מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי

moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: מודעה אקעגן די כינוס אין מאנסי

שליחה דורך moneyminded »

קהל'ס נער האט געשריבן:
מורינו ורבנו האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער איר דרייט זיך ארויס.

פיל אריין ביטע (בערך, נישט פונקטליך):
דער פלאץ________________________
לייטינג___________________________
סעקיורטי_________________________
ספיקערס_________________________
דרשנים__________________________
פעקל פאר קינדער__________________
טראנספארטאציע___________________
פארענטשעס______________________
שרייבן, גראפיק, פרינטינג_____________
וויי-עף פראדאקשן (זייער פראצענט)______
סך-הכל___________________________

כמובן אז אלעס איז נאר בערך, מוז נישט זיין פונקטליך. לאמיר זען וויפיל די עסקנים פאקעטן אין טאש.


איך ווייס נישט פינקטליך, ביסט אבער מסכים אז אזא מעמד קאסט אונטער 50K און זיכיר נישט 120K?
שעפעלע די קענסט נישט קיין נומבערס , סקולען מאנסי חתונה האט אפגעקאסט בערך 200 אלפים!

בערל טויבער קען בעטן רוהיג 5 אלפים , און איך וועל נישט זיין זיין שאקט אז ער בעט 10 אלפים

דאס זענעו היינט צוטאגס די פרייזן, רוב גרויסע בעלי דרשנים פאר א שבת זשארזשען פאר א שבת התוועדות 20 אלפים, איך ווייס פון א נערישע פרויען רעדנער וואס באקומט 15 אלפים יעדע צווייטע שבת צו רעדן אין האטעלן ביי שאבאטאנס

מיין פריינט די האסט גאר קליינע השגות, דער איד גייט צום סוף ארויסגיין מיט פראפיט לכאורה פון גרויסע נדבות אויסער אז סאיז עפעס טאקע א ערענסטע איד, נישט פון די $12

סאיז דא מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן מיליאנען פאר אזאנע צוועקן ,
עיין ערך שרייבער פון B&H Hoto
ער האט זיך געלאזט קאסטן פאר כינוס כלל ישראל מיליאנען, שווערע מיליאנען פאר j net filters און אנדערע פילטערס ,מען רעדט פון צענדליגע מיליאנען



Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מורינו ורבנו האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
כאטש כ'דיסעגרי מיט לכאורה רוב פון דיינע מיינונגען (אנטשולדיגט... :lol: ) ובפרט אויף די נושא פון טעכנאלאגיע, טוה איך אבער שעצן דיין הסברה אויף די געלט חשבון.

כ'בין אויך געווען פארמישט אין א גרעסערע טראנספארטאציע אקציע נישט לאנג צוריק און לויט מיין חשבון דארף די טראנספארטאציע אין אזא פאל אפקאסטן ארום 10,000 (פארשטייט זיך אז דאס ווענט זיך צו די זאל איז לאקאל אדער נישט).

בנוגע די זאל ווענט זיך דאס אויב ס'איז א פראפעשענעל פלאץ (ווי א סטעדיום אדג.), וואס דאן קען עס טאקע קאסטן זייער אסאך, אבער אויב איז עס אין א ביהמ"ד אדג איז עס נישט אזא טייערע זאך.


ס'איז מיר אינטערעסאנט צו הערן, ווייל איך געדענק נישט האבן געזאגט דא א מיינונג בנוגע טעכנעלאגיע, אז איר זענט מחולק מיט מיר. אבער... אפשר געדענק איך נישט אלעס.



דאס אליינס אז דו ארבעטס שווער אויף די כינוס...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גראדע קומט זיך עם קרעדיט פאר זיין קריעטיוויטי צו ווייזן ער איז נעבעך אין א ראש, ער האט פשוט שוין א שטיק צייט נישט געשריבן ווי פארנומען ער איז.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

בילדער פונעם מעמד
EMES VAYATZIV
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 13, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך EMES VAYATZIV »

די מעמד ווערט אנגעפירט דורך אזוי גערופענע 'איחוד המנהלים' די זעלביגע וואס האבן געפירט די קאמף אקעגן 'אונטערן פלעיס' און אקעגן ר' לייביש ליש שליט"א פארן געבן השגחה אויפן פלעי, דערפאר הגם ר' לייביש האט אזא זעלטן שפראך און עמיצער וואס האט די ריכטיגן באטע"ן אריינצודרינגען אינעם קינדערס ווייך הארץ ספעציעל בעניני טעכנאלאגיע האבן זיי אים נישט גענומען צו רעדן ביים מעמד.

