בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:38 pm
דורך מיינונגזאגער
ערבי נחל האט געשריבן:מהר״א יעצט ביים אסיפה: מאנסי איז א עיר פרוצה און די רבינו העיר קענען נישט טון נישט גארנישט, און אין די גלילות שנייד מען זיך די בערד און די נשים דרייווען, און מ׳עסט זאכן אן הכשרים.

טאקע א שרעקליכער שטאט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט לייוו.
דער יצר הרע האט נישט פארגעסן פון קרית יואל, מען מוז מאכן תקנות אז דער מלאך המשחית זאל נישט אנקומען דא. די גלילות וועט משפיע זיין אויף קרית יואל.

נישט קיין סוד. יעדער קל פון סקווירא אדער פון מאנסי מופט קיין גלילות פון מאנסי. וועט דאס פאסירן צום גלילות פון קרית יואל?

מיר מוזן זיכער מאכן אז ווער ס׳פאסט נישט אין שטאט זאל נישט אנקומען צו די גלילות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:41 pm
דורך מיינונגזאגער
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:מיר מוזן זיכער מאכן אז ווער ס׳פאסט נישט אין שטאט זאל נישט אנקומען צו די גלילות
.
אזוי, וויאזוי וועט מען דאס מאכן?

Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:45 pm
דורך פרנס החודש
איך מיין אז מ'קען באשטימען דאס מאנרא וואודבורי און בלומינג גראוו זענען אין די גלילות פון מאנסי און האבן גארנישט מיט קרית יואל און שלום על ישראל מען זאל דארט אויך עפענען עקסטרע מוסדות

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:46 pm
דורך מיינונגזאגער
פרנס החודש האט געשריבן:איך אז מ'קען באשטימען דאס מאנרא וואודבורי און בלומינג גראוו זענען אין די גלילות פון מאנסי און האבן גארנישט מיט קרית יואל און שלום על ישראל מען זאל דארט אויך עפענען עקסטרע מוסדות

Sent from my SM-G930V using Tapatalk
האט נישט הרה״צ יואל ראטה אזוי גסטראשעט אפאר יאר צוריק ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:51 pm
דורך פרייוויליג
די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.

די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:57 pm
דורך מיליאנער
פרייוויליג האט געשריבן:די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.

די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.

אויב האסטו נישט געטראפן עפעס בעסערס צו זאגן אויף די דרשה קוקט עס אויס צו זיין א קנאקעדיגע דרשה, וועלן מיר עס הערן שפעטער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט...
מ'גייט פארליינען תקנות וואס איז געווארן פארגעליינט געווארן היינט ביי די אסיפה פון איבער 50 דיינים און רבנים פון קר"י והגלילות.... נישט שערן די בארד אפי' מעט מן המעט,
זיך נישט געפינען אין קיין שום הויז טעלעוויזשן, ווידיאו, און אינטערנעט בכלל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
ועוד...
תקנות


א. שם לשון ומלבוש, נישט שערן די בארד

ב. מאוויס, טעלעוויזיע וכדו׳

ג. צניעות לנשים, שערות ראשם

ד. פיאה נכרית ארוכות. ותמרוקי הנשים בצניעות

ה. נשים נישט דרייווען קאר אדער בייק

ו. מסירה וערכאות

ז. זמן צאה"כ רבינו תם

ח. סווימינג פולס נאר מיט מחיצות

ט. בתי מדרשים נישט אריינלאזן נשים נגד תקנות רבינו זי"ע

י. בבתי מדרשים נישט ארויסנעמען סמארטפאון

יא. מוסדות נישט אננעמען תלמידים נאר וואס פאלגן די תקנות

יב. מקוואות און עירובין זאלן זיין בהשגחה מעולה

יג. שמחה זאלן נישט פארדינגען פאר אזעלכע וואס פאלגן נישט אדער פאר דרשות נגד מסורתינו

יד ארגאניזאציעס נישט נעמען מעמבערס נאר יראים ושלימים. אויך האבן השגחה

טו. ארבעטס פלעצער הרחקות, בדיני יחוד

טז. איסור גמור אינטערנעט אן א פילטער.

יז געשעפטן נישט פארקויפן מאגאזינען ענגליש און העברעאיש אדער שוואכע מאגאזינען

יח. געשעפטן בצניעות, נישט פאקקויפן בגדי פרוצות

יט. צייטונגען וואס קומען ארויס אין שטאט זאלן די עדס זיין אויסגעהאלטן

כ. עקסערסייז מקומות בגדרי צניעות

כא. רעסטוראנטן זאל מען נישט קענען עסן בשעות הלילה

כב. קאנסטראקשען פלעצער זאָלן גויאישע ארבעטער אוועקגיין א שעה פארן זמן

כג. נישט פארקויפן אדער פארדינגען דירות פאר ווער ס׳פאלגט נישט

Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:02 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פרייוויליג האט געשריבן:די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.

די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
פון די מלחמת (מצוה?) פון די זיידע דער קדושת יו"ט האט געפירט קעגן ר' קלמן כהנא פון סיגוט האט ער נישט דערמאנט ביי די דרשה??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:16 pm
דורך מיינונגזאגער
פרייוויליג האט געשריבן:די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.

די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.

