גרינטאטש MP3 סומאטוכע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס האבן די רבנים געאסרט אנפילטערד אינטערנעט? גזירה אטו פארן סייטס.

כ׳האב אויך אמאל געמיינט אזוי, למעשה מיין איך, און כ׳האב אויך געהערט פון אנדערע וואס פארשטייען די מהלך, אז די גזירה איז אז מ׳וועט אויפגעקלערט ווערן און אויפהערן זיך קימערן מיט וואס די רבנים זאגן (כ׳רעד נישט דווקא פון היינטיגע רבנים, כ׳מיין אויך, און בעיקר, משנה ברורה שולחן ערוך משנה גמרא, ראשונים אחרונים חז״ל פוסקים א.א.וו). פארן סייטס נוצט מען נאר אלץ א תירוץ, ס׳איז טאקע זייער א גוטע תירוץ און אפשר ריכטיג אויך, א תירוץ בלייבט עס אבער. יעצט פאר אן ערוואקסענער איז נישט אזא סכנה צו ווערן אויפגעקלערט ווייל אן ערוואקסענער האט זיך שוין אויפגעבויט אן אידענטיטעט וואס ״אידישקייט״ אזוי צו זאגן איז גאר א גרויסער טייל דערפון, און איינמאל ס׳איז שוין נוגע צו זיין עגא וועט ער שוין טרעפן יעדע תירוץ אין דער וועלט צו פארענטפערן זיין בלייבן אינעם סיסטעם מיט אלע הגבלות און שוועריקייטן וואס ס׳ברענגט, דערפאר האט מען מתיר געווען לצורך פרנסה. פאר בחורים און מיידלעך אבער איז טעכנאלאגיע א ״געפאר״ שאין לשער, א צענערלינג האט זיך נאכנישט געקארנערט אין זיין עגא/אידענטיטעט באקס און די מינוט וואס דער צענערלינג אנטדעקט באקוועמערע/גרינגערע/געשמאקערע לייפסטיילס וועט ער כאפן הענט און פיס און אפיאפעצן פונעם געטאו, און דאס איז א זאך וואס די רבנים קענען בשום אופן נישט צולאזן דערפאר מאכן זיי גזירות לגזירות לגזירות אן קיין שיעור ס׳זאל זיך ח״ו נישט מאכן. די רבנים האלטן אז ווילאנג די אמעריקנע popculture וועט זיין געשמאקער און באקוועמער ווי די חסידישע קולטור וועט זיך טוען א מיגראציע אין די מאסן צו די געשמאקערע לעבן, אריינבאקן א פעסטע אמונה אין די קינדער וועט נישט העלפן ווייל זיי וועלן זיך שוין טרעפן היתרים און תירוצים, די איינציגסטע עצה איז מאכן זיכער אז די קינדער ווייסן ווי ווייניגער וואס טוט זיך אינדרויסן, (איינמאל זיי וואקסן שוין אויף מעגן זיי שוין וואוסן אביסל ווייל ס׳וועט זיי שוין נישט אזויפיל שאדן כנ״ל). דאס איז וויאזוי די רבנים קוקן אן דעם ענין, צו ס׳העלפט צו נישט, און צו זיי זענען גערעכט צו נישט, איז נישט די נושא דא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאליטיקאנט האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.

פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.

עס איז גרינג צו פארשטיין די פחד פונעם צד שכנגד, אבער ביז'ן פאפן דעם ציבור און ארויסגעבן א קו"ק בשם גרינטאטש זעלבסט, דאס איז שקר וכזב און די מטרה קען נישט מקדש זיין די אמצעים.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט