בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:08 pm
דורך שמן למאור
שמעון וואלף האט געשריבן:@עצי שטים
אין די משנה שטייט אמונת חכמים, פון ווי נעמסטי אזא זאך ווי אמונת צדיקים?
די לשון אמונת צדיקים איז טאקע א שפעטערדיגע אויסדריק וואס תלמודי בעש''ט האבן געניצט,
אבער אפילו די לשון אמונת חכמים מיינט אויך צדיקים, מען פלעגט אמאל אנריפען די תנאים ואמורים מיט די לשון 'חכמים'
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:12 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:כתוב בתורה: השופט אשר יהיה בימין ההם. (כ'געדעינק נישט פינקטליך די לשון)
פרעיגט די גמרא, צי וועים דען זאל מען גיין, צי די שופט פון א דור ציריק, ער לעיבט דאך שוין נישט? אלא לומר לך שיפתח בדורו כשמואל בדורו.
די תורה האט שוין פארגעזעין די טענה אויף היינטיגע רבנים, איי ווי נעמט מען ציריק די אמאליגע צדיקים, אונזער יפתח איז געוועין א "בן זונה" (לדוברי עברית: תרתי משמע) און דאך כשמואל בדורו.
דאס מיינט אז מען זאל פאלגען דעם צדיק פונעם דור, נישט קיין CEO פון קיין קאמפעניס, נישט פון וואלמארט און נישט פון קהילתינו הקדושה,
נא פון דעים רעד איך דאך, יפתח איז קיין צדיק ניט געוועין ווארעם געדרייט האט ער זיך מיט "אנשים ריקים" ווי ס'ווערט געברעינגט אין פסוק, ער איז געוועין א גרויסע טראבל מעיקער, האט געשפילט פאליטיק מיט פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן, געמאכט פון זיין טאכטער א קורבן (אויף דעים פעילט אויס א באזינדערע אשכול, וויאזוי מען קען מאכן א מענטש פאר א קרבן), געגאנגען אין מלחמה מיט שבט אפרים, בקיצור ער איז געוועין CEO פון .Israel & co, גארנישט בעסער ווי אונזערע מנהיגים.
די חילוק איז, אז יפתח איז געשטעלט געווארן אלץ שופט, דורכן באשעפער, (נבואה וכדומה) נישט אזוי ווי היינטיגע רביס וואס ס'פאלט צו זיי אריין א רביסטיווע, והשנית, אדמורי''ם האבן נישט קיין דין ווי א שופט וואס מען דארף פאלגן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:49 am
דורך שמעקעדיג
זייער א געשמאקע אשכול, ווילאנג עס איז געשריבן מיט רעספעקט, אדרבה ואדרבה!
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. קיינער זוכט נישט אז זיין רבי זאלל זיין אזוי גרויס ווי משה רבנו. אבער דער רעבע פון א קלעין שטעטעלע אין ראקלענד קאונטי איז דאך א גאנץ אנדערע פרשה. ס'איז נאך א חילוק פון הימל ביז ערד פון ראחמיסטריווקא רבי מיט זיין שוואגער דער העיליגער רעבע. ערעב ביציקל (וויאזוי מ'האט איהם גערופן אין סקווירא נאך די חתונה. ווען ער האט נאך געוואוינט אין העיליגן שטעטל. נעבן זיין גרויסן שווער זצוק"ל. איז אייביג געווען א געוואלדיגער ענוותן. שייף עייל . שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!...!
געוואלד רבי בערל איר האט פארגעסן צו שרייבן ווייס/וועיס נישט! עס שמעקט נישט גוט... לויף צום דאקטאר זאל דיר תיכף אונטערזוכן, נעם א קאלאנאסקאפי, און מאך זיכער אז דו ביסט בסדר ביז 120.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:10 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך וועיס...לאל אז איך האב פארגעסן...נו, אויף דעים ביסטו דאך דא מיר צו דערמאנען...יישר כח...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:46 am
דורך Hadasim
ס'איז א רחמנות צו זעהן וואו די פאלטשע רשעותדיגע אדמו"רים האבן גענומען דעם עם חכם ונבון און פארפירט אזש א גרויס חלק ציבור זענן אזוי פארנערישט געווארן אז זיי גלייבן נעבך און שטותים והבלים אשר אין הדעת סובלתן.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 26, 2021 12:55 am
דורך Hadasim
ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושרייען אז על הצדיקים מיינט מען נישט די קעדילעק פאהרערס און ועל החסידים מיינט מען נישט די פארענטשעס טאנצערס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 2:01 am
דורך שמן למאור
Hadasim האט געשריבן:ס'איז שוין העכסט צייט אויסצושרייען אז על הצדיקים מיינט מען נישט די קעדילעק פאהרערס און ועל החסידים מיינט מען נישט די פארענטשעס טאנצערס
ר' אהרן קאטלער איז אמאל געווען אין א חסידישן ביהמ''ד צו דאווענען מנחה, איז צוגעקומען א איד און זיך געוואלט רייצן מיט אים, האט ער אים געפרעגט, וויאזוי מעג די ראש ישיבה דא דאווענען, ס'דאך דא א חרם פון די תלמידי הגר''א קעגן די חסידים?
