בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אז דו רעדסט פון הייליגע צדיקים וועלכע האבן מגין געווען אויפן דור ברוב קדושתם אפילו זיצנדיג אין ארץ ישראל, איז דאס א באזונדערע נושא.
מען רעדט דא פון מנהיגים וועלכע האבן זיך ארויפגעשארצט די ארבל און אויפגעטון דא אין ניו יארק פאר אידישקייט.
לענ"ד בעלזא און גור און נאך עטליכע קומען נישט אריין דא אינעם בילד.
פארוואס נישט? ווייל די פראפאגנדע האט דיר אזוי פארקויפט? דער הייליגר בית ישראל האט גארנישט ווייניגער כוח און מח אריינגעלייגט אויפצובויען יודישקייט אין א"י נאכן קריג ווי סאטמאר רב האט אין אמעריקא.
די סיבה איז ווייל דער אשכול רעדט נאר פון אמעריקע. קוק דעם קעפל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:25 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
ער האט לחלוטין נישט געהאלטן פון דעם.
ער האט קלאר געזאגט, ווען אין סאטמאר רודערט זיך טישן אויף בענק, זאל זיך ביי מיר א בענקל ניט רירן..
די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווי האלט סאטמאר מיט דעם? ווי אנגעפאטשקעט זענען די קעפ מיט אלע אלע היסטאריע פון אלע משכילישע יארן.
עשה טוב! ורע לא אדע.. ווייס נישט וועגן שלעכטס.
בכלל, איך זע נאך נישט ווי שלעכט גער און בעלז און וויזניץ זענען אנגעקומען מיטן 'נישט' גיין מיטן שיטה הקדושה.
און סקווערע רבי זצוק''ל האט איינגעפירט אינעם געביט פון עשה טוב, וואס קיינער האט נישט געוואגט צו טוהן. אייגעפירט כוללים, וואס סאטמאר רב האט עפעס נישט זיך ארויפגעכאפט דערויף, און מאכן א שטעטל, וואס סאטמאר רב האט זיך עפעס נישט ארויפגעכאפט דערויף, און איינפירן חדר און לימודים אין אלע ימי המועד וואס סאטמארע רב האט זיך עפעס נישט ארויפגעכאפט דערויף.
ווען זאל ווען דער אלטע סקווערער רבי זאגן איין ווארט,וואלט ער געפירט א מאוומענט. ער האט געהאלטן אז 'עס קומט נישט אזוי'. און וויאזוי ס'קומט יא, האט ער היבש מצליח געווען.
ממילא, ווי קומט אריין אינעם טיטול רשכבה''ג און דאס גלייכן, ווען כל הגולה איז צעטיילט אין נאך פינעף שטיקער. איין פינפטל איז סאטמאר
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:35 pm
דורך sunbar
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קודם כל, א רב מיט א רבי זענען צוויי אנדערע כוחות, ווייסטו דערפון?
כלל ישראל באשטייט נישט נאר פון וויליאמסבורג, און וויליאמסבורג איז נישט די סימבאל פון כלל ישראל
סך הכל, זענען היינט פארהאנען אין 770, שומרי תורה ומצוות, און מחמירים בקלה כבחמורה - כפי הוראת רבותיהם לבית חב''ד, מער ווי ס'דא אין סאטמאר
סך הכל איז דא היינט אין וויזשניץ, בני ברק, סרט וויזשניץ, און אלע תלמידים ותלמידי תלמידים, נאך אזוי פראצענטיש פעלזן שטארקע יסודות וואס וואלט געהאלטן אפילו אן סאטמאר, נאכן קרוג
סך הכל איז סקווער די סימבאל פון תורה ומסורה און חסידות אין די אויגן פון יעדן היסטאריקער, וואס לייענט נישט די פארטייאישע בלעטער, נאר וואס קוקט אויבנאויף בכללות בהיסטוריית ימי ישראל
סך הכל איז גער בראשם פונעם הייליגן בית ישראל, געווען 'דער' וואס האט געהאלטן זיין ריזן ציבור אין די האנט איבער יענע שווערע תקופות.
סך הכל האט קלויזנבורגער רב געהאט אויף זיינע פלייצעס דאס שארית הפליטה יודנטום, יונגווארג און עלטערע, פונעם רגע וואס די נאציזעם איז געפאלן, ביז ביז..