די קאפ פונעם 'איחוד' איז המנהל הידוע למשפחת מייזעלס מנהל פון ראחמסטריווקא חדר, וואס איז באוואוסט מיט זיין 'יד חזקה וזרוע נטויה'.

די גאנצע ארויפגיסן געלט אויף עלטערן און מוסדות, אן גיבן אן אפשען, איז צו די אנטריסונג פון רוב מנהלים און עלטערן, דאס 'איחוד המנהלים' אונטער ר' מייזעלס, איז א שטיל-בייסיג צעל וואס כלל ישראל וועט נאך זיך אסאך אנליידן און באצאלן דמים תרתי משמע, אנגעפירט דורך דעם יחיד המשתלט על הציבור.
שטורמישער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:37 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך שטורמישער »

גראדע איז עס אייזיק לורינץ מנהל פון כתה ז' ח' אין וויזניץ
הקיצור, אסאך אסאך האבן גרויסע פלענער ארויסצוקעשן סיי וואס פון דעם היינטיגן מעמד, הצד השוה שבהן אז מ'טוט זיך וואס מ'וויל, אן פרעגן אדער טיילן אינפארמאציע מיט עלטערן וכדו', אזא אקט וואלט געדארפט באגריסט ווערן מיט הילכיגע רעאקציעס פון אלע זייטן, ואין פוצה פה ומצפצף, קוק ווי מיר שטייען אצינד רח"ל
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך ישן מלא חדש »

איינער קען אריינקומען מיט אינפארמאציע פון די דרשות תקנות וואס מען פרעדיגט פאר אונזערע קינדער?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערווייל פרעדיגט מען אז יעדע סארט סמארטפאון און שייכות צו אינטערנעט איז אסור לחלוטין און איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל און עס איז נישט מעגליך אויפצושטעלן א אידישע שטוב אויב האט מען סיי וועלכע שייכות מיט די כלים.
וירח ה' את ריח הניחוח
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

טאטי דו ביסט א שייגעץ !

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אין אנדערע ווערטער אז די עלטערן האבן געצאלט געלט אויסצולערנען דאס קינד אז ווען ער קומט אהיים און ער זעהט אז זיין טאטע האט א סמארטפאון (אפילו מיט א היתר פון א רב) - זאל ער וויסען אז ער איז א שייגעץ!!!

אקעי....
ימים ידברו...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שמעקעדיג האט געשריבן:דערווייל פרעדיגט מען אז יעדע סארט סמארטפאון און שייכות צו אינטערנעט איז אסור לחלוטין און איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל און עס איז נישט מעגליך אויפצושטעלן א אידישע שטוב אויב האט מען סיי וועלכע שייכות מיט די כלים.

קוקט מיר אויס ווי א לייוו שומרים קארטל!
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך ישן מלא חדש »

הצלה קאלל ביי די כינוס
Multiple kids
איינער האט א איינונג וואס גייט פאר?
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

forward

אכט קינדער האבן גע'חלש'ט היינט ביי א מעמד אין מאנסי. ס'געווען גאר הייס און די בעל דרשן האט גראפיש אראפגעלייגט א שרעקעדיגע סצענע. איין קינד האט גע'חלש'ט און דאס האט געברענגט א קייט-רעאקציע פון נאך קינדער וואס האבן זיך דערשראקן און עס איז זיי אויך שלעכט געווארן,אלע זענען אקעי ב"ה
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:forward