נו, עס איז אלעס ריכטיג. וואס איז שלעכט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:21 pm
דורך מיינונגזאגער
עס גייט מיר אין קאפ נישט אריין, אפשר קען איינער אונז דא באלייכטן. וואס איז איצטערט געשעהן, וואס איז די פחד איצט. ווער האט מורא פארוואס. איז דאס אלעס נאר אדאנק מייזעלס, א"כ וואלט מען געדארפט נאכאמאל באפעסטיגן די פאזישאן פון מרא דאתרא. אויפדערווייל הערעך נאכנישט אזא תקנה. "איך בין רב, אזוי וויל איך, און אזוי וועט זיין"!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:54 pm
דורך מיליאנער
עס איז מער ווייניגער געווען א מעסעדזש פאר די אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין די גלילות קרית יואל אז זיי זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'וועט קענען טון וואס מ'וויל דארט, און אז מ'וועט דארט נישט פטור ווערן פון די קרית יואל מאכט.

דאס איז געווען די ציל פון די אסיפה און די ציל פון די מצב.

אגב האט מהר''א געזאגט א זעלטן שטארקע דרשה, איך מיין אז ס'לוינט זיך אפילו פאר זיינע שונאים אויסצוהערן די דרשה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:27 am
דורך שמעון וואלף
מיינונגזאגער האט געשריבן:עס גייט מיר אין קאפ נישט אריין, אפשר קען איינער אונז דא באלייכטן. וואס איז איצטערט געשעהן, וואס איז די פחד איצט. ווער האט מורא פארוואס. איז דאס אלעס נאר אדאנק מייזעלס, א"כ וואלט מען געדארפט נאכאמאל באפעסטיגן די פאזישאן פון מרא דאתרא. אויפדערווייל הערעך נאכנישט אזא תקנה. "איך בין רב, אזוי וויל איך, און אזוי וועט זיין"!


אטטא דאס איז די גאנצע ציל. אז דער עולם זאל זיך ווינדערן און פראבירן פארשטיין די ציל, און ס'זענען דא גענוג תמימי לב וואס וועלן קומען צום מסקנה אז עפעס געפערליכע זאכן האבן געדראעט אינטערצוברענגן די שטאט, נאר א דאנק די שטייפע צוגאנג פון די "מרא דאתרא" איז די שטאט אפגעראטעוועט געווארן.
דעטס איט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:30 am
דורך מיינונגזאגער
יעך פארשטיי נישט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:49 am
דורך וואלווי
ביי כינוס כלל ישראל האט עם געקרענקט תקנת מיהאלאוויץ, יארן ארום וועט אן אייניקל זיינע קרענקען תקנות קרית יואל, חוט המשולש לא במהרה ינתק און כלל ישראל האט זיך פארזיכערט אן עתיד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:42 pm
דורך מיליאנער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איינמאהל מ'זעהט שוין די תקנות פון די היינטיגע ק"י , כאפטס א בליק אויף די תקנות וואס סאטמער רבי האט געקעירט פאר
בעיסקלי אז מיידלעך פון דריי יאהר און העכער זאלן נישט גיין מיט קליידער וואס איז העכער די קני , מ'זאל פארהערן די קינדער , די קינדער זאלן נישט פעלען פון חדר , און מ'זאל מאכן קביעת עיתים לתורה
kj (2).jpg

(גענומען פון דא)

וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?

דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:03 pm
דורך קאך_לעפל
דער עיקר איז אז מ'זאל וויסן ווער ס'איז באלעבוס...
מעסידזש רעסיווט לאוד ענד קלער...

(אין די ווירקליכקייט האט מען געוואלט רעדן וועגן מאסקעס און וואקסין ארויפגעצווינגעכצער, נאר ס'פאסט דאך נישט, האט מען אפיר געקראצט אלטע תקנות)

די מאכט הונגערע פארשוינען פייגערן נישט אפ קיינמאל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
די הייליגע שטאט קרית יואל איז דעי וואך פין פריש פארהייליגט געווארן, מיט פארבאט פין פארקויפן רוב היימישע מאגאזינען,

די עסקנים וואס ארבעטן איבערמידלך צי פארמיידן די שרעקליכע מכשולת פין די מאגאזינען, האבן געגעבן ספעציעלע ערלויבניש פאר די בילדער מאגאזינען, נאר נאך דעי וואך יא צי פארקויפן, צוליב די שווערע געלטער וואס איז געצאלט געווארן פאר "די וואך" מאגאזין צי באקומען די קאווער קאווערידש, זאל ח"ו נישט גיין לטמין, אין די קעלבער זאלן זיך פריש מחזק מיט די ריזיגע ציבור באטיילגער ביים היסטארישען אסיפה, ובתוכם די רייכע אויבן אן פין אלע פעיראל איינגעשטעלטע,

תושבי קרית יואל זענען מתפלל צים אייבערשטן אז דער כק אדמור זאל גאר אינגיכן נאכמאל כאפן א תאווה, פאר א הכנסת ספר שאו שפיל אזוי זאל מען באין ברירה נאכמאל מתיר זיין די אויסגאבעס, לצורך מצות עשה עשה מה"ת להגדיל הפראפגאנדע, אזוי סהאט פאסירט בעבר,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מיליאנער האט געשריבן:וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?

דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.

אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.

נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.

און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:09 am
דורך קהל'ס נער
למה נקרא גאלדענע, על שם גאלדענע פענע שישנו שם,

גוט געשריבען, כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס חטא הידוע איז ליפט, און פארוואס ציונות איז נישט חל אין אמעריקא?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:24 am
דורך אבשלום בן מעכה
די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.