פאפא רב, צעלימער רב, וואס האבן אינוועסטירט אין יהדות החרדית, האבן ארויפגעארבעט דאס ניווא פון ערליכקייט אויף הויעכע שטיפעס,
אויך איז געווען עטליכע יאר נאכן קריג, א צדיק וקדוש ר' יואל טייטלבוים, וואס האט אסאך משקיע געווען אין די מאסן אויפן נושא פון קנאות קעגן פרעמדע ווינטן.
כלל ישראל האט געהאט א צדיק ווי דער בעלזער רב זצוק''ל וואס האט מגין געווען אויפן דור ברוב פרישותו וקדושתו, און זיינע ברכות און אנווייזונגען האבן ערהאלטן כלל ישראל.
האלט איינער אנדערש?
די חילוק איז אזוי, די סאטמארער רב ז"ל איז געווען פון אונגארן, און פון אונגארן איז געבליבן א גרעסערע מערהייט, ממילא האט ער געוואוסט וואו אזוי קעיר צו נעמען פון זיי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:02 pm
דורך גאלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
ער האט לחלוטין נישט געהאלטן פון דעם.
ער האט קלאר געזאגט, ווען אין סאטמאר רודערט זיך טישן אויף בענק, זאל זיך ביי מיר א בענקל ניט רירן..
אלעס איז יתכן, אבער היות מ'רעד מיר דאך דא פון "העטעך פעטעך" הייפיטעטיק"ל בלע"ז, איז כל זמן ס'דא א סברה המתקבל לכאן או לכאן האט יעדער די רעכט עס צו קלעימען, ולא פליגי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווי האלט סאטמאר מיט דעם? ווי אנגעפאטשקעט זענען די קעפ מיט אלע אלע היסטאריע פון אלע משכילישע יארן.
עשה טוב! ורע לא אדע.. ווייס נישט וועגן שלעכטס.
טאקע בהא קא-מיפלגי, דער סאטמאר רבי לשיטתו האלט אז צי גיין מיט פארבינדענע אויגן אן וויסן גארנישט נאר "תורה תורה תורה" קען מעגליך פארפירן דעם מענטש ביודעין או בלא יודעין צו שטיפן די וואגן פון כפירה ומינות, איך זאג חלילה אז סקווירא זענען כופרים, אדרבא זייער מעגליך אז זיי זענען אפגעשוינט געווארן פון די בייזע ווינטן ווייל סאטמאר האט געטאן די שמוציגע ארבעט פאר זיי, ממילא זאלן זיי ושאר קהילות החרדים פארדאנקען די סאטמאר רבי פארן אפשוינען זייער ענערגיע,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בכלל, איך זע נאך נישט ווי שלעכט גער און בעלז און וויזניץ זענען אנגעקומען מיטן 'נישט' גיין מיטן שיטה הקדושה.
כאפסט נישט, שיטת סאטמאר איז אז דער עצם דעות ציונית והתחברות לרשעים איז א פגם אין אידישקייט,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:11 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אין ציגאב צי דעם האט סקווירא רבי זצ"ל נישט געהאט קייין מסורה אין הנהגה, בעת סאטמארע רב יא, סאטמארע רב'ס טאטע אין זיידעס האבען זיך אפגעגעבען מיט פיהרען קהילות, בעת סקווירא רבי'ס טאטע אין זיידעס האבען געליינט קוויטלעך אין געטאנצען הקפות, אבער נישט געפירט קיין קהילות,
סקווירא רבי זצ"ל האט אנגעהויבען פיהרען א קהילה אויף דער עלטער נאך וואס ער האט געבויעט דעם שטעטעל, בעת סאטמאר'ע רב האט שוין משמש געווען ברבנות אלץ יונגערמאן נאך אין יוראפ, סאו עס לאזט זיך גלייבען אז סאטמאר'ע רב האט בעסער געוויסט וויזוי מען פירט א קהילה,
אין ווען כ'קוק אויף ביידע קהילות היינט מיט אלע חסרונות, זעה איך מער נארמאלקייט אין באלאנס אין א סאטמאר'ע קהילה ווי אין א סקווירא,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:13 pm
דורך פראפעסאר שפירא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
שטותים, ער איז אינגאנצען נישט געווען אזא מענטש וואס האט געקענט אויפרידערען א וועלט דאס וואס סאטמאר'ע רב האט געקענט, די דרייסט סתם א קאפ,
סאטמאר'ע רב איז געווען א לייב, סקווערע רבי איז געווען א הייליגער איד אבער דאס וואס סאטמאר'ע רב האט געקענט האט ער נישט געקענט, סאטמאר'ע רב האט געקענט זאגען דרשות אין אויפשאקלען הערצער, סקווירא רבי האט נישט געהאט דעם כוח,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
סאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
סקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען.. יו מעיד מיי דעי!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:28 pm
דורך פראפעסאר שפירא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
ער האט געהאלטען מיטען דברי חיים שיטה אז נשתכחה תורת הבע"ש, אבער אוודאי איז דא א מסורה, מיש נישט הודו מיט כוש,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען..
