בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 11:52 am
דורך איך אויך
ליב צו וויסן האט געשריבן:בראווא!!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!
רעדט דיך איין אז עס הערשט נישט דא קיינע עליטע פריווילעגיעס. כקען דיר ווייזן מער פון איין אישי פונעם מנהל/סדרן אז ער וועט מיך אויסשפארן טאמער איך שרייב קעגן עם ברבים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 12:31 pm
דורך סמבטיון
כוכב, איך קען פארשטיין דיין פוינט אן דו זאלסט דארפן עפענען דיין גרויליגע פיסק און אזוי רעדן אויף גרויסע און חשובע רעבעס פון די היינטיגע דור.
איך וואלט דיר געראטן עס אויסצימעקן, אבער אויב דיין וויסטע שנאה קעגן די אלע אדמורים שטייגט איבער דאן לאז עס.
און צום עצם דיבעיט דא, זעה איך נישט פארוואס מען דארף זיך פארעקשנן צו זאגן הרב אויף העלברנץ , פאר וועם מאכט עס אויס? די חילוק פון איינער וואס איז א קלענערע רבי אדער גרעסער איז גאר ווייט ווי איינער ווי העלבראנץ למשל וואס איז אפגעפרעגט ביי יעדע רעכטדענקינדע מענטש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 1:30 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ארי נוהם; וואס איז די הלכה מיט "מורינו ורבינו" פון קאווע שטיבל. קומט אים א "הרב", אדער אים מעג מען רופן "מורינו ורבינו" אליין?
עה, סתם א דזשאוק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 5:16 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ארי נוהם; וואס איז די הלכה מיט "מורינו ורבינו" פון קאווע שטיבל. קומט אים א "הרב", אדער אים מעג מען רופן "מורינו ורבינו" אליין?
עה, סתם א דזשאוק.
טיפע קאמבעק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 5:42 pm
דורך נחמד
דער פותח האט געמיינט צו שרייבן מיר זענען ''נישט'' אויפגעשוידערט, לכאורה? בין איך גערעכט?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 6:34 pm
דורך ליב צו וויסן
איך אויך האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:בראווא!!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!
רעדט דיך איין אז עס הערשט נישט דא קיינע עליטע פריווילעגיעס. כקען דיר ווייזן מער פון איין אישי פונעם מנהל/סדרן אז ער וועט מיך אויסשפארן טאמער איך שרייב קעגן עם ברבים.
אין לו ל.... אלא מה שעיניו רואות...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 10:18 pm
דורך yn.NY
מאך זיכער האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.
איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).
למשל שאול אלתר... ארויסגעברענגט אין איין נאמען. #איילייקדעט.
מיין רבי און חדר פלעגט זאגן אז די תנאים ואמוראים וואס מ'רופט ביים נאמען אן א טיטל, זענען אסאך הייליגער! למשל אביי, רבא וכו'...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 11:05 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך וועל צולייגן מיינע צוויי צענט. קודם דארף מען עפרישיעיטן די פלאץ אז מען קען שרייבן וואס מען וויל איבער אלע הייליגע און אומהייליגע צדיקים. אפגעזען וועלכע טיטל מען געבט, איז דער עיקר מען זאל וויסן דער אמת וואס זיי זאגן און טוען, און דאס מאכט אסאך מער אויס. פארשטייט זיך אויב די בילדער אויסגאבעס וואלטן געברענגט די הייליגע ווערטער פון די הייליגע רבי למשל, וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם אויב זיי שרייבן שיינע טיטלען, ווייל יעדער וואלט געקענט אליין זען זיין חשיבות, און מחליט זיין אויף וועם ער וויל ארויפקוקן.
למעשה דארף די הנהלה אראפלייגן עפעס א ליניע וויאזוי צו באטיטלען אנדערע. איך וואלט געזאגט אזוי, וויבאלד די עיקר סיבה פארוואס אזא תקנה פעלט זיך אויס, איז צוליב די ווייטאג וואס עס קען שאפן צו געוויסע מיטגלידער אינעם שטיבל, ווען זיי ליינען די וועג וויאזוי מען באציט זיך צו זייער מנהיג. דארף מען מקפיד זיין אויף די תקנה נאר אין אזעלכע פעלער ווען עס איז דא א מעגליכקייט אז די אנהענגער פון די מנהיג דרייען זיך דא. און דאס איז לכאורה גילטיג פאר אלע וואס ווערן געדעקט דורך די היימישע פאפוראצי.
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 2:47 am
דורך צפור בודד
אין @ארי נוהם אלא מתוך חצרות הקודש וואס איז דאך למעשה סך הכל א קופה של בשר. איך האב אים געלייקט נישט ווייל איך בין מסכים מיט יעדער ווארט (כאטש אויף "בחצרות הקודש" בין איך טויזנט פראצענט מיט אים) נאר ווייל איך האב הנאה פון זיין פאשען און ברען און די שעה צוויי וואס ער האט אוועקגעגעבן צו שרייבן זיין מיינונג.
