בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:47 am
דורך איך אויך
טאמבי, דער ערשטער ווארט אינעם קעפל האשכול קען מען אפליינען אויף דריי וועגן, דו האסט בוחר געווען איינס פון זיי.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 4:37 pm
דורך yn.NY
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:yn.NY האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!
כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!...

כ׳האף אז הורדוס פלאקערט טאקע אין גיהנום.
די הייליגע רבי זי"ע נעמט זיך אן פאר זיינע תלמידים הקריים בנים...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
צ/ק
איינמאל אין צוויי חדשים איז דא א נסיעה פון אפאר באסעס צום קבר פון יוסף הצדיק אין שכם אין באגלייטונג פון דאס מיליטער. מ׳דארף זיך נאכפרעגן ביי די אלצווייסער די נאמבער וואס מ׳דארף רופן זיך איינשרייבן.
מ׳קען זיך אריבערכאפן קיין שארם א׳שייח, א שיינע רעזארט שטאט אין סיני, הגם טעכניש איז עס אונטער מצרישע הערשאפט.
מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 9:01 pm
דורך קהל'ס נער
גיי וואוין מיט די נוער הגבעות פאר א טאג צוויי, וועסט דיך פילן ממש ווי די ארגענעלע ציונים, די מקימי המדינה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
זיי זענען וואוילע אידן. און גרויסע מכניסי אורחים. און ערליך. נאר (אפשר) א ביסל צודרייט. אזוי זעהט מען אויס ווען איינער איז משוגע לאותו דבר...בקיצור. אן עקסטרעמיסט...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 11:40 am
דורך תרמב
איך זעה אז די עולם האט פיין געטשילט לערנענדיג אין ישראל, איך האב נישט געהאט די השגות, די איינציגסטע אוואנטורע וואס איך האב געטון איז געווען אריבערקראסן ככר השבת ווען די לייט איז געווען רויט..... אדער שפאצירן אויף רחוב חומה השלישית ציווישן די פראים....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:28 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האביך נאר געזינגען מודה אני מיט מיין רבי...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 4:26 pm
דורך בר גיורא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צ/ק
איינמאל אין צוויי חדשים איז דא א נסיעה פון אפאר באסעס צום קבר פון יוסף הצדיק אין שכם אין באגלייטונג פון דאס מיליטער. מ׳דארף זיך נאכפרעגן ביי די אלצווייסער די נאמבער וואס מ׳דארף רופן זיך איינשרייבן.
מ׳קען זיך אריבערכאפן קיין שארם א׳שייח, א שיינע רעזארט שטאט אין סיני, הגם טעכניש איז עס אונטער מצרישע הערשאפט.
מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.
סאיז דא א כניסה יעדע ערב ראש חודש קיין שכם אנגעפירט דורך
מנהלת קבר יוסף אחוץ יעצט וואס "בגלל קורונה" זענען זאכען נישט מסודר
כדי זיך איינצושרייבען קען מען רופען 02-3011700/02-9999700
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 5:00 pm
דורך בר גיורא
איך פערסאנעל האב די בעסטע ליב געהאט א שבת וואס איך האב פאברעגט אין "קדיתא" עס איז 12 מינוט צי פארן פון מירון אבער 2 אנדערע וועלטען !
די עולם דארט ביישטייט פון אלע סארטען מענטשען פון ליטוואקס ביז חילונים אבער אלע מיט איין ציל זיך נישט צי באנוצען מיט טעכנעלאגיע וואס איז ערפונדען געווארן די לעצטע 200 יאר!.
די ביסל עלעקטעריק וואס א חלק מענטשען האבען יא איז פון א קליינשיגע סאלער פאנעל אוןיפן דאך.
די איבריגע לעכטיקייט קומט פון לעכט.
די מאטראצען וואס מהאט אונז פארדינגען איז באשטאנען פון א "פעלעט" (יא די איך מיין די האלץ וואס מניצט פאר דעליוועריס)און א לאלעך אויף דעם.
און אויפגעוועקט האבין מיר זיך פון די הינער און הויף.