ניין , אין אין מיין אפיניען האט סקווער טאקע נישט מצליח געווען, די וועג וויזוי זיי זענען געוואקסען איז צי בויען א שטעטעל אין נישט לאזען שיקען נאר אין זייער מוסדות אין ישיבות, אין ציטערען אז טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די שטעטעל דאן גייט די גאנצע חסידות צאמפאלען, דאס הייסט "ארויף געצווינגענע ליבע"
סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל, אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
סאו לאמיר זעהן סקווער זאל אראפנעמען די ארויף געצווינגענע ליבע, אין נאכדעם וועט מען זעהן צי זיי האבען מצליח געווען אדער נישט,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:38 pm
דורך פראפעסאר שפירא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווען ס'וואלט טאקע געווען אנגעפילט מיט תורה , נו מיילא, קענסטו טענה'ן אז מען דארף לעבען אין עולם התוהו אין מען טאר נישט קענען קיין שום היסטאריע,
אבער די פאקט ווייזט אז די מוח פין א סקווערע קינד איז אנגעפילט מיט ווי הייליג די "רבי" איז אין אז ער איז ממש אזוי גרויס ווי העלבראנץ, אין אזוי ווייטער,
סאו קאט די קרעפ, זאלען זיי ענדרעש לערנען אביסעל היסטאריע ווי זיין ביזי פארגעטערען א מענטש,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:50 pm
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:סאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
ער האט געהאלטען מיטען דברי חיים שיטה אז נשתכחה תורת הבע"ש, אבער אוודאי איז דא א מסורה, מיש נישט הודו מיט כוש,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען..
ניין , אין אין מיין אפיניען האט סקווער טאקע נישט מצליח געווען,
די וועג וויזוי זיי זענען געוואקסען איז צי בויען א שטעטעל אין נישט לאזען שיקען נאר אין זייער מוסדות אין ישיבות, אין
ציטערען אז טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די שטעטעל דאן גייט די גאנצע חסידות צאמפאלען, דאס הייסט "ארויף געצווינגענע ליבע"סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל,
אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
סאו לאמיר זעהן סקווער זאל אראפנעמען די ארויף געצווינגענע ליבע, אין נאכדעם וועט מען זעהן צי זיי האבען מצליח געווען אדער נישט,
WOWO WOWO WOWO
מעכטיגער פוינט!!
ניין!
איבערמעכטיג!!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:07 pm
דורך גאלד
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל, אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
גראדע למען הפונקטליכקייט דאס איז באנו למחלוקת הברך משה והבני יואל, ועוד חזון
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:20 pm
דורך געפילטע פיש
גאלד האט געשריבן:אבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין, דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.
גאלד האט געשריבן:און אוואדי לאזט זיך זאגן אז די באוועגונג פון די ערליכע ריינע שיטה קעגן די מדינת של שמד וואלט לכאורה קיינמאל נישט צישטאנדגעקומען אז עס זאל פארעכנט ווערן אלס א מעין-סטרים שיטה, ועל זה אנו מודים ומשבחים,
דאס איז דאך די חורבן!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:30 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין,
דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.גאלד האט געשריבן:און אוואדי לאזט זיך זאגן אז די באוועגונג פון די ערליכע ריינע שיטה קעגן די מדינת של שמד וואלט לכאורה קיינמאל נישט צישטאנדגעקומען אז עס זאל פארעכנט ווערן אלס א מעין-סטרים שיטה, ועל זה אנו מודים ומשבחים,
דאס איז דאך די חורבן!
ס'האט שוין איימאל מיט אידישקייט צוטוהן!
ס'זינדיגט זיך שווערער מיט אראפגעלאזטע פיאות!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:32 pm
דורך גאלד
געפילטע פיש האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין, דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.
מיט וואס האט עס צוטאן, מיט ספארטס? אוואדי איז עס נישט דער עיקר, אבער מיט וואס זאל עס האבן צו טאן אויב נישט אידישקייט, די חסידישע לבוש איז א גאר powerful גדר פאר אידישקייט, נישטא וואס זיך צו דינגען דערויף,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:34 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זע נאך נישט וואס סאטמארע רב האט אויפגעטון. איינער קען מיך מסביר זיין?
