בלאט 2 פון 9
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:44 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:נחום ראזענבערג וועט זיכער זאגן אז ער האט עס געטון ווייל ער איז געווארן מאלעסטעט.
Maybe tahkeh ahzoy. You can never now in these (rosenberg times)anything !

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:11 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:17 am
דורך קווארטין
DotCom האט געשריבן:נו ווען גיימיר?
דאט, כאב מורא אז מעט מוזען פילטערן אינטערנעט פון שמוץ, כפירה, און how to commit suicide ...
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:53 am
דורך דבילה
אבער וואס עפעס א "קלאנג"?
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:46 pm
דורך געפילטע פיש
וואס?
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:47 pm
דורך זר זהב
ער זאגט אז דאס באלאנגט נישט אינעם קלאנג אשכול
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:38 am
דורך שמעקעדיג
היינט איז פארגעקומען אן ארעסט פון א כלה, פארנט פון ראוז קעסטל. די ערשטע שמועה איז געווען אז דאס איז בלויז פאר א מאווי, שפעטער איזגעקומען באריכטן אז מען האט איר ארעסטירט צוליב דראג קלאגעס.
איינער ווייסט וואס דא טוט זיך?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:56 pm
דורך פריינדליך
איז די רומער איבער די בחורים {... ועוד} ארעסט אמת??
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:18 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען אן ארעסט פון א כלה, פארנט פון ראוז קעסטל. די ערשטע שמועה איז געווען אז דאס איז בלויז פאר א מאווי, שפעטער איזגעקומען באריכטן אז מען האט איר ארעסטירט צוליב דראג קלאגעס.
איינער ווייסט וואס דא טוט זיך?
ביידע נישט אמת.
זי האט געבעטן פאליס איר צו קייטלען פאר די פיקס, און אזוי איבערגעבען פאר איר נייע מאן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס זאל זי וועלן טון אזא זאך? און פארוואס זאלן די פאליציי מסכים זיין? זיי שפילן דא געימס??
===========
יעצט זעה איך אז אין צימעס רעדט מען דערפון.
יא, איך גיב גערעכט פאר זר!
עס קען מאכן נערוועז אז נאכן דרוקן 20 מאל א טאג "אקטיווע אשכולות" זעהט מען נישט קיין זכר פון צימעס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:14 pm
דורך אברעמעל
אויף די בילדער זעהט מען איר כאפן א בילד מיט די פאליס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:19 pm
דורך ידען
שמעקעדיג
כאב דיך געלייקט פאר די ווערטער:
עס קען מאכן נערוועז אן נאכן דרוקן 20 מאל א טאג "אקטיווע אשכולות" זעהט מען נישט קיין זכר פון צימעס.
און פאליציי זענען אויך מענטשען און זיי האבן אויך ליעב פאן...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:33 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג און ידען, געוואוינטס ענק צי צו נוצן די "נייע הודעות" קנעפל, עס איז א מחי'...
(די אקטיווע אשכולות קנעפלעך איז בעיקר געמאכט פאר ווער ס'איז נישט אריינגעסיינט).
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:41 pm
דורך שמעקעדיג
איך נוץ עס איינמאל אין 20 באזוכן.
טאקע דערפאר, נאכן דרוקן 20 מאל אקטיווע אשכולות, האב איך געדרוקט נייע הודעות און עס ענדליך געטראפן!!...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:32 am
דורך ידען
אויב סע אמת דארף עס א עקסטערע אשכול.
באקומען א טעקסט:
Major Bust Now In Boro Park 56 By 18 FBI Picked Up More 5 Yiden. Major Bust Going On Now All Over Boro Park anyone with more info? At 2 locations in the B. 14 x 42 like 10 guys & 56 x 18 another 5 people
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:19 am
דורך אוי טאטי
ידען האט געשריבן:אויב סע אמת דארף עס א עקסטערע אשכול.