האט אים ר' אהרן געענטפערט, זיי האבן געמאכט א חרם קעגן 'חסידים' נישט קעגן קיגל עסערס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 2:45 am
דורך שמעון וואלף
עצי שטים האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:@עצי שטים
אין די משנה שטייט אמונת חכמים, פון ווי נעמסטי אזא זאך ווי אמונת צדיקים?
די לשון אמונת צדיקים איז טאקע א שפעטערדיגע אויסדריק וואס תלמודי בעש''ט האבן געניצט,
אבער אפילו די לשון אמונת חכמים מיינט אויך צדיקים, מען פלעגט אמאל אנריפען די תנאים ואמורים מיט די לשון 'חכמים'
קהל'ס נער האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:@עצי שטים
אין די משנה שטייט אמונת חכמים, פון ווי נעמסטי אזא זאך ווי אמונת צדיקים?
סא לויט דיך דארף מען האבן אמונת חכמים אין דארווין, פרויד, שפינוזה און איינשטיין?
אמונת חכמים מיינט אמונת תלמידי חכמים, אז ווען זיי זאגן וואס די תורה מיינט אויף א געוויסע זאך זאל מען זיי פאלגן. קוקטס אריין אין די מפרשי המשנה.
אמונת צדיקים מיינט אז מ'דארף גלייבן אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים וכמבואר בספר תולדות יעקב יוסף פרשת יתרו אויפ'ן פסוק וגם בך יאמינו לעולם, עיי"ש ותמצא נחת. מ'דארף נישט גלייבן אויף יעדע צדיק אז ער קען ליינען מחשבות און איז א יודע עתידות ובעל רוח הקודש.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 1:01 pm
דורך Hadasim
דוד המלך ע"ה זאגט אונז שוין אין תהילים: אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה. תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו עשתונותיו. אשרי שקל יעקב בעזרו שברו על ה' אלוהיו.
ס'איז נישט פארהאן ביטחון אין מענטשן נאר און גאט ב"ה אליין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אנדערע האבן שוין אנגעמערקט אז די בעגריף פון אמונת צדיקים האט נישט קיין שום מקור אין די ספרי קודש, די בעגריף וואס האט יא א מקור אין אונזערע ספרים איז אמונת חכמים וואס איז זייער א וויכטיגע זאך. אמונת חכמים מיינט נישט בטחון בחכמים ווייל יעדער מענטש קען מאכן א טעות, איינער וואס זאגט אנדערש איז א כופר אין א פסוק אין תהילים ״שגיאות מי יבין״ (בשם הרה״ק מצאנז). פון דער אנדערער זייט איינער וואס האט אינגאנצן נישט קיין אמונה אין חכמים לעבט אין צומישעניש אגאנץ לעבן. צ.ב. אז א גרויסע אינדשעניר האט געבויט א בריק דארף מען האבן אמונה אין זיין חכמה אז די בריק גייט נישט צופאלן, איינער וואס פעלט איהם דיעס אמונה זאל גאט שומר ומציל זיין. אז א קלוגער מענטש גיבט אן עצה דארף מען האבן אמונה אז ער רעדט נישט אין דער וועלט אריין, אוודאי דארף מען אלץ האבן אפענע אויגן און נישט גיין מיט׳ן קאפ אין וואנט ווייל יעדער מענטש קען מאכן א גרייז, אבער אז מ׳האט אינגאנצן נישט קיין אמונת חכמים קומט מען זייער ווייט נישט אן.
Re: אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:34 pm
דורך חסיד פון ליטא
שטייט טאקע חכמה בגויים תאמין
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 3:53 pm
דורך שבת אחים
Hadasim האט געשריבן:דוד המלך ע"ה זאגט אונז שוין אין תהילים: אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה. תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו עשתונותיו. אשרי שקל יעקב בעזרו שברו על ה' אלוהיו.
ס'איז נישט פארהאן ביטחון אין מענטשן נאר און גאט ב"ה אליין.
וויאזוי לערנט איר פשט “ולדבקה בו” און "ובו תדבק" וואס חז”ל אין מסכת כתובות פרעגט איז דען שייך פאר א בשר ודם זיך צו באהעפטיגן צום אייבערשטען? נאר די תורה זאגט “הדבק לתלמידי חכמים ולתלמידיהם כאלו נדבק בו ברוך הוא”
דאס מיינט טאקע נישט קיין אדמורים, ספעציעל נישט קיין היינטיגע אדמורים- וואס אלעס איז בעסיקלי ירושה- און האט גארנישט צוטוהן מיט קיין “תלמידי חכמים”.
