בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 4:01 pm
דורך בורו פארק
דער עיקר

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 4:12 pm
דורך בורו פארק
דער הויפט פון דער פאליציי ביי א באזוך ביי ראש ישיבת גור הגר"ש אלתר שליט"א

נשלח: פרייטאג מאי 20, 2022 6:12 pm
דורך berlbalaguleh
הקיצור: דער הייליגער רבי שליט"א האט גאנץ שטארק מורא אז ער וועט נאך ווערן אויס קאפעליטש מאכער. אדער אויס ספאדיק מאכער. ער האט מורא (ער האט פארוואס מורא צו האבן.) אז ס'וועט נאך (ח"ו הס מלהזכיר. ניטאמאל אין זייינע ווילדסטע חלומות, היל"ת) מקויים ווערן דער פסוק..."ובאו כולם ואמרו אז ר' שאול איז דער (עכטער) גערער רבי. ווייל ווען ס'קומט צו א פארמעסט סיי אין לערנען. סיי אין האלטן דעם עולם געשפאנט ביי א דרשה פאקט ר' שאול איין דעם רבי אין די לינקע קעשענע.!

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 3:14 am
דורך שמעון וואלף
בורו פארק האט געשריבן:דער הויפט פון דער פאליציי ביי א באזוך ביי ראש ישיבת גור הגר"ש אלתר שליט"א
נתפעל צו ווערן.
ווי א ריכטיגע פירער באהאלט ער זיך נישט אינטער גבאים, עסקנים, שתדלנים, נאר ער אליין זעצט זיך אראפ מיט די פאליס זעהן וואס מ'דארף טון.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:21 pm
דורך תרמב
איך בין געשטאנען ביי א קופקע ווי מ'האט דיסקאסירט די גורע סיטואציע, אינמיטן איז א גור'ער אנגעקומען זאגנדיג עטס קענטס ווייטער רעדן איך בין נישט פון יענע גור, פון ר' שאול בין איך אויך נישט אבער די גור זיכער נישט, א צווייטער האט פארציילט אז א גורער האט אים געזאגט אז ער זוכט צו בארגן א סאטמארע קאפעליטש פאר יעצט ווייל ער שעמט זיך יעצט אויסצוקוקן ווי א גורער....

אבער דער אינגערמאן האט פארציילט אז ער האט גערעדט צו קרובים אין ארץ ישראל, א חלק שעמען זיך מיט די אלימות, אבער א גרויס חלק ציבור האלט אז מ'איז מצער דעם רעבין קומט זיך קלעפ, ווי אויך האט ער געזאגט אז דער מענדלזאהן איז בכלל נישט אזא איש מכובד מ'נוצט אים נאר פאר די זאכן ווייל ער האט א גוט קלונגעדיגע נאמען, קוממיות'ע רב.

Re: גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 11:56 pm
דורך פאליטיקאנט
תרמב האט געשריבן: דער מענדלזאהן איז בכלל נישט אזא איש מכובד מ'נוצט אים נאר פאר די זאכן ווייל ער האט א גוט קלונגעדיגע נאמען, קוממיות'ע רב.
משה מענדלסאן איז גארנישט אזא שיין קלינגעדיגע נאמען ביי חרדים.