בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 11:27 pm
דורך מעשה מרכבה
ווי איך פארשטיי האלט נישט משיח ביים זיך מטפל זיין מיט דעם

Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:18 am
דורך ישן מלא חדש
נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?בילד

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:22 am
דורך ליב צו וויסן
ישן מלא חדש האט געשריבן:נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?בילד

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk


דאס איז א געוואלדיגע הצלחה.
אצינד דארפן זיי עס למעשה שאפן.... :lol:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 1:01 pm
דורך איך אויך
ר' מענדעלע איז געווען דעם שבת אין גרוזיה-גורגיה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:14 pm
דורך מישו מאוד מעניין
וואס איז בכלל די שאלה "טאמער ער גייט מצליח זיין"
100% אז יא, זיינע חסידים גייען און פייער פאר איהם ער קען זאגן וואס ער וויל און אלע פאלגען איהם.
לאמיר פרעגן א צווייטע שאלה, מיט די שוואנצנוס האט ער מצליח געוועהן?
הונדערט פרצענט אז יא... אז ער זאגט א זאך זענען אלע דארט שטילהייט טראכט איך אז מיין רבי וואלט זיך געווינטשען צו האבן אזעלכע חסידים אזוי ווי בין ר' מנדעל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:18 pm
דורך סביב העולם
ישן מלא חדש האט געשריבן:נעכטן נאכט האבו זיך 445 שוואנצן זיך אונטער גענומען צו זאמלען א הונדערט מיליאן שח.
ווי זענען די מבינים וואס קענען זאגן צו עס איז א הצלחה?

כ'ראל זיך פאר געלעכטער. מ'הייבט אן דעם קאמפיין מיט א בעילום שם...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:43 pm
דורך אוהב ספרים
לאנגע הויזן האט געשריבן:הרב מענדעלע האט מחייב געווען יעדע אינגערמאן מיט 120,000 טויזענט שקל!!

עטס כאפטס וואס גייט דא פאר ???

מען רעדט דא פון אינגערלייט וואס קוועטשען ארויס פון כולל בדוחק 1,500 שקל א חודש, און דא דארפן זיי ברענגן "כולל ארבעט" פון 10 יאר !!!!

די עיקר איז צו קענען אפזיצען 5 חדשים א יאר אין שווייץ, מיט א פראוואטע סווימינג פאל.


2 לגיונות לדוגמא וואס זענען קלאר, מילא וואס צייגט דאס אויף דיינע אנדער הודעות.


זיצט ער דען 5 חדשים א יאר אין שווייץ
האט ער דען א פריוואטע סווימינג פאל

ניין וניין, נאר ער איז דאך א אדמו"ר מעגען צו באקען לגיונות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 1:47 pm
דורך אוהב ספרים
תרמב האט געשריבן:איך האב געמאכט א חשבון אזוי, ער האט מערסטנס 250 משפחות, דאס מיינט אז יעדע משפחה דארף אריינברענגען א מיליאן שקל וואס דאס קומט אויס איבער 300 טויזנט דאלער, פער משפחה, דאס איז א אסטראנאמישע סכום, מיטן גאנצן שטארקן ווילן קען עס נישט א אוועריזש אינגערמאן צושטעלן, אפשר וועלן זיי בארויבן עטליכע בענק.
און לגבי די בית מדרש איז מיר אויך א פליאה, וואס גייט ער טון מיט אזויפיל געלט, סקווירא בויעט א ריזיגע בניין פאר 50 מיליאן דאלער, און ער האט פינעף מאל אזוי סאך מענטשן ווי וויזניץ מרכז ר' ישראל וויזניצער האט געדארפט דרייסיג מיליאן דאלער פאר זיין בית מדרש וואס איז לכאורה די גרעסטע בית מדרש אין די וועלט אדער פון די גרעסטע פינעף, וואס גייט ר' מענדעלע טון מיט אכציג מיליאן דאלער? מאכן גאלדענע טירן? זילבערנע בענקלעך?
נאך א נקודה האב איך באמערקט אז סאיז געווארן א קאמפעטישאן ציווישן די רבי'ס ווער קען ארויסשלעפן מער געלט פון די חסידים פאר ריזיגע פראיעקטן, באבוב 45 האט פארלאנגט אכצן טויזנט דאלער באבוב 48 האט געבעטן צעהן טויזנט פער קינד ועוד ועוד יעצט האלט מען שוין אז ר' מענדל דארף שוין מיליאן שקל און די קינדער זאלן עסן פלייש איינמאל א וואך, (און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויף וואקאציע קיין אמעריקא גלייך נאכדעם) ווער ווייסט וואס קומט נעקסט, וואס קען נאך בייפאלן פאר די חברה...