און אלע דארט זענען פאראייניגט מיט האס אקעגן די מדינה פארן נישט וועלן ארקענען זייער שטח אלס לעגאל.
אבער די טעם פון זינגען לכה דודי מיט ארום צענדליגע ליכט וואס ווארפט א גאר בלאסע שיין און מיט מענטשען וואס קוקען אויס ווי זיי זענען אראפגעפאלן דאהי פון 200 יאר צוריק.
און שבת צופרי קאווע מיט קאווע וואס איז צישטויסען געווארן אין "שטייסעל"
(די זעלבע אין וואס מהאט געמאכט די קטורת) און מיט מילך וואס סאיז אקארשט געמאלקען געווארן פון די דארף קיען קען איך נישט פארגעסען!.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 7:35 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האביך נאר געזינגען מודה אני מיט מיין רבי...!
ערעב בערניו: ס'נאך נישט צי שפעיט, גיי נעם דיך צאם מיט @רויטע וואנצעס און @אדנירם מיט נאך אפאר אלטע ניקים, כאפטס ענק אריבער קיין איזראעל, האקטס א לעיבן.
בערל פאוסט אפאר פיקטשערס נאכדעים, איך מיז זעין ווי די מאכסט שביל מים לים אדער שלאפסט איבער ביי די נוער גבעות.
ב.ט.וו. אפשר מאכט מען עפעס א צאמקים פון תושבי הקאווע צימער, לאמיר זיך אלע טרעפן אין א רעסטאראנט, איך מיין ס'גייט זיין לעבעדיג, ווער איז אין?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 9:09 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך מיין דו וואלסט נישט געוואלט מיטקומען מיט מיר פאר א (ווילדע) רייזע קיין ארץ ישראל.
צום כותל (דער נארישער בלאט שרייבט עס אין קוואוטעישן מארקס. כאילו ס'גייט בטל ווערן ווייל זייער קליענטור טוט עס נישט אנערקענען. לאל.) זיכער. נאר אפשר אויך קיין (להבדיל) אילת. אויך א סטאפ אין א רעסטאראנט צו קויפן א גוטן, געשמאקן טונא סענדוויטש אויף א פרישן ראלל מיט פוטער. מיט אמעריקען טשיעז (גבינה צהובה, ווי מ'רופט עס אין די טמא'נע מדינה אויף די טמא'נע שפראך.) און אפשר א טאמעיטא'לע (עגבניה) אריינגעשניטן. שוין. דאס (און נאך א פאר אנדערע , שאי אפשר לפורטם (אפשר, אין מאחורי) זענען מיינע תאוות היינט צו טאג...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 6:41 pm
דורך טיכטיגער
snorkeling in Eilat
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:14 pm
דורך ים רויבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.
איינער מיט א לינק ביטע
Re: פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 11:34 pm
דורך פאליטיקאנט
א פשוט'ע שפאציר אויף רחוב החומה השלישית (ברלנד)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:44 am
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:א פשוט'ע שפאציר אויף רחוב החומה השלישית (ברלנד)
אויב גייט מען דארטן מיט די נייסטע אייפאון פרא מעקס מאדעל קען זיך עס ענדיגן צוויידייטיג:
א האלד אפ.
א בקשה פאר פופציג שקל.
עס ווענדט זיך אין וועמען מען האקט אריין...
Re: פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:13 pm
דורך ברוינשטיין
אויב האסטו צייט, כאפ דיר ארויף אויף אגד באס 451 קיין אשדוד.
די וועסט בייוואוינען סצענעס וואס מען זעהט ניטאמאל אין טעאטער
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:15 pm
דורך good news
ווי למשל?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:21 am
דורך Nanach
ברוינשטיין האט געשריבן:אויב האסטו צייט, כאפ דיר ארויף אויף אגד באס 451 קיין אשדוד.
די וועסט בייוואוינען סצענעס וואס מען זעהט ניטאמאל אין טעאטער
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
זיי דיר מסביר ביטע (איך האב קיינמאל נישט גענומען די באס, ווי ווייט איך געדענק)
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 11:02 am
דורך צפת
???