בלאט 2 פון 2

Re: בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא טיש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 1:14 pm
דורך צעיר בישראל
בעל דרשן האט געשריבן:סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע
נישט קיין ציגלייך, ווייל א גוי וואס טוט דאס וועכענטליך פאר זיין ארבעט נעמט נישט קיין בילדער, משא״כ ווען סאיז געדונגענע גוים פאר א איינמאליגע זאך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
נאך א מיינונג האט געשריבן:וואס עפעס נאר טישן? און שבת שבע ברכות, ברמצוה און סתם פארברענגן?

ווילאנג וועט עס נעמן ביז מיר וועלן זען ווידיאוס פון ברמצוה בחורים ביי זייער עליה לתורה, חתנים ביים באווארפן, און דרשות ביי סעודות? די גאנצע סבה פון טוישן חתונות פון פרייטאג צו נאכטס אויף די וואכענטעג איז צוליעב קאמעראס. יעצט וואס דאס איז אויך מותר, וועט מען שוין זען חתונות פרייטאג צו נאכט, און פיקטשורס נאך די חופה, לכבוד שבת קודש.

ווי זענען די רבנים? פארוואס איז אן עלעוועיטאר א פראבלעם, און א ווידיאו פון א טיש נישט?

דו ווייסט נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. ווייל די קאנסערוואטיוון טוען שוין אזוי. זייער אודיא-וויזשועל סיסטעם רעקארדירט דעם בר מצוה בחור און זיין משפחה ווען ער האט אן עלייה. אויך דעם ראביי'ס ספיטש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:20 pm
דורך בעל דרשן
צעיר בישראל האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע
נישט קיין ציגלייך, ווייל א גוי וואס טוט דאס וועכענטליך פאר זיין ארבעט נעמט נישט קיין בילדער, משא״כ ווען סאיז געדונגענע גוים פאר א איינמאליגע זאך


גוט געזאגט געדינגענע גוים

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:20 pm
דורך בעל דרשן
מפיל קינד האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס

אויב דו ווילסט זאגן אז הרב מש"י פון ירושלים האט ביים טיש בערך וויפיל סקווירא בארא פארק האט, גלייב איך דיר. אבער האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט געהאט ביים טיש 3 מאל מער וויפיל רחמסטריווקא האט יעדע וואך און 5 מאל מער פון באבוב.


און ווען ליפא שמעלצער מאכט א קאנצערט האט ער נאך גרעסער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:23 pm
דורך בעל דרשן
ווען איך רעדט פון רבי'ס אין בארא פארק מיין איך נישט די וואס וואוינען דארט
סאטמאר מהרי"י איז געווען פון פרייטיג צונאכטס ?
סקווירא איז געווען פון פרייטיג צונאכטס?
ועוד ועוד
יעדע נערמאלע בר דעת פארשטייט וואספארא חילול שבת זיי האבן געמאכט בלויז צוליב פראפאגאנדע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:25 pm
דורך תפארת
בעל דרשן דאפסט נישט נאכאמאל דארשענען און איבערקייען דיין ווייטאג. גענוג פליז!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 11:25 pm
דורך לאמיר זאגן
קיין שום פרוף אז מען האט געבעטן דעם גוי, אבער דא טוען זיך שוין מחאות אויף טישן און אויף בענק.

פאני.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 11:31 pm
דורך בעל דרשן
.

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 6:22 am
דורך פאלאצ'ינטא
אזא אינגע רעבע און שוין האט מען פון די אידישע "גוים" וועליכע כאפען בילדער אויף שבת און יו"ט

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
און אז מ'שטעלט אן דעם קעמערע אויף א שבת זייגער אדער מיט א מאושן סענסאר. אדער מיט א "כל" סענסאר. ווען די רעבע זינגט כל מקדש שביעי אדער ער מאכט תנועות מיט די הענט. דאס איז שלעכט. ס'איז דא א היתר אויף דעם.!

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 3:09 am
דורך אייגענארטיג
can someone please post that picture ? i wonder what the whole discussion is about

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 9:36 am
דורך מרדכי מרדכי
נאדיר א אויסגעהאלטענע קעמרע אין שבת.

https://shabesclick.co.il/