אכט קינדער האבן גע'חלש'ט היינט ביי א מעמד אין מאנסי. ס'געווען גאר הייס און די בעל דרשן האט גראפיש אראפגעלייגט א שרעקעדיגע סצענע. איין קינד האט גע'חלש'ט און דאס האט געברענגט א קייט-רעאקציע פון נאך קינדער וואס האבן זיך דערשראקן און עס איז זיי אויך שלעכט געווארן,אלע זענען אקעי ב"ה

צו זיי זענען אקעי וועט מען זעהן אין א פינף-צען יאר ארום אויב זיי וועלן נישט ברויכן די נויטיגע הילף זיך ארויסצודרייען פון די אומזיסטיגע דראמא!
באניצער אוואטאר
צפרדע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 05, 2020 12:53 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך צפרדע »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:forward

אכט קינדער האבן גע'חלש'ט היינט ביי א מעמד אין מאנסי. ס'געווען גאר הייס און די בעל דרשן האט גראפיש אראפגעלייגט א שרעקעדיגע סצענע. איין קינד האט גע'חלש'ט און דאס האט געברענגט א קייט-רעאקציע פון נאך קינדער וואס האבן זיך דערשראקן און עס איז זיי אויך שלעכט געווארן,אלע זענען אקעי ב"ה

ס'איז געווען אביסל הייס וואס האט לכאו' צוגעברענגט אז א קינד זאל חלש'ן.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

מוצא שפתי אשמור.

אזוי ווי איך האב פארשפראכן, האב איך היינט גערעדט מיט איינע פון די עסקנים פון דעם כינוס, און איך האב אים געבעטן דעם פונקטליכן חשבון. ער האט מיר ארויסגענומען דעם צעטיל און איך בין איבערגעגאנגען מיט אים. וויבאלד ער האט נאך געדארפט דעם צעטיל און איך געדענק נישט אלעס פונקטליך אויף אויסנווייניג, וועל איך יעצט געבן דעם חשבון בערך און מעגליך אז אין די קומענדיגע טעג וועל איך ארויפלייגן דעם חשבון מיט א פונקטליכקייט.

דער גאנצער מעמד האט געקאסט גענוי 158K. פון די עלטערן (און די מוסדות) זענען אריינגעקומען בערך 90K. עס איז געווען איין נדבן וואס האט געגעבן א גרויסע נתינה פון 50K. עס איז געווען נאך אפאר קליינע נדבות, און אין דעם טאג פונעם כינוס איז געווען א לאך פון בערך 10K, וואס מען האט געקלערט אז מען וועט עס דעקן נאכן כינוס. אין די לעצטע מינוט איז געקומען א נדבן און אויסגעפילט דעם לאך, אן אומבאקאנטן נגיד וואס האט געכאפט די מצוה.

גילוי נאות: דער הויפט עסקן, וועלכער האט אריינגעלייגט זיין נשמה אין דעם צוועק און האט געארבעט די מערסטע פון יעדן איינעם, האט נישט גענומען קיין פרוטה דערפאר, הגם עס איז אנגענומען יא צו נעמען עפעס פארן אנפירן גרויסע פראיעקטן, אבער ער האט דאס געטון לשם מצוה, ווארטנדיג אויף א ישועה פון הימל אין א געוויסן הינזיכט. בשם כלל-ישראל וואונטשן מיר אים אן, שימלא ה' כל משאלות לבו לטובה, ער זאל אויפגעראכטן ווערן שנעל און זיס, בזכות הקדושה וואס ער האט משריש געווען בלבות אלפי בני ישראל קדושים וטהורים.

אויף צו ווייזן וואס עס האט געקאסט, וועל איך בלויז באטאנען, אז ער האט געוויזן דעם אינוואויס פון פרינטינג, און פרינטינג אליין האט אפגעקאסט 33K. דעם חשבון פונקטליך געדענק איך נישט, אבער יעדע גרויסע פליקאט וואס האט דארט געהאנגען, האט געקאסט עטליכע אלפים פרינטינג, ווי תפילת השל"ה און אנדערע. עס דארף דערמאנט ווערן אז איין פליקאט האט געקאסט בלויז דאס אויפהענגען 1.5K, דארפנדיג האבן דערפאר א ספעציעלע ביעם.

