בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:56 pm
דורך ארי נוהם
אה, ב"ה אז מיר האלטן שוין דא.


אצינד דארף מען נאר מחלק זיין איין פשוט'ע זאך:

נניח דער ראגאטשאווער שרייבט אויף ק"ש פינף יאר צוריק, און אצינד איז עס געפאלן אזוי שטארק אז הרב מי אני איז זיין אזויגערופענער ממשיך-דרך, דאן איז שוין איינמאל דא אויף וואס צו וויינען. עס וועט זיין גאר א שוואכע קאמפלימענט צו זאגן אז דו ענדלסט עטוואס אין איינער וואס איז דא געווען קנאפע פינף יאר צוריק, ווען דער דיפערענץ גופא איז וואס שטארצט ארויס מער פון אלץ. (אבער אלס צוגלייך צו א ראגאטשאווער פון הונדערט יאר צוריק, איז עס נאר א קאמפלימענט)

ווידער אויב יאיר האט געשריבן קנאפע פינף יאר צוריק, און דער וואס "ענדלט" אין אים כלומר'שט איז רביה"ק - וואס איז מיליאנען ליכט יארן געריקט פון אים, דאן ברויך מען ערשט צו וויינען. שיין זעמיר אויס מיט א קאמפלימענט, אז דו האסט "עפעס" ענליכקייטן צו איינער וואס איז מיליאן מאל בעסער אין יעדן הינזיכט, און איז א בן זמנינו (נישט קיין ראגאטשאווער מלפני עידן ועידנים). דאן שיינט מער ארויס די "חורבן פון זיינע קליינקעפיגע קורצע תגובות", וואס פארשאטענען די ענליכקייטן צו יאיר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די שמועס האט צו שנעל עסקאלירט אבער איין נקודה וויל איך נאר קלארשטעלן. אפילו ונבנתה וואס האט מיר יא צוגעגליכן צו יאיר האט גערעדט פון אפאר נקודות אבער נישט פון די נקודה פון שמאלקעפיגקייט. רבינו הקדוש השלישי קען זיין פיין און וואויל אבער שמאלקעפיג בלייבט ער, הגם ער שרייבט אזוי בשיטה ווייל ער האלט אז דאס איז די בעסטע וועג ארויסצוהאבן אן ענין און צוקומען צום אמת קען ער אבער פארשטיין פארוואס אנדערע גלייכן דאס נישט. אונזער טייערער ארי נוהם איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער וואס גלייכט נישט דעם סטייל, ליטוואק פון בודאפעסט האט אויך געהאט טענות דערקעגן, און דאכצעכמער אז מי אני אליינס גלייכט עס אויך נישט 100% :P , פארפאלן, איך קען נישט אלעמען צופרידנשטעלן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:08 am
דורך קהל'ס נער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שמועס האט צו שנעל עסקאלירט אבער איין נקודה וויל איך נאר קלארשטעלן. אפילו ונבנתה וואס האט מיר יא צוגעגליכן צו יאיר האט גערעדט פון אפאר נקודות אבער נישט פון די נקודה פון שמאלקעפיגקייט. רבינו הקדוש השלישי קען זיין פיין און וואויל אבער שמאלקעפיג בלייבט ער, הגם ער שרייבט אזוי בשיטה ווייל ער האלט אז דאס איז די בעסטע וועג ארויסצוהאבן אן ענין און צוקומען צום אמת קען ער אבער פארשטיין פארוואס אנדערע גלייכן דאס נישט. אונזער טייערער ארי נוהם איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער וואס גלייכט נישט דעם סטייל, ליטוואק פון בודאפעסט האט אויך געהאט טענות דערקעגן, און דאכצעכמער אז מי אני אליינס גלייכט עס אויך נישט 100% :P , פארפאלן, איך קען נישט אלעמען צופרידנשטעלן.


איך האב גראדע זייער ליב דיין סטייל, ס'האט זייער א ברייטקייט און אאוט אףף די באקס און חידושים נפלאים, און די זעלבע צייט פארשטיי איך פארוואס מענטשען קענען עס נישט פארדייען, ווייל די נעמסט זיי ארויס די מארך פון די תמימות, און ווען איינער איז געבויט נאר אויף תמימות הרג'סט עים תגובה איין תגובה אויס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 12:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע בין איך א גרויסער תמים אבער שוין, אנדערע האבן אפילו טענות אויף מיר אז צומאל לערן איך אפ צו תמימות׳דיג ליטערעלי וואס ס׳שטייט אן אין באטראכט נעמען די ניואנסן/קאנטעקסט/וואטעווער, זעה די ערשטע תגובה מיינעם אין דעם אשכול :P . (אזוי תמימות׳דיג און שמאלקעפיג בין איך אז איך פארשטיי ניטאמאל די באגריפן וואס זיי נוצן, והוא רחום יכפר עון :D )

Re: ביאור סוד דשבעים ושתיים בתולות בגן עדן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:26 pm
דורך פאליטיקאנט
נייע צייטן אינעם שטיבל:

די ברומעדיגע לייב ברומט אז ער וויל שוין נישט ברומען, ווייל עס ברומט זיך שוין נישט ווי יארן צוריק.

די עולם איז שוין אזוי אויסגעהונגערט אז מ'נעמט נעבעך אן מעקסוועלס סאטירע, נישט וויסנדיג וואס סאטירע איז.

מ'דערהייבט דעם יאיר ליכט יארן אוועק, אינגאנצן פארגעסנדיג אז ונבנתה איז נאך אזוי גרויס, און יש לסמוך עליו.

רבינו הקדוש שליט"א'ס כבוד ווערט צוטרויטן!

מיין פיצי אויסגעמאגערטע שכל זאגט מיר אז היות כ'האב נישט געקענט דעם ראגאטשאווער, איז יא דא וואס צו נתפעל ווערן פון מי אני.

און אדהכי והכי האט אונזער נייטעראלע גאון, אנגעהויבן רעאגירן אין פאליטישע אשכולות (טאקע 'בעיקר' נאר צו פארענטפערן לטוב - און נאך אלס מיט א נייטעראלע טאן, אבער פארט א דורכברוך).

רבותי! קאווע שטיבל איז אונטער נייע מענעדשמענט (און מ'מעקט אין גרויסן...)!

איך בין Bullish אויף קאווע שטיבל.