סך הכל זענען רוב יודען פושעים, און אלע צדיקים פון אמאל איז חלומות, האלב פארגעסן האלב פארקראכן, נאר די שיטה פון פוי שייגעץ ארויס איז חי וקים?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:35 pm
דורך געפילטע פיש
גדר, האלט צוריק פון זינדינגען וכו' אלעס שיינע תורות, אבער אין תורת משה שטייט דאס נישט.
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז. סא פאר העלפט עס זייער גוט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:37 pm
דורך זר זהב
אין תורת משה שטייט נישט אסאך זאכן וואס ערליכע אידן טוהן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:38 pm
דורך פראפעסאר שפירא
געפילטע פיש האט געשריבן:
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז.
בילד ביטע?
(דורעך געבען א לייק קען מען זיך מצטרף זיין צי די פעטיציע)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
באקומען אין אימעיל:
אי לאו יומי:
לכבוד כו אב.
מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל.
איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל אריינגעטראכט דעם שבח והודאה מ'דארף געבן פאר'ן באשעפער פאר'ן אונז געבן אזא רבי. לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר וואלטן ווען אויסגעזעהן אן אים;
ווען נישט אים וואלסטו ח"ו געשפילט באלי מיט דיין אינגל,
ווען נישט אים וואלסטו ל"ע געלערנט דף היומי,
ווען נישט אים וואלט דיין אינגל (אויף קיין שום איד נישט געזאגט) געפארן אויף א שגץ בייק,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די בעלזער'ס ביקן זיך עכט צום צלם פאר זיי גייען אין שיל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז נאר אונז סאטמארע אידן זענען די אמת'ע פח שמן הטהור, און אלע אנדערע אידן זענען סתם אידן וואס ביקן זיך צום בעל און האבן נישט קיין חלק לעולם הבא!
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז מ'קען מלבש זיין שנאה אויף יעדע איד מיט א תורה'דיגע לבוש,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די אלע וואס זענען גענאנגען צום כינוס כלל ישראל זענען נישט מזרע ישראל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי אזוי ער האט אריינגעזאגט און אריינגעשניטן יעדע רב ביי יעדע אסיפה,
ווען נישט אים וואלט הלל טייטלבוים און דוד עקשטיין געוואוינט אין וויליאמסבורג,
ווען נישט אים וואלטן מיר נישט געהאט פרייטאג צו נאכטס ביים זמן 15 מינוט וואס מ'מעג נאר בדיעבד מחלל שבת זיין,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)
ווען נישט אים וואס וואלטן מיר געטוהן שובבים?
ווען נישט אים ווי אזוי וואלטן מיר געווארן אויס תלמיד ווען מיר האבן געמאכט א קראץ אויף א נכס פון ישיבה?
יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט, געדענקט אז 15 מינוט ביי גייקאו קען סעיוון 15 מינוט אדער מער!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:48 pm
דורך זר זהב
און ווען נישט אים וואלט נישט געווען אזא זאך ווי א סקווירא שטעטל וואס האט ארויסגעגבן אזא גוטן אקטיאר ווי מנשה ליסטיג!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:51 pm
דורך געפילטע פיש
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז.
בילד ביטע?
(דורעך געבען א לייק קען מען זיך מצטרף זיין צי די פעטיציע)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
אמת טאקע אז איך שטאם פון סאטמאר פון איין זייט, אבער חסדי השם אז כ'בין אנגעקומען צום ריכטיגן לעכטיגקייט און נישט צום ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:06 pm
דורך גאלד
געפילטע פיש האט געשריבן:גדר, האלט צוריק פון זינדינגען וכו' אלעס שיינע תורות, אבער אין תורת משה שטייט דאס נישט.
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז. סא פאר העלפט עס זייער גוט.
למעשה גייסטו נישט מיט קיין פעפער-קליפ אויפן נאז, פארוואס ווייל דו קוקסט אויס ווי משוגענער, שעמסט זיך דערמיט,
מיין פריינד, 65 יאר צוריק אין אמעריקא האט גיין מיט שטיוול און קנאפ פיאות און א גארטל געהאט די זעלבע פנים ווי א פעפערקליפ אויפן נאז, דו וואס זענען געגאנעגען מיט אראפגלאזטע פיאות האט מען אנגעקוקט ווי צירידערטער נערוון קראנקע, זאג א שכוח פאר סאטמארע רבי אז אזוי פיל המון עם סקווירא חסידים שעמען זיך נישט צו גיין מיט זייער קנאפ פיאות אין די שטיוול,