ווייטער מיט לגיונות.
באבוב האט געבעטען 10 אלפים פער יונגערמאן, נישט פער קינד.
ער האט זיך נישט ארויס געלאזט קיין אמעריקא גלייך נאכדעם אויף וואקאציע, ער איז געפארען קיין גרוזיע שאפען געלט פאר זיין אקציע.


אה, און וויזניץ שיכון האט אריינגעלייגט מער פון 30 מיליון,
45 פרויעקט גייט אויכעט קאסטען א קיימא לן פון 50-75 מיליון [נאך אלע בנינים טוישערע וכו']

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:31 pm
דורך תרמב
שכח פארן אויפמערקן אויף מיינע טעותים, וואס אגב טוישט נישט די נקודה, איך האב געהערט אז ר' מענדעלע פארט אויף זשארזשיע, האב איך פארשטאנען אז ער גייט אויף אמעריקא, אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי שאפט מען געלט אין גרוזיע, וועלכע עשירים וואוינען דארט? קיין שווייץ פארט ער אויך צו שאפן געלט?
וויזשניץ האט געדארפט 30 מיליאן און ער איז כאטש דריי מאל אזוי גרויס ווי מרכז, פארוואס דארף מרכז דריי מאל אזוי סאך געלט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 7:44 pm
דורך מיינונגזאגער
שמעון וואלף האט געשריבן:וועט ער מצליח זיין? ער האט מסתמה געמאכט א חשבון פאר ער איז ארויסגעקומען מיט די גזירה.

האט הצדיק ר' מענדעלע, געמאכט א חשבון פאר ער האט גערעדט? שכינה מדברת מתוך גרונו און פון דארט און ווייטער זאל זיך דער עולם מוטשען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 9:52 pm
דורך מפיל קינד
וויזניץ האט געשאפט אסאך אסאך מער פון 30 מיליאן, די ריזיגע בית המדרש אין שיכון וויזניץ האט אפגעקאסט כאטש 60 מיליאן. וויזניץ שיכון איז דער רבי ארומגעפארן די וועלט צו שאפן דאס געלט. ער האט ממש נישט געהאט קיין נגידים דערפאר, חוץ חיים משה פעלדמאן. זיינע ארימע חסידים האבן אריינגעצאלט אלפים ורבבות, נאר זיי האבן געוואוסט עס צו מאכן מער פראפעסיאנאל...

ר' מענדעלע זאגט אז ער מאכט א בית המדרש פארן טאטן, און ער איז גערעכט. שטעלט אייך פאר ווי דער טאטע קוקט אראפ פון אויבן, ער זעט ווער עס זיצט אין דעם ריזיגן בית המדרש אין שיכון, עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן... זיין באליבט קינד ר' ישראל וועמען ער האט געקושט יעדע נאכט... אודאי דארף ער אים מאכן א שול.

