בלאט 2 פון 5
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:25 am
דורך יָדוֹרָש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יָדוֹרָש האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך קען נישט די גאנצע וועלט אבער פון די מענטשן וואס איך קען וואלט איך געוועלט פאר שמואל בנימין הערריס (Sam Harris).
לענ''ד נראה אז זיין גאוה איז ממעט זיין קדושה. וצ''ע כעת
איך קען איהם נישט אלס א בעל גאווה
גאוה איז אפשר אומפוקנטליך דא. ער האלט זיך אבער אלץ א מבין אין זאכן וואס ער האט נישט קיין עקספערטיז.
Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:30 am
דורך היכי דמי
די קעכער פון ״האולי שניצל״
אז זיין שניצל איז הייליג דאן איז ער זיכער די הייליגסטע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:33 am
דורך עסקן בדברים
יָדוֹרָש האט געשריבן: ער האלט זיך אבער אלץ א מבין אין זאכן וואס ער האט נישט קיין עקספערטיז.
וואס רופסטו עקספערטיז? א PhD אין פיליזאפיא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:44 am
דורך מי אני
דא [46:10-48:40] רעדט סעם העריס אליין איבער דעם אז צו האבן א PhD איז ל״ד עקספּערטיז וכדומה, ווי אויך איבער זיינע אייגענע אינטעלעקטואלע שוואכקייטן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:46 am
דורך קאך_לעפל
דער רבי זי''ע...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:46 am
דורך berlbalaguleh
יָדוֹרָש האט געשריבן:petrishke האט געשריבן:לאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???
אלבערט איינשטיין
Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone
פעטרישקע: אלבערט איינשטיין איז געווען א איד. און סוף ימיו א מאמין אויך. אבער א !..."הייליגער"...קענמען איהם נישט אנרופן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס נישט?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:06 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו ווייסט אליינס גאנץ גוט וואס די קוואלפיקאציעס זענען צו ווערן אנגערופן ..."הייליג"...א מענטש וואס פיהרט זיך אויף ווי א געוויינליכער מענטש הייסט נישט קיין קדוש. איינער וואס איז זיך מסגף. אויך ער וועט גיין מיט'ן אמת. (וויאזוי ער זעהט עס.) אפילו ס'וועט איהם ברענגען בזיונות. דאך שטעלט ער זיך נישט אפ.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נו דאס איז דאך ממש פונקט וואס אלבערט איינשטיין איז געווען…!
ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קריג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:54 pm
דורך דורש אמת
פאָרשלאגן בדרך אפשר ווי א ענטפער צו @טמיר און @berlbalegule בערל בעל עגלה.
פון אידישע וואס זענען ניטא מער
חזון איש
פון לעבעדיגע
יהודית פלעטשער. שפרה לאווען / קלארא וואסערשטיין און איר מאן יוחנן. נפתלי מאָסטער דזשין שטיינבערג. ביאטריס וועבער. הרב ישכר כץ. שלום דין. מאלקי שווארץ. קטלא קניא.
טראצדעם וואס א חלק פון זיי זענען ניט מער פרום אדער ארטאדאקסיש און א חלק פון זיי האבן ניט אלעמאל מצליח געווען צו טרעפן די בעסטע און אויסגעהאלטנסטע מיטלען … פונדעסטוועגן נעמט עס ניט אוועק פון זייער איבערגעגעבנקייט און מסירות נפש פאר אונזער ציבור בנוגע -
- די חתונה מאכן און קינדלען ווי די שרצים - אביוז;
- זייערע אויפטוען לגבי חינוך פון די קינדער;
- די שטיצע און הילף וואס זיי אפפערן פארן ציבור בחינם
- די אומגעהויערע רדיפות, בזיונות, און שעדיגונגען וואס זיי זענען דורכגעגאנגען בעבר ובהווה צוליב זייער אמתדיגקייט , אקטיוויזם און אדוועקע״סי)
Sent from my iPad using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:18 pm
דורך petrishke
מ'רעדט נישט וואס יעדער האלט, מ'רעדט טאקע וואס דו האלטסט. ממילא די פופסט ווייל יעדער האלט קומט נישט דא אריין, אבער אויב דו האלטסט פאר דיר, דעמאלטס קענסטו עס פארשלאגן.
ובכלל הערט זיך עס דערווייל - אייערע פארשלאגן, ווי אראפאט וואס האט באקומען די נאבעל פרייז פאר פרידן... אויב הייליג זענען זיי...
באמת אמרו; הייליג קען מיינען אויך געלייטערט, ממילא קען זיך הערן געוויסע נעמען, ווייל זיי האבן מיטגעמאכט פאר'ן כלל.
און ווער ס'זאגט מיין רבי, איז נישט מער ווי יושר אזוי צו זאגן, אבער ווער ס'זאגט דער-רבי-זי''ע, וואס עפעס מער ווי דער רבי לא עלינו?... אין פוילין זאגט מען; אלץ איז איינס!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:34 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך וואלט געפרעגט ווער האט די מערסטע אויפגעטון פאר ערליכע אידישקייט נאך די קריג
אוועקגעגעבן זיין רוחניות און אוודאי זיין גשמיות צו אויפבויען אידישקייט
נו ווער?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לכאורה ר' יאשע בער סאלעווייטשיק.
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 7:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אילאן