בלאט 2 פון 4
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 9:02 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אהה ווייל ס'צו א גרויסע פייל, איבער אכציג MB
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 11:05 am
דורך אספקלריה
קענסט עס לייגען אויף א דראפבאקס אדער אויף גוגעל דרייוו און פאוסטען די לינק.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 2:24 pm
דורך קאצקע ציקער
איז ר' אפרים וואקסמאן סלוי? ער מיינט אז יעדער וואס וואטשט my Unorthodox life האט נעטפליקס?...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 6:13 pm
דורך קאצקע ציקער
אספקלריה האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
קענסט ביטע עס לייגען דא.
https://drive.google.com/file/d/14rbtb4 ... p=drivesdk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 7:19 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: ייש"כ. דברים חוצבים להבות אש. ווען מ'זאלל געבן אזויפיהל אטענשן פאר אט די (אמת'דיגע) ווערטער ווי מ'געט פאר די נארישקייטן פון די פוסטע , אגענדא=אנגעלאדנטע קול קורא'ס וואלט שוין כלל ישראל געווען אויפגעראכטן. מ'כאפט אייביג אן דעם טפל. און מ'לאזט אפ דעם עיקר...!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 7:34 pm
דורך בונה של טוב
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
בונה של טוב: ייש"כ. אמת'דיגע דיבורים פון א צובראכענעם, פארווייטאגטן טאטן...!
ס'איז כמעט אזא מצב ווי רש"י הק' ברענגט איבער די אנשי סדום אויפ'ן פסוק..."הכצעקתה הבאה אלי"...!
ווען איך וואלט געווען א פאעט וואלט איך געזאגט..."תורה , תורה חיגרי שק...! געוואלד. בעיקבתא ד'משיחא ביי וועמען די תורה שטייט איין. וואס אונז האמיר געוואוסט אין אלע דורות אז די תורה, סיי צו לערנען און סיי איבערגעבן, א רבי פאר תלמידים איז דער מקור האהבה והחסד...ווי ר' יוחנן האט זיך אויסגעדרוקט...(פרקי אבות).."ומתלמידי יותר מכולם"...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 12:30 am
דורך תרמב
איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 12:43 am
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
קשוט עצמך=ווארף נישט קיין בחורים
ואח"כ קשוט אחרים=נאכדעים זאלסטו רעדן אקעיגן נעטפליקס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 1:29 am
דורך יאסל ראקאווער
תרמב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
ס'איז אביסל טיפער. נעטפליקס האט א שוי פון א געוויסע מרס. הארט (אמאל רביצען הארט) וואס האקט שטארק אז ארטאדאקסישע אידן זענען א קולט. און צו דעם האלט די עולם איז רב וואקסמאן איז אזוי צעווילדעוועט. די עולם קוקט שוין מאוויס פאר יארן, ספעציעל די אגודה עולם. אבער אט די שאו ציטערט די הנהלה פון אגודה פון. און ס'איז פשוט פארוואס!. א היימישע פרוי/רביצען ווייזט פאר די וועלט אז ס'איז א קולט און זי וויייזט פאר די אידישע וועלט אז מ'קען ארויס. מ'קען זיך ארויס זעען פון די codependency.
אן אריין גיין און די שוי בעצם וואס מיך פרעזענליך האט עס נישט געכאפט. פארקערט גאר. אבער די מציאות איז אז אסאך מענטשען קוקען עס אן פאזיטיוו. קומט רב וואקסמאן און ווארפט א טענטראם קעגן נעטפליקס ווייל ער קען אפילו נישט רעדן פון די שוי אליין. ווי כאפט ער עס אן. ער רעדט צום שוויגער אבער ער מיינט די שנור.
און דאס שרייט שווארץ/שילער/ און די גאנצע היימישע סאשעל מידיע צוריק אויף אים. פה אחד.. די ביסט שפיץ קולט. די ווארפסט זיך מיט בחורים. דאס איז קולטישע וועגן. די ביסט מקריב אידישע קינדער צום מולך. ביסט די סימבאל פון קולטיזם. גיי צוריק אין דיין לאך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 1:45 am
דורך גוצא
איין זאך בין איך נישט מסכים מיט יונתן, ער לייגט אראפ דעם רב וואקסמאן כאילו ער איז משה ואהרן וכהניו צוזאמען, באמת איז ער סאך הכל א קאלעגע בדחן וואס פארמאגט אויך א ישיבה. און אה, ער קען אויך שרייען הויעך ביי דרשות.
מהיכי תיתי!
Re: נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:10 am
דורך תוהו ובוהו
קהל'ס נער האט געשריבן:קשוט עצמך=ווארף נישט קיין בחורים
ואח"כ קשוט אחרים=נאכדעים זאלסטו רעדן אקעיגן נעטפליקס
האו אבאוט
קשוט עצמך = [פיל אריין עפעס א שוואכקייט דיינער]
ואח''כ קשוט אחרים = נאכדעם זאלסטו אטאקירן יענעם פארן נישט מקיים זיין "קשוט עצמך וכו'"
איינס האט נישט מיטן צווייטן, ער האט א רעכט צו רעדן וועגן נעטפליקס וואס איז לדעתו אן עוולה, אפגעזעהן צו ער ווארפט בחורים וואס איז לדעתך אן עוולה.