באבוב 45 האט געבעטן זיינע אינגעלייט צו "געבן" 18 טויזנט דאלער, און מ'האט צוגענומען די סטימיולעס טשעק א וואך פאר פסח פאר דעם. אין סקווירא האבן אינגעלייט ארויסגענומען מארטגעדזשעס צו קענען פארן מיטן רבין קיין מעזיבוזש פאר מאה אלף דאלער פארן נייעם בית המדרש. אין בעלזא האט מען ביים בויען דעם גרויסן טעמפל צוגענומען ברויט מיט פיטער פון בעלזער אינגעלייט ארום די וועלט. ר' מענדל בעט צו "שאפן" 120 טויזנט שקל אין לויף פון אפאר יאר, וואס קומט אויס א חשבון פון בערך 35 טויזנט דאלער. טאקע גאר גאר אסאך געלט, בפרט פאר א חסידות אין ארץ ישראל, אבער ער האט חסידים וואס וועלן ארומלויפן גאנץ ארץ ישראל און אויך קיין ירדן און עגיפטן צו שאפן דאס געלט.

זיין פרעכע שפראך וואס ער האט גערעדט צו די קינדער איז גאר געמיין און גרויליג און הארצלאז. אויסער דעם באדערט מיך נישט די גאנצע קאמפיין, ווייל יעדער טוט דאס זעלבע. ווען ר' בנציון באבובער דארף ווען עכט געלט וואלט ער געבעטן פון יעדן 100,000,000 דאלער. נאר ער דארף עס נישט און ער קען עס נישט באקומען... ר' מענדלע ווייסט ער קען עס יא באקומען און אים שמעקט יעצט א שיינעם בנין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:16 am
דורך היסטאריע
ווען איך קען בעטן און באקומען טוה איך עס אויך, און דו אויך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:18 am
דורך מישו מאוד מעניין
האב איך גהערט א גוט ווארט
און בעלזא בית המדרש טאהר מען נישט אריין גיין פסח ווייל עס איז געבויט גווארען מיט ברויט פון די חסידים
און די נייע ויזניצע בית המדרש גייט מען נישט מעגן אריין גיין און די ניין טעג ווייל עס גייט ווערן געבויט מיט די פלייש פון די חסידים

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 9:40 am
דורך מורינו ורבנו
ס'איז אינטערעסאנט צו זען ווי אזוי זאכן וואס האבן אמאל נישט געהאט קיין שאנס מצליח צו זיין, גייט היינט מיט א שטארקן קראפט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 12:11 pm
דורך תפארת
יעצט אז חיים שטערן איז באפריייט געווארן דורכן טאנצען אין אילת איז אודאי דער ויאמינו במשה עבדו שטערקע געווארן אהן קיין ספיקות דעריבער וועט ער זיכער מצליח זיין...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 6:52 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מעמד הישועות לכל? תלוי כמה אתה נאמן!

לפני נסיעתו לאילת ל"מעמד הישועות" קרא האדמור הקוה"ט מויזניץ מרכז לחדרו 27 איש המכונים "ועד הנאמנים" וערך איתם חוזה דרמטי במיוחד.

וזה לשונו הקדוש:
"קראתי דווקא לכם כי אתם הצלחתם ב"מבחני נאמנות" שעשיתי לציבור עד עתה ואתם אכן נותנים את רב כספכם לי.
אמנם אני מתכוון להתפלל עבור עשירות לכל החסידים שלי, אבל אני לא יכול לעשות את זה כי אני מאוד פוחד שברגע שתהפכו לעשירים זה ישפיע עליכם לרעה ותפסיקו להיות נאמנים לי, את הכסף שתקבלו בזכותי תנצלו לרעה ולא תתנו אותו אך ורק רק לי אלא תפזרו אותו למקומות / מוסדות אחרים עבור כבוד האישי שלכם, העשירות תגרום לכם לפתח דעות אישיות משלכם, ומזה אני מאוד חושש! כידוע הסיפור עם אחד החסידים אצל 'אהבת ישראל' זצוק"ל שזכה בעשירות, לאחר שנהיה עשיר התנתק ממקור מחצבתו ושכח מי הביא לו את כל זה. גם אני בעצמי נכוותי בזה". (הכוונה למאיר דוד טובאק, דוד שמחה סימקוביץ, חיים סימקוביץ, דוד רוזנברג, אהרן שלמה פלדמן, יוסי פלדמן וכו' הנחשבים לעשירים בחסידות ולא ממש כנועים באופן מוחלט למרותו).