למעשה איז דער כלל צו קאנצענטרירן אויף די ארגומענטן און נישט אויף נארישע פוינטס צו קענען זאגן בערעלע אדער דוד'ל רוצח און סתם אויפברויזן מענטשן. איך האלט אז א נאמען אליין איז כשר כל זמן סאיז נישט בזלזול וגדול מרבן שמו. מיר זענען דאך פארט א קאווע שטיבל און "מענדעלע" זאגט מען אין ק"ש ברחבי העולם. ס'איז שווער צו געבן א כלל ווייל עס ווענדט זיך אויך אין לשון בני אדם. אפילו מיט א טיטל שטעל איך מיך פאר אז ר' יואלי'ש איז כשר, ר' יואל'י נישט אאז"וו.
עס איז אויך לאו דווקא רבי'ס. מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן. איך האב מיך איינגעהאלטן און דאכט זיך מיר אז קיינער האט נישט דערלייגט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 3:06 am
דורך צפור בודד
מנהל האט געשריבן:וועגן דעם ענין פון דעם פארום "בחצרות הקודש", איז ממש א שאד אז [tag]ארי נוהם[/tag] עסט זיך שוין דערוועגן פאר 15 חדשים פאר גארנישט און פאר נישט. איך און די אנדערע חברי ההנהלה האבן נישט קיין פראבלעם צו טוישן אויב איינער קומט אויף מיט עפעס פאסיג וואס געפעלט אונז. אדרבה, ברענגטס אויף פאסיגע הצעות און מ'וועט עס גערן טוישן.
הנה כמה הצעות:
רבי'שע נייעס
שטיבל נייעס
חסידים שמועסן
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
לעקיך און בראנפן
קהל חסידים
על הצדיקים
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 8:01 am
דורך פערינא
שמעקעדיג האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'
ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.
זייער א שיינע הסבר, וואס טוט זיך אבער אויב איינער שרייבט נאר טראמפ, און נישט צוגעלייגט דעם ווארט פרעזידענט בעפאר? דארף מען דאס מתקן זיין? אדער קען זיין אז די הנהלה איז נאר מקפיד אויף אידישע טיטלען?
אגב איך בין מוחה אויף די משל פון קאני. פאסט נישט.
קאני ז"ל פלעגט זיך אליין רופען ביי די נאמען. "דער גראבער קאני האט ליב צי..." מיט א שם של חיבה.
איך גיב א נאמן איידיע פאר יענע אשכולות: בחצרות ישראל. ווייל ס'קאווערט פאליטיקס ביי ליטווישע און ספרדי'שע אויך. התאחדות החצרות.
פון מיין קוק ווינקל איז עס בחצרות הצאן און די פסוק רופט אונז אויך אן צאן. צאו לך בעקבי הצאן. אבער דא איז עס מער אויף א פשוט פשט אויך.
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:40 am
דורך החוקר
צפור בודד האט געשריבן:מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן.
אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול "טראמפ יר"ה". אז די וועסט קוקן אויף מיינע תגובות וועסטו זעהן, אז איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער. נאר נעכטן אין אפיס האב איך געפירט א קופקע קעגן א כאפטע קאלעגן, אים אראפצורייסן.
נאר וואס דען, פונקט ווי דא, האט ער פארדינט דעם טיטל אלס די שטעלע וואס ער האט פארנומען און נישט אלס זיין פערזענליכקייט.
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:46 am
דורך החוקר
@מנהל פארוואס איז "אין דעם רבי'נס הויף" נישט די פארווע פון בחצרות הקודש?
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:47 am
דורך החוקר
וואס איז מיט "חסידישע הויפן"?
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:51 am
דורך צפור בודד
מנהל האט געשריבן: לדעתי דארף דער נאמען פאקוס'ן אויף די מנהיגים, נישט אויף די חסידים, ווייל רוב ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט האט צוטוהן מיט זיי.
דאס לאזט אונז מיט:
רבי'שע נייעס
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
על הצדיקים
די ערשטע דריי זענען צו פלעין, און די לעצטע האט די זעלבע פראבלעם ווי "הקודש".
אין "על הצדיקים" שטקט איראניע אויף א שטייגער וואס פעלט אין "בחצרות הקודש".
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 11:14 am
דורך יין שרף
מנהל האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:
הנה כמה הצעות:
רבי'שע נייעס
שטיבל נייעס
חסידים שמועסן
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
לעקיך און בראנפן
קהל חסידים
על הצדיקים
לדעתי דארף דער נאמען פאקוס'ן אויף די מנהיגים, נישט אויף די חסידים, ווייל רוב ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט האט צוטוהן מיט זיי.
