זרחי האט געשריבן:אזוי פיל שטותים - שוין אפגעזען אפיקורסות - האב איך נאך נישט געזען. אבער אויב שוין פשוטו של מקרא וואס איז מיט די פסוק "השמר לך מדבר עם יעקב מטוב ועד רע" ? און וואס איז מיט וואס ס'שטייט אין די הפטורה "ואת עשו שנאתי" ?
די ״טוב ועד רע״ ביי לבן איז נישט קיין געהעריגע ראיה לרשעתו. די פשטנים דארט [אבן עזרא, ספורנו, רמב״ן] זענען מפרש אז דאס איז פשוט אז לבן זאל נישט איבעררעדן יעקב זיך צוריקצוקערן מיט אים נישט מיט׳ן צוזאגן גוטס און נישט מיט סטראשענען.
ולגבי ״ואת עשו שנאתי״ איז דאך מלאכי געשריבן געווארן (לכו״ע) שוין לאחר החורבן הראשון וואס מ׳איז שוין דאן געווען (גאר) ברוגז אויף די בני אדום וכנ״ל בדברי דר. וואלפיש (וכתהלים מזמור קלז). (און די חוקרים נעמען אויך אָן אז עובדיה איז געשריבן געווארן באותו תקופה און דערפאר איז דארט דא ענליכע סענטימענטן. און אפילו טאמער פריער איז עס ווייל מ׳איז געווען ברוגז אויף זיי וואס זיי האבן מורד געווען בשעת מלכותו של יהורם (מלכים ב ח כב) ואפילו מיטגעהאלפן מיט אינוואדירער.)