עוד מוסיף האדמו"ר הקוה"ט: "לכן רוצה אני שתחתמו לי על חוזה שכאן לפניכם בו אני מתחייב להביא לכם עשירות עד $50,000,000 (לא פחות!!!) ואתם מתחייבים בתמורה מהיום והלאה להיות נאמנים אלי באופן מוחלט ובידיעה ברורה שכל כספכם הגיע אליכם אך ורק בזכותי! כמו שכתוב בספר 'תפארת שלמה' שכל השפע של אדם מושפעים לו בזכותו של הצדיק, ולכן אתם מתחייבים לתת את כספכם אך ורק לי ולא לשום מוסד אחר שלא שייך אלי. מרשה אני לכם לתת רק קצת כסף קטן למוסדות זרים (קליין געלט, כהגדרתו).

ואז מוסיף הקוה"ט אמירות קשות מאוד: "והיה מי שיבגוד בי, אני עצמי אתפלל עליו שירד מטה מטה עד כדי שיקבץ נדבות ברחוב רבי עקיבא" (כלשונו ממש).

במהלך הדברים הסביר האדמו"ר את רצינות החוזה באומרו "רציתי להביא עורך דין שתחתמו מולו אבל לבסוף החלטתי שאפר גם בלי".

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:03 am
דורך שמעקעדיג
רבונא דעלמא כולא!!! :shock: :x

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:22 am
דורך שמן למאור
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:מעמד הישועות לכל? תלוי כמה אתה נאמן!

לפני נסיעתו לאילת ל"מעמד הישועות" קרא האדמור הקוה"ט מויזניץ מרכז לחדרו 27 איש המכונים "ועד הנאמנים" וערך איתם חוזה דרמטי במיוחד.

וזה לשונו הקדוש:
"קראתי דווקא לכם כי אתם הצלחתם ב"מבחני נאמנות" שעשיתי לציבור עד עתה ואתם אכן נותנים את רב כספכם לי.
אמנם אני מתכוון להתפלל עבור עשירות לכל החסידים שלי, אבל אני לא יכול לעשות את זה כי אני מאוד פוחד שברגע שתהפכו לעשירים זה ישפיע עליכם לרעה ותפסיקו להיות נאמנים לי, את הכסף שתקבלו בזכותי תנצלו לרעה ולא תתנו אותו אך ורק רק לי אלא תפזרו אותו למקומות / מוסדות אחרים עבור כבוד האישי שלכם, העשירות תגרום לכם לפתח דעות אישיות משלכם, ומזה אני מאוד חושש! כידוע הסיפור עם אחד החסידים אצל 'אהבת ישראל' זצוק"ל שזכה בעשירות, לאחר שנהיה עשיר התנתק ממקור מחצבתו ושכח מי הביא לו את כל זה. גם אני בעצמי נכוותי בזה". (הכוונה למאיר דוד טובאק, דוד שמחה סימקוביץ, חיים סימקוביץ, דוד רוזנברג, אהרן שלמה פלדמן, יוסי פלדמן וכו' הנחשבים לעשירים בחסידות ולא ממש כנועים באופן מוחלט למרותו).

עוד מוסיף האדמו"ר הקוה"ט: "לכן רוצה אני שתחתמו לי על חוזה שכאן לפניכם בו אני מתחייב להביא לכם עשירות עד $50,000,000 (לא פחות!!!) ואתם מתחייבים בתמורה מהיום והלאה להיות נאמנים אלי באופן מוחלט ובידיעה ברורה שכל כספכם הגיע אליכם אך ורק בזכותי! כמו שכתוב בספר 'תפארת שלמה' שכל השפע של אדם מושפעים לו בזכותו של הצדיק, ולכן אתם מתחייבים לתת את כספכם אך ורק לי ולא לשום מוסד אחר שלא שייך אלי. מרשה אני לכם לתת רק קצת כסף קטן למוסדות זרים (קליין געלט, כהגדרתו).