באקומען א טעקסט:
Major Bust Now In Boro Park 56 By 18 FBI Picked Up More 5 Yiden. Major Bust Going On Now All Over Boro Park anyone with more info? At 2 locations in the B. 14 x 42 like 10 guys & 56 x 18 another 5 people
דערווייל זענען דא צומישטע באריכטן, איך האב באקומען א טעקסט אז עס איז אין צוזאמענהאנג מיטן פאריגע וואכענדיגע ארעסט, אבער עס איז נישט קיין אידן ב"ה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:12 am
דורך שמעקעדיג
געהערט עפעס א מעשה אויף בעלזער רב'ס ציון אין אייראפע, אז קאטשקעס זענען געקומען שרייען, זיי האבן געוואלט א תיקון אז זיי האבן מכשיל געווען מענער מיט מעיקאפ? די קאטשקעס האבן געהאט ארומגעשמירט א בלויע קאליר ארום די אויגן און רויטע ליפן?
און יאריסלוב'ע רביצ'ין פון וומסב"ג זאגט זי האט גענומען בילדער און איז גרייט צו ווייזן פאר ווער עס וויל זעהן זיך צו איבערצייגן?
האט נאך איינער געהערט פון דעם?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:15 am
דורך לעמיל
זי האט זיי געהערט רעדן אדער זי האט נאר געזען אז עס איז ארומגעשמירט א בלויע קאליר ארום די אויגן און רויטע ליפן און זי האט זיך פארגעשטעלט אז זיי בעטן א תיקון ווייל זיי האבן מכשיל געווען מענער?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:37 am
דורך שמעקעדיג
זי פארציילט אז די קאטשקעס האבן געשריגן מיט שרעקליכע קולות עד כדי כך אז זיי האבן נישט געקענט דאווענען א ווארט.
זי האט פרובירט צו זאגן "מוחל מוחל", זי האט געמאכט א ברכה, אבער אן ערפאלג.
דאן האט זי באמערקט זייער אנגעשמירטע פנים, האט זי געפרעגט צו דאס איז מעיקאפ?
זיי האבן אודאי נישט געענטפערט, זיי זענען דאך קאטשקעס (נאר פיש קענען רעדן...)
אבער ווען זי האט צוגעזאגט צו מפרסם זיין די מעשה און די הארבקייט דערפון לעילוי נשמתם, זענען זיי מיט אמאל שטיל געווארן און זיך בארואיגט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:38 am
דורך a1b2
שמעקעדיג האט געשריבן:זי פארציילט אז די קאטשקעס האבן געשריגן מיט שרעקליכע קולות עד כדי כך אז זיי האבן נישט געקענט דאווענען א ווארט.
זי האט פרובירט צו זאגן "מוחל מוחל", זי האט געמאכט א ברכה, אבער אן ערפאלג.
דאן האט זי באמערקט זייער אנגעשמירטע פנים, האט זי געפרעגט צו דאס איז מעיקאפ?
זיי האבן אודאי נישט געענטפערט, זיי זענען דאך קאטשקעס (נאר פיש קענען רעדן...)
אבער ווען זי האט צוגעזאגט צו מפרסם זיין די מעשה און די הארבקייט דערפון לעילוי נשמתם, זענען זיי מיט אמאל שטיל געווארן און זיך בארואיגט.

רעד ביטע נישט ווייטער אזויפיל שטיסעם
עס הייבט זיך אן ביים פיש עס ריקט זיך צים דיביק
יעצט דעס
אינטערסאנט עס איז שוין זייער לאנג שטיל ג'ווען
ב'ה האסט שוין ווידער א ווינק פין הימעל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:41 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס נישט?
אז איך קען מאכן אזויפיל סמייליס לאכן, אל תמנע טוב מבעליו.....
בקיצור, די מעשה גייט יעצט ארום צווישן מערערע מענטשן, און איך וויל וויסן צי ס'האט אין זיך א שמץ של אמת, אדער איז אינגאנצן א חלום...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:45 am
דורך a1b2
כאפ עס אן שטארק ווילאנג עס איז נאך דא וואס
עס איז ניטעמאל א חלום
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:47 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב עס געלייגט אין די RUMOR אשכול.
למעשה איז עס א רומער.
עמער זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.