוי. ר' שאול איז אזויווי א מענעזשער אין א קאמפעני וואס שפאצירט ארויס און עפנט א קאמפעטישן מיט א גרויסע טייל פון די פירמע. דאס קען שאטן די קאמפעני און נידערן איר ווערד.
ער מעג עס גראדע טון ווייל עס איז נישטא דער ענין פון השגת גבול, און אויך איז עס נישט קיין קאמפעני נאר א פארדארבענער קולט וואס שטאפט זייער עולם מיט פילן און נארישקייטן און טוט בלעקמעילן אירע מיטגלידער וואס ווילן זיך אפשאקלען פון די בלאטיגע חסידות כת וואס רופט זיך 'גור'.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שאול גיבט פאר זיינע מענטשן די רעכטן צו לעבן פאר זיך, ער שטופט נישט אריין קיין שוויציגע קאמענדאנטן אין די שלאפצימערן און עס גייט אים נישט אן ווער עס גייט צום גרויסן קאניבאלן פאבריק אויף ירמיהו.
דאס איז וויאזוי א דעמאקראטישע חסידות ברויך זיך צו פירן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:16 pm
דורך בעל דרשן
קומען גרויסע לעכטיגע טעג אין אמעריקא
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:38 pm
דורך שמעקעדיג
טערעסאנט, מיין רבי האט געזאגט ביי שלש סעודות אז עס קומען לאנגע ווינטער נעכט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:07 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: יא. אבער מיין רבי. אדער זיינע שליחים . אין דעם מכתב עת קודש..."דער בלאט"...שי' עמו"ש. תמ"ל עוז ותעצומות...עביגוא"צ בב"או"א...אז אויף די הייליגע נסיעה קיין סיגוט צו ארץ אבותינו, זענען געווען לעכטיגע טעג...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:29 am
דורך שאולדיספריםפאקער
*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*
*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*
*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 7:41 am
דורך אספקלריה
איך מיין אז אזא תורה ריז ווי ר' שאול באלאנגט נישט אין די בילדער מאגאזינען. פארקערט, זיי וועלן איהם א טובה טוהן אז זיי לייגן איהם נישט אריין.
זאלן זיי טאקע נאר אריינלייגען די מעכטיגע פארטיי פירער און זייערע געפאלישטע מאגעזינען,
ס'איז נעבעך דא אזאנע וואס האבן נישט וואס צו פארקויפן נאר זייער פנים, ס'איז גארנישט דא מער ווי דעם,
צו קענען ר' שאול אלתר איז דא אנדערע וועגן, ס'גיסט זיך פון איהם תורה וחסידות אויף א פארנעם וואס מ'האט שוין יארען נישט געזען.
מ'קען ליינען תורה וחסידות פון איהם און אויסהערן זיינע שיעורים,
די חסידישע וועלט פון רבי'ס האט בכלל גאר ווייניג בעלי כשרונות, און אפילו דיע פאר וואס זענען שוין יא בעלי כשרונות, זענען גאר שוואכע כאראקטערס מילד גערעדט,
אזא כח ווי ר' שאול האט די חסיד'ישע וועלט שוין לאנג נישט געזען, א ריז אין תורה, א שטיק פייער פאר די אמת, ער זאגט זאכן כמות שהוא.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:08 am
דורך שמעקעדיג
האסט א נקודה.
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:34 pm
דורך תוהו ובוהו
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*
*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*
*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...
והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:36 pm
דורך Nanach
תוהו ובוהו האט געשריבן:שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*
*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*
*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...
והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]
לאמיר עס פארעכטן, מיר גייען נישט דולדען קיין טעראר!!!
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:41 pm
דורך פאליטיקאנט
תוהו ובוהו האט געשריבן:שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:*גור פירט א מערכה נישט אריינצולאזן הרב ר' שאול אלתר שליט"א אין די לאקאלע מאגאזינען*
*לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז טעראר ארבייט נישט!!*
*בויקאטירט די מאגאזינען וואס לאזן זיך פון טעראר*
טעראר ארבעט פיין...
והא ראיה, דו האסט אקארשט געוואלט צווינגן די אויסגאבעס מיט 'טעראר' יא אריינצולייגן בילדער.. [emoji4][emoji4]
נישט קויפן איז ממש פארקערט ווי טעראר!
באיקאטירן הייסט אז דו געבסט דיין מיינונג בדרך נחת, דו גייסט נישט יענעם צווינגען מיט געוואלד אדער טעראריזירן, נאר יענעם איבערצייגן אז עס 'לוינט עם' צו טון וואס דו פארשטייסט (מחמת געלט, אדער כבוד).
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:45 pm
דורך תוהו ובוהו
פאליטיקאנט האט געשריבן:נישט קויפן איז ממש פארקערט ווי טעראר!
באיקאטירן הייסט אז דו געבסט דיין מיינונג בדרך נחת, דו גייסט נישט יענעם צווינגען מיט געוואלד אדער טעראריזירן, נאר יענעם איבערצייגן אז עס 'לוינט עם' צו טון וואס דו פארשטייסט (מחמת געלט, אדער כבוד).
רוב זאכן וואס מיר רופן אן 'טעראר' איז נישט פיזיש צווינגען, נאר מאכן אז ס'זאל זיך יענעם נישט לוינען צו טוהן פארקערט ווי איך וויל..
בכל אופן, ס'איז אוודאי נישט די זעלבע און ס'איז געווען א ווערטל, ותנוח דעתכם.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:12 pm
דורך בעל דרשן
עס ווערט יעצט געמאלדן אז
דער ראש ישיבת פני מנחם הגאון רבי דניאל אלתר שליט״א. קומט צוגיין מיטן פמליא של מרן הגר״ש מגור שליט״א