ואז מוסיף הקוה"ט אמירות קשות מאוד: "והיה מי שיבגוד בי, אני עצמי אתפלל עליו שירד מטה מטה עד כדי שיקבץ נדבות ברחוב רבי עקיבא" (כלשונו ממש).

במהלך הדברים הסביר האדמו"ר את רצינות החוזה באומרו "רציתי להביא עורך דין שתחתמו מולו אבל לבסוף החלטתי שאפר גם בלי".

וואו שרייבסטו דא נאך פון?
ס'ממש נישט צום באגרייפן וואס אזאנס עס גייט פאר,
איך בין נאר נייגעריג, וואס די צווייטע טייל פון די דיעל איז, דהיינו, אויב ביז למשל א יאר, האט נישט יעדער איינער פון זיי קיין פיפציג מעלאנעס, קענען זיי בפועל ממש אריינלייגן דעם קדו''ט אין די אדמה אריין מיט קלעפ? איך מיין,.... עס דארף זיין א פעיר דיל וואס גייט ביידע וועגן..

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:26 am
דורך שבת אחים
איינער שרייבט דא אז ער האט נאר 250 מענטשן. איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע שמועס. נישט ווייל איך בין מיט אים אדער קעגן אים נאר למען האמת האט ער אפאר מאל אזויפיל ווי 250 משפחות. אין די נומבערס אין די וואלן ביי אגודה אין ארץ ישראל האט ער אסאך מעהר פון דעם. איך רעד פון די גאנצע וועלט. פונקטליך וויפיל ווייס איך נישט אבער לכאורה קרוב צו צוויי טויזנט משפחות.

ס’פעלט נישט קיין משוגעים, ס'פעלט נישט קיין שווענץ!

Re: וועט הרב מענדעלע מצליח זיין?

נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:42 am
דורך מיינונגזאגער
די מכלומערשטע נארמאלע וויזניץ ישראלים פרובירן אים צו מאכן אסאך קלענער ווי ער איז באמת.
און די מענדעליסטן ווילן אים מאכן א סאך גרעסער ווי ער איז באמת.
ער איז נישט אזוי קליין נישט אזוי גרויס
אבער זייער אסאך רבי'ס וואונטשן זיך זיינע משוגעים

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:18 am
דורך שבת אחים
די סיבה פארוואס רבי ישראל פון ב”ב וויזניץ האט נישט געהאט קיין געלט פאר די גרויסע ביהמ”ד אין בני ברק איז זייער פשוט.

רבי ישראל איז היינט פון די גרעסטע רבי’ס אויף די וועלט, מיט טויזנטער חסידים. אבער רוב פון זיינע חסידים וואוינען אין ארץ ישראל און זיי זענען ארימעלייט וואס האבן קוים צו ענדיגן די חודש. רוב וויזניצער עשירים (און אזוי אויך אלע היימישע עשירים אין אלע אנדערע חסידות) וואוינען אין חוץ לארץ. אין ארץ ישראל איז כמעט נישטא קיין גרויסע מיליאנערן- היימישע אידן.

סאיז פונקט אזוי אויסגעקומען אז די עשירים פון וויזניץ אין אמעריקע, זענען אדער מאנסי-וויזניץ חסידים אדער מענדליסטן. די מאנסי וויזניץ-חסידים האבן טאקע געשטיצט די קאמפיין. צווישן די מעטשערס ביי די גרויסע קאמפיין איז געוועהן די מאנסי-וויזניצער ראה”ק הישיש הנגיד המפואר ר’ פנחס ניימאן און זיין איידעם הנגיד המפואר ר’ יהודא יואל ראזענפעלד.

די ביהמ״ד האט אפגעקאסט קרוב צו זיבעציג מיליאן דאללער!!! ס׳איז לכאורה יעצט די גרעסטע ביהמ״ד אויף די גאנצע וועלט, מיט קרוב צו 17,000 זיצן. ביז די נייע גורער ביהמ”ד וועט פארטיג זיין- וואס האט איבער 20,000 זיצן. וועט עס דאן זיין די צווייטע גרעסטע שול אויף די וועלט.