איך פערזענליך האלט גראדע פונקט פארקערט, זיין נעטפליקס אטאקע איז מיר אבסורד. און כ'האב נאכנישט געהערט עפעס זאכליכע טענות קעגן זיין ישיבה פירן, חוץ קינדישע חוזק מאכן פון זיין באנעהמונג, און א האלבע אומפארשטענדליכע סיפור פון יהונתן שווארץ, (דאס עצם קלויבן וועלכע בחורים צו אריינעמען איז לדעתי נישט קיין שום עוולה) ס'איז מעגליך יא דא טענות וואס איך ווייס נישט, אבער מיט זיין נעטפליקס דרשה האט עס זילטש.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 8:26 am
דורך ליב צו וויסן
די סיבה פארוואס מענטשן גייען ארויס פון די כלים איז נישט ווייל "הרב וואקסמאן האט געזאגט אז ער האט נישט ליב נעטפליקס"...
הרב וואקסמאן שטעלט זיך דא אהער אלס א מציל של ישראל, און איינער וואס די המשכה פון כלל ישראל'ס גייט אים אין לעבן!
אויף דעם קומט די מענשטהייט און זאגט:
דו פעיק פאוני פראוד! דיך אינטערסירט "כלל ישראל"?! דיך אינטערסירט דיין כבוד! דיך אינטערסירט דיין באקוועמליכקייט!
דו מיט דיין דרשה אינאיינעם זענען בס"ה דא צו סקאורען נאך אפאר כבוד Points.
ודו"ק וד"ל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 8:53 am
דורך berlbalaguleh
גוצא האט געשריבן:איין זאך בין איך נישט מסכים מיט יונתן, ער לייגט אראפ דעם רב וואקסמאן כאילו ער איז משה ואהרן וכהניו צוזאמען, באמת איז ער סאך הכל א קאלעגע בדחן וואס פארמאגט אויך א ישיבה. און אה, ער קען אויך שרייען הויעך ביי דרשות.
מהיכי תיתי!
אוועררעיטעד...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:43 am
דורך קאצקע ציקער
תרמב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט אננעמען בחורים אין ישיבה מיט נעטפליקס, ווייל הרב וואקסמאן האט גערעדט איבער נעטפליקס במילא מוז ער אננעמען בחורים? ווי קומט איינס מיטן צווייטן? האסט טענות וועגן דיין בחור, כל הכבוד, אבער פארוואס איז דאס א רעאקציע צו זיין טענה אז נעטפליקס קומט נישט אין א אידישע שטוב?
ער זאגט נישט אז נעטפליקס איז
א פראבלעם ער זאגט אז נעטפליקס איז
די פראבלעם קימט יונתן און שרייט ניין רעביי וואקסמאן נישט דאס איז
די פראבלעם
די פראבלעם איז ארויסווארפן בחורים פון ישיבות
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 11:46 am
דורך מי אני
די געדאנק איז אויך אז מ׳קען זאגן אז ״די אָנבּירעבּל ענטפער״, אדער עכ״פ ״אן אָנבּירעבּל ענטפער״, צום ״אָנבּירעבּל קשיא״ פון פארוואס נעטפליקס איז דא אין א אידישע שטוב איז ווייל מ׳ווארפט בחורים; עס איז נישט ״אָנענסערעבּל״. מיינענדיג, די געווארפענע בחורים וועלן גאנץ זיכער האבן נעטפליקס אין זייערע שטיבער (און דאס איז שוין צום בעסטענסט וד״ל). ווי איך האב געהערט פונעם וויענער דיין הרה״ג ר׳ הערשל היילפרין שליט״א ביי אן אסיפה קעגן טעכנאלאגיע/אינטערנעט (דאכט זיך מיר ס׳איז געווען אין 18 עוועניו פּארק נישט לאנג נאכ׳ן סיטיפילד אסיפה), אז מ׳דארף אין אכט נעמען אז א בחור וואס טרעפט נישט א ישיבה [צי אלס לא נתקבל צי אלס ארויסגעווארפן] איז אים די אינטערנעט מקבל מיט אפענע ארעמעס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:56 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: דאס איז א גוט און עמקות'דיג ווארט...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 07, 2021 6:17 pm
דורך כלבאשבוע
קאצקע ציקער האט געשריבן:דעי יונתן שווארטץ איז ריזיג דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם ער קען נאך ברענגען א טויש צום סיסטעם מיט זיין פיסק
א פרישע ווידיאוי יעצט ארויס
יונתן שוורץ במונולוג מצמרר: "אחרי המכות בישיבה עליתי לגג ורציתי לקפוץ״
https://go.bhol.co.il/b37b66
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:29 pm
דורך לאמיר זאגן
יונתן שפילט דעם וויקטים שפיל. ער איז אנגעווייטאגט אויפ'ן סיסטעם, מיט רעכט, און ניצט זיך דעם ווייטאג זיינעם צו באשולדיגן אלץ און אלעמען, און דו קענסט אים נישט אפווארפן, ווייל ער איז דאך א וויקטים.
יא, עס זענען דא פראבלעמען מיט ארויסווארפן בחורים, אבער נישט אלעס איז שווארץ און ווייס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:54 pm
דורך אוהב ספרים
עפעס א קלוגע באבע האט אמאל געזאגט, יעדע מעשה האט 3 זייטען, זיינ'ס, איהר'ס און די אמת.
דא האט מען נאר געהערט איין זייט, יונתן'ס, וואס איז שייך דן זיין פון הערן איין זייט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:04 pm
דורך וואלווי
לייען איבער די אשכול עסטע זעהן אז ער איז נישט די איינציגסטער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואקסמאן׳ס זייט האט מען שוין געהערט, נעטפליקס!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 7:22 pm
דורך קאצקע ציקער
איינער ווייסט ר'אפרים וואקסמאן'ס היסטארי? וויזוי האט ער אזא גוטע ענגליש?
ער איז בכלל א חסידישע יונגל?