אבער זאגן אז קיין “שום מענטש” קען נישט דערגרייכן קיין העכערס און זיין הייליג???
פאר מיר איז אזא הייליגער איד ווי די אהבת ישראל און אסאך אנדערע פארצייטישע חסידישע רביס וואס מקען זעהן פון זייערע תורת אז זיי זענען געוועהן געהויבענע מענטשען-
א נחמה- אין א שרעקליכע קאראפטירטע וועלט, ס׳ווייזט אז א מענטש איז נישט קיין חיה וואס לייגט זיך אייביג פאר יעדען, נאר אז א מענטש קען דערגרייכן צו זיין א “געהויבענע מענטש”, “א אויסגעארבעטע מענטש” - וואס יענעמס צער איז פונקט ווי זיין אייגענע צער, דאס מיינט אז א מענטש קען דערגרייכן צו א העכערע מדריגה ווי א חיה פון וואלד...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:20 pm
דורך קאך_לעפל
מ'זאגט נאך פון צדיקי אמת, אז אין די סאמע זעלבע צייט וואס דער הייליגער מאור עניים און דער תורת חיים פון קוסוב זי''ע האבן זיך באשעפטיגט אין די ערשטע מצוה, האבן די זיידעס פון די היינטיגע פאליציי זיך אויך באשעפטיגט מיט די סאמע זעלבע מצוה, און א דאנק דעם שפירן מיר זיך היינט זיכער...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:36 pm
דורך דערהויבענע איד
איך מיין אז ביים חרדי'שע געזעלשאפט הערשט נישט קיין ספיציפישע אמונה נאר א בכלול'שע געגלויבעכטס, מ'דארף גלייבן אלע סגולות און אלע מעשות און סתם משוגעת'ן.
זייער אסאך אידן זענען ''גלויביגע'' במלוא מובן המילה, מ'לייבט אלעס. רוף עס ''אמונת הכל ובכולם''. היני טעמי דאנטי וואקסין, והיינו טעמי דאמונת אדמורי''ם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 1:06 am
דורך שבת אחים
קאך_לעפל האט געשריבן:מ'זאגט נאך פון צדיקי אמת, אז אין די סאמע זעלבע צייט וואס דער הייליגער מאור עניים און דער תורת חיים פון קוסוב זי''ע האבן זיך באשעפטיגט אין די ערשטע מצוה, האבן די זיידעס פון די היינטיגע פאליציי זיך אויך באשעפטיגט מיט די סאמע זעלבע מצוה, און א דאנק דעם שפירן מיר זיך היינט זיכער...
די תורת חיים איז געוועהן א איד?
די סיגעטער האבן דאך געשריגן אז די קאסובער (און שפעטער די וויזניצער) זענען “רומענישער ציגיינער” געמישט מיט אידן... זיי האבן דאך געשריגן אז די קאסובער שחיטה טאר מען נישט עסען!? און זיי האבן מערער געוועהן אויף די רבנות אין די שטאט סיגוט, די ערשטע רב אין סיגוט און לויט געוויסע די ערשטע חסידישע רב אין גאנץ מארמארוש הגה״צ ר׳ מנחם מענדל שטערן בעמ״ס דרך אמונה. מגדולי חסידי קאסוב. נאכדעם וואס רוב סיגוטער אידן און די גאנצע גלילות ארום זענען געווהן פייערדיגע “קאסובער חסידים” נאך זינט די צייטן פונעם מעזריטשער מגיד. די בעש”ט האט געזאגט פאר זיין תלמיד הרה״ק רבי יעקב קאפיל חסיד- די שורש פון די גזע קאסוב- וויזניץ “יעקב קאפיל, מארמארוש איז א שיין גארטן, היט עס אפ!” און לויט די וויזניצער גזע האט ער אמאל געזאגט “דיינע אייניקלעך וועלן אפהיטן מארמארוש”
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 10:22 am
דורך Hadasim
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך מיין אז ביים חרדי'שע געזעלשאפט הערשט נישט קיין ספיציפישע אמונה נאר א בכלול'שע געגלויבעכטס, מ'דארף גלייבן אלע סגולות און אלע מעשות און סתם משוגעת'ן.
זייער אסאך אידן זענען ''גלויביגע'' במלוא מובן המילה, מ'לייבט אלעס. רוף עס ''אמונת הכל ובכולם''. היני טעמי דאנטי וואקסין, והיינו טעמי דאמונת אדמורי''ם.
עפעס זאגט ער!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 2:12 pm
דורך Hadasim
היינט איז ליידער געווארן א מצב אז א מענטש (אולי) דערקלערט זיך א צדיק דורך עפענן א שוהל און שטעלן א סיין, דערנאך שרייט ער, איך בין א צדיק און יעדער איז מחויב צו גלייבן אין מיר.
אבער דער אמת איז אז אמונת צדיקים מיינט נישט אז מען איז מחויב צו גלייבן אז איינער איז א צדיק.