אמאל איז געוועהן עשירים אין וויזניץ מאדערנע אידן וואס האבן געשטאמט פון וויזניץ אינדערהיים און האבן געהאט א געפיהל פאר וויזניץ, אבער רוב פון זייערע קינדער זענען שוין אזוי מאדערניזירט אז זיי האבן שוין נישט כמעט קיין שייכות צו וויזניץ. וויזניץ איז געווארן מעהר א פרומע חסידות ווי אמאל און זייערע קינדער טרעפן זיך נישט די פלאץ מעהר דארט.

די אמאליגע מאדערנע עשירים:

ר’ מאיר שלום ראזענבערג ז”ל- אנטווערפן
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ”ד אין שיכון וויזניץ, און געוועהן פון די גרעסטע שטיצער פאר וויזניץ נאך די מלחמה.

ר’ יצחק (איצא) קאסירער ז”ל- אנטווערפן
מנדב געוועהן די צווייטע ביהמ”ד אין שיכון וויזניץ, די ישיבה אין מאנסי אויף עישעל לעין. די וויזניצער ביהמ”ד אין וויליאמסבורג-ראסס סטריט. און פון די גרעסטע שטיצער פאר וויזניץ.

ר’ נפתלי טעסלער ז”ל- שיקאגוי
מנדב געוועהן די צווייטע בנין הישיבה אין שיכון וויזניץ- און פון די גרעסטע שטיצער.

ר’ מנחם גאנץ ז”ל- שיקאגוי
מנדב געוועהן אפאר בנינים פאר וויזניץ אין די בראשית יאהרן נאך די מלחמה (בית מנחם אין ב”ב)

ר’ מענדל עדעלשטיין ז”ל- מיאמי
נישט איבערגעלאזט קיין קינדער- חלק פון זיין ירושה (א שיינע פאר מיליאן) איבערגעלאזט פאר וויזניץ. סיי פאר בני ברק סיי פאר מאנסי. ישיבה ספרינג וואלי אין מאנסי האט ער מנדב געוועהן א גרויס חלק.

ש”ב ר’ שלמה ברוך קעסט ז”ל- לאס אנג’לעס
פון די רייכעסטע היימישע אידן אין די גאנצער וועלט- א ווילחאוויצער אפשטאמיגער. האט געגעבן פאר וויזניץ שווערע מיליאנען אין זיין לעבן. די וויזניצער בנין הת”ת אין בארא פארק און מאנסי, און דעריבער הייסט עס “ווילחאוויץ” ווייל ער האט זיך אזוי אויסגענומען.

זיינע קינדער ע”פ רוב האבן גארנישט מיט וויזניץ היינט חוץ איינער וואס איז יא געבליבן היימיש געשטימט.

Sol B. Kest
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sol_B._Kest

https://www.goldrichkest.com/

ש”ב ר’ משה אליעזר פוקס- טראנטא

ר’ משה פעלדמאן- בארא פארק-
שווער פון הנגיד ר’ משה רייכמאן- טראנטא
זיין זוהן איז גראדע יא געבליבן א שטיקל וויזניצער און א שטיצער.

משפחת לאקס- פלעטבוש- פאראקעווי

וכו׳

נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:44 am
דורך איך אויך
דער האט זיך ווייטער צולאזט דעם פה העליון, ווער עס האט זיינע טפזיניגע חלומות איז מכובד ארויפצולייגן להנאת הציבור.

נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 11:50 am
דורך [NAMELESS]
יעצט איז ער מסביר איבער דעם וואס דער שטן קען נישט דערליידן אז מען זאגט ׳מיטן רבינ׳ס כח׳. כאטש וואס ער ווייסט קלאר אז דער טאטע האט אן אבנארמאלן נחת רוח דערפון אין הימל, דאך הייסט ער אז מען זאל דאס בשום אופן מער נישט שרייבן און מער נישט זאגן.

אינטערסאנט ווי שנעל ער גיבט זיך אונטער צום שטן.