דאס לאזט אונז מיט:
רבי'שע נייעס
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
על הצדיקים
די ערשטע דריי זענען צו פלעין, און די לעצטע האט די זעלבע פראבלעם ווי "הקודש".
חצרות ודי זהב
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 11:32 am
דורך פאליטיקאנט
איינער האט שוין געטראכט פון "צימעס"?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 12:39 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
כוכב האט געשריבן:ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א רשע א בלוט צאפער וואס לאזט נישט אנדערע מענטשן מסדר קידושין זיין און פארשעמט פארפעלקער.
גערער רבי איז א רשע ווייל ער טעראריזירט די מענטשהייט און כאפט אוועק קינד.
ר' בנציון איז אן אני ואפסי שארלאטאן, א געלטגייציגער הונט וואס ווייסט נאר פון זעך זעך זעך און באהאנדלט זיין עולם ווי קליינע קינדער.
סקווירער רבי איז א מאנסטער.
קלויזנבורגער רבי איז פסיכאפאט וואס קאקט אויף זיין עולם און פארגינט נישט אז זיין ברודער אטעמט.
ינוקא מסאדיגורה איז א תינוק ואפרוח שלא נפתחו עיניו.
בעלזער רבי איז א קאמפאלסיוו משוגענער וואס אין בו לא תורה ולא יראת שמים.. אלא גאווה ואנוכיות.
רחמיסטריווקא רבי פון ארה"ק איז אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע. .
אינטערסאנט, באמערקט אז פון אפאר חסידות ווי עס איז דא צוויי רבי׳ס האט כוכב נאר דערמאנט איינע אין זיין משל
זעט אויס אז ער האט אויך זיינע רבי׳ס וועם ער האט ליב
אדער וועם ער האט נישט ליב.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 12:41 pm
דורך תרמב
אינטערסאנט אז פונקט דו האסט זיך יעצט אויפגעוועקט.........
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:אינטערסאנט אז פונקט דו האסט זיך יעצט אויפגעוועקט.........
נישט געוויסט אז מ׳ דארף פון דיר בעטן רשות ווען צו שרייבן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:22 pm
דורך קאצקע ציקער
איך וואלט געמאכט א פשרה אויב דו רופסט דער מענטש ביים געהעריגן נאמען דארפסטו אפשר נישט שרייבן הרב אדער ר' אבער אז דו שרייבסט א לשון כינו וגנאי אזוי ווי מענדעלע כאטש לייג צו אן הרב
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:27 pm
דורך קאצקע ציקער
צפור בודד האט געשריבן:מנהל האט געשריבן:וועגן דעם ענין פון דעם פארום "בחצרות הקודש", איז ממש א שאד אז [tag]ארי נוהם[/tag] עסט זיך שוין דערוועגן פאר 15 חדשים פאר גארנישט און פאר נישט. איך און די אנדערע חברי ההנהלה האבן נישט קיין פראבלעם צו טוישן אויב איינער קומט אויף מיט עפעס פאסיג וואס געפעלט אונז. אדרבה, ברענגטס אויף פאסיגע הצעות און מ'וועט עס גערן טוישן.
הנה כמה הצעות:
רבי'שע נייעס
שטיבל נייעס
חסידים שמועסן
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
לעקיך און בראנפן
קהל חסידים
על הצדיקים
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
אדער קינדערגארטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: אזוי ווי דער מו"מ חיימ'קע שאולזאן. נאכדעם וואס ער איז געווארן ארעסטירט און מ'האט איהם געברענגט אין קאורט. דער דזשאדזש איז געווען א איד. פאר וועם ס'האט וויי געטון דער חילול ה' אז אידן רייסן זיך ארום. און מ'איז זיך מבזה אייינער דעם אנדער'ן. האט ער געמאכט איינס פון די קאנדישאנס פאר חיימ'קע'ס בעיל, אז ער מוז שרייבן מיט רעספעקט ווען ער באשרייבט סאטמאר...! האט ער געשריבן כהאי לישנא...הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א האט געהייסן די בחורים זאללן שניידן רעדער פן קארס. און אויסברעכן שויבן...! אויפ'ן ברך משה האט ער געברענגט אזא מעשה... דער ברך האט אמאל אום יו"ט סוכות פארגעסן צו זאגן גאנץ הלל ווען ער האט געדאוונט שחרית פאר'ן עמוד. האט דער גאנצער עולם גענימען שרייען..."רבי, לא לנו. רבי, לא לנו...! דער מו"מ. (פרעגטס מיך נישט וואס די ראשי תיבות זענען.). האט געשריבן אי מיט רעספעקט און ער האט אויך געשריבן בזיונות, כדרכו...!