דער פעקל פאר די קינדער האט געקאסט 20K. מען האט אויך געדינגען ביה"כ (דזשאן טא גאו), הונדערטע אדער טויזנטע בענקלעך, פארענטשעס מיט סיטינג, סינקס און נאך. די דרשנים האבן זיך אויך געלאזט קאסטן.

אויב עס וועט זיין מעגליך, וועל איך שרייבן בקרוב מער פונקטליך און דעטאלירט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מורנו ורבינו: איך מיין אז אין איינס פאר דעם לעצטן פאראגראף איז אריינגעפאללן א טעות. ס'שטייט דארט אז ..."די דרשנים האבן זיך אויך געלאזט קאסטן"...איך מיין אז דיין כונה איז געווען צו זאגן אז די דרשנים האבן זיך אויך געלאזט באצאלן...!
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

מורינו ורבנו האט געשריבן:דער גאנצער מעמד האט געקאסט גענוי 158K. פון די עלטערן (און די מוסדות) זענען אריינגעקומען בערך 90K. עס איז געווען איין נדבן וואס האט געגעבן א גרויסע נתינה פון 50K. עס איז געווען נאך אפאר קליינע נדבות, און אין דעם טאג פונעם כינוס איז געווען א לאך פון בערך 10K, וואס מען האט געקלערט אז מען וועט עס דעקן נאכן כינוס. אין די לעצטע מינוט איז געקומען א נדבן און אויסגעפילט דעם לאך, אן אומבאקאנטן נגיד וואס האט געכאפט די מצוה.

על כן יאמרו המושלים בואו חשבון, מען הייבט מיט גענוי 158 טויזנט, נעם אראפ 90 פון די מוסדות און 50 פון איין נדבן, בלייבט מען מיט א לאך פון 18. נאך וואס עס איז געווען נאך אפאר קליינע נדבות איז געבליבן א לאך פון בערך 10, דאס מיינט די אלע קליינע נדבות צוזאמען זענען בערך 8. וויאזוי שטימט דאס וואס דו האסט געשריבן מוצאי שבת?

מורינו ורבנו האט געשריבן:דעם ערב-שבת צוויי שעה פארן זמן, האט אן עושר פון מאנסי געשריבן א טשעק פון 20K פאר דעם צוועק. איך דאנק דער אויבערשטער אז איך בין געווען דער גוטער שליח וואס האט אים באוואויגן דאס צו טון. דער איד איז משומעי לקחי, און הגם אז מיין עקזיסטענץ איז נישט אין בעטן געלט פון מענטשן. איך שטיי געווענליך אוועק פון די סארט זאכן כמחטוי קשת, וויבאלד איך פראביר צו שטרעבן אויף פנימיות און רוחניות, אויסהערן מענטשן און מאכן מענטשן עובדי ה' שטייגן, און איך גיב זיך נישט אפ מיט געלט זאכן, אפילו לדבר מצוה. איז דא געווען א געוויסע סיבה און מצב, אז איך האב יא געבעטן פון אים געלט - נישט פאר מיר נאר פאר דעם צוועק. און ברוך-השם אז יענער האט זיך משתתף געווען.


קען מען זאגן א נייע פשט אין מוצא שפתיך תשמור. מען דארף גוט אוועקלייגן אלעס וואס מען האט געזאגט, מען זאל זיך נישט סותר זיין שפעטער...

מורינו ורבנו האט געשריבן:מוצא שפתי אשמור.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
good news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:38 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך good news »

יענער נדבן האט געגעבן 50K. מען האט געהאט געשמועסט אויף 20, למעשה איז געווען א סייעתא דשמיא און געגעבן 50.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@מורינו ורבנו

דאס וואס דו שרייבסט

גילוי נאות: דער הויפט עסקן, וועלכער האט אריינגעלייגט זיין נשמה אין דעם צוועק און האט געארבעט די מערסטע פון יעדן איינעם, האט נישט גענומען קיין פרוטה דערפאר, הגם עס איז אנגענומען יא צו נעמען עפעס פארן אנפירן גרויסע פראיעקטן, אבער ער האט דאס געטון לשם מצוה, ווארטנדיג אויף א ישועה פון הימל אין א געוויסן הינזיכט. בשם כלל-ישראל וואונטשן מיר אים אן, שימלא ה' כל משאלות לבו לטובה, ער זאל אויפגעראכטן ווערן שנעל און זיס, בזכות הקדושה וואס ער האט משריש געווען בלבות אלפי בני ישראל קדושים וטהורים.

