בלאט 2 פון 110
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שבת נפטר געווארן הרב החסיד הישיש ר ישראל פרנס ז״ל פון וויליאמסבורג. ער איז געוועהן 96.
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 9:32 pm
דורך עסן עסט'זיך
די הערכה אויף רבי ישראל פרנס'ן איז געשריבן שיין מיט ווארעמקייט. אמת, עס איז גיווען שיין צו זעה א איד אזא יחסן און טייערער איד גייט אנגעטון חסידיש אבער נישט ראביש. רוב רעבילעך וואס טרעפן זיך אפעס א זיידע א קליינע רב אין א דערפל און טוען זיך אן שמונה בגדים האבן זיך גימעגט לערנין פון א דירעקטער איינקל פון שינווער רב און נאך צדיקים ווי ער איז ממאס אין גינוני כבוד
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:28 pm
דורך חד גדיא
האט דער הרב פרנס א שייכות מיט די באבובע פרנס׳עס?
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 12:09 am
דורך וויליאמסבורגער
בד"ה. הגאון ר' אליהו שמחה שוסטאל זצ"ל
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:34 am
דורך קאווע טרינקער
א גרויס פארלאס פאר כולל שומרי החומות.
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:44 am
דורך שמואל הלוי
ברוך דיין האמת...
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 4:06 pm
דורך שמואל הלוי
בילד פון מהרא"ש שוסטאל (קרעדיט: די וואך)

Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 4:06 am
דורך הדד בן בדד
ברוך דיין אמת, ווי אלט איז הרב שוסטאל געווען?
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:45 am
דורך שמואל הלוי
אויך לויט קול מבשר
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:21 pm
דורך האט קאפ
אויך לויט לדעת - JDN - בחדרי
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:32 am
דורך זר זהב
ר' משה אלטמאן פון וומ"ס. איינער האט מער דיטעילס ? איז ער דער תו"א חסיד ? וואס איגעווען מיט אים
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 5:12 pm
דורך ברוין
ר' משה איז דער תו"א. שוין געווען נישט געזונט א שטיק צייט נעבעך.
יה"ר שלא ישמע עוד וכו'
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:58 am
דורך שמואל הלוי
פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:40 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שמואל הלוי האט געשריבן:פון לאנדאן קומט אן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' חיים ברייש זצ"ל (65), ר"מ בישיבת מתיבתא לאנדאן רבות בשנים.
די בשורה איז דאפלט שווער צוליב די טראגישע אומשטענדן וויאזוי ער איז אוועק.
ער איז ל״ע דערטראנקען געווארן נאכן זיך צוקלאפן די קאפ אויף א שטיין פון די ברויזענדע כוואליעס
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 8:49 am
דורך שמיטה
מיטוואך אינדערפרי. ברוך דיין האמת. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ובלע המות לנצח.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 9:09 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי!! ברוך דיין האמת.
דאס איז די קינד פאר וועם מ׳האט אזויפיל איינגעריסען, יא?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
הר"ר שלמה קאפפעל ז"ל פון ווילימסבורג איז נפטר געווארען. ער האט לאנגע יארען גע'ארבעט אין ווינער חדר אויף ווילסאן סטריט. ער איז געוועהן 93.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 11:17 pm
דורך ניו יארק
אויב בין איך גערעכט, לעבט נאך די רביצען.
איך ווייס נאר נישט אויב זי איז אויך די עיזדש
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 11:21 pm
דורך ניו יארק
אינטערעסאנט אנצימערקען.
זיין איידעם זיצט שבעה נאך זיין טאטע ר' ....... בירענבוים ע"ה.
קען ער גיין צום'ס שווער'ס לוי'?
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:28 am
דורך הדד בן בדד
זייער א טייערער איד געווען, ער האט אכטונג געגעבן אויף די געלט פון דעם ווינער ת"ת ווי אויף א אויג אין קאפ. אויב האט ער געזעהן א אינגל נעמען מער פעיפער ווי ער האט געדארפט, אדער אן איבריגן קאפ, אדער סיי וואס האט ער דעם אינגל געגעבן צו הערן, אוי איז דאס זיס געווען, פרעגט נאר ביי די קינדער וועלכע האבן דארט געלערנט.
אזעלכע אידן קומען שוין נישט צו, א פארצייטישער אונגארישער איד, מיט ריכטיקן פארצייטישן איידלקייט און יראת שמים.
נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:19 am
דורך ריק סאנטורעם
א גוטע וואך
בד"ה שבת קודש איז נפטר געווארען אין ירושלים
ר' אשר אנשיל בן ר' חי"ל שווארץ ע"ה (54)
מנהל מוסדות סאטמאר ירושלים עיה"ק
נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ל"ע
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:49 am
דורך [NAMELESS]
בד״א
כ״ק אדמו״ר מ׳נאדבורנא חדרה זצ״ל
נשלח: מוצ"ש יוני 30, 2012 10:18 pm
דורך זר זהב
יצחק שמיר געשטארבן.