אינטערעסאנט, אז דער אזא געלונגענער עסקן און קען אנדרייען אזא אקציע גדול ונורא, און שאפן אזאנע סכומים הגונים, אין ממש עטליכע טעג, פארוואס האט ער נישט גענומען דאס געלט און אויסגעטיילט פאר עניי עירו, אויב ברויך ער עס פאר א ישועה, זאל ער זיך געזונטערהייט אנדרייען און צורוה לאזן די קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא, פארוואס אנזייען שרעק ביי קינדער און זיי טראמאטיזירן מיט בייזע מעשה'ס פון אינטערנעט און סמארטפאונס??? ואלה הצאן מה חטאו?? אויסלערנען די זיסע קינדערלעך זאלן זיך שעמען מיט זייערע עלטערן וועלכע האבן סמארטפאונס?!?! אן עקל איז מילד געזאגט!
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

סא, ווען איר וועט דארפן א ישועה, וועט איר אנדערש טון.

יעדער זאל טון וואס אים געפעלט, און לאזט יענעם צוריה.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

מורינו ורבנו האט געשריבן:סא, ווען איר וועט דארפן א ישועה, וועט איר אנדערש טון.

יעדער זאל טון וואס אים געפעלט, און לאזט יענעם צוריה.

נאכאמל, ווער זאל וועמן לאזן צורו?
דער עושר וואס 'דארף' א ישועה (פארשטייט זיך אן עושרס ישועה. זיין טריפ קיין קערעסטיר אדער מיאמי זאל אים געלונגן און די פלייש ברייט זאל קנאקן) זאל אונז אלע לאזן צורו, און נישט ברעכן איבער אונזערע קינדער! ער ברויך א ישועה און מיר דארפן אלע ליידן?!?!

די געלט חשבונות זענען לכאורה זינלאז. אויף די בעסטן אופן האט איינער פארדינט א פופציג אלפים. אי משום הא, קען אזא איינער אריין גיין אין א בעסערע ביזנעס. מקען זיך שלאגן מיט ציונים און מאכן אסאך מער, אדער אויפשטעלן מוסדות אין ארץ ישראל וואס עגזיסטירן נאר אין אמריקא, אדער קען מען גלאט אזוי טרעפן א נארמאלן דזשאב. עס איז רעלאטיוו קליין געלט.

נאר אזעלכע מעמדות זענען א שאנדע פאר אונז אלע, אפילו טאמער קיינער מאכט נישט קיין דאללאר דערפון. גנבטס נישט קיין קינדער פון זייער עלטערן, און ברענג נישט אריין די קינדער אין דיין קאמפיין. אל תגעו במשיחי!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מורינו ורבנו האט געשריבן:סא, ווען איר וועט דארפן א ישועה, וועט איר אנדערש טון.

יעדער זאל טון וואס אים געפעלט, און לאזט יענעם צורוה.

ווי לאנג ער לאזט יענעם נישט צורוה וועל איך עם אויך נישט צורוה לאזן! הערט א מעשה?? א יוד נויטיגט זיך אין א ישועה, און אנשטאט זיך צו שחט'ן און אוועק געבן פון "זיך" פאר גאט, שחט ער הונדערטער און טויזענטער קינדער!!! הישמע כזאת?!?! גארנישט בעסער פון די השומרים קארטלעך!!!! א שאד, כ'קען נישט יענעם, אדער גאר בעסער אזוי.
good news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:38 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך good news »

די חברה, די קאפ ליגט זיי דארט צווישן די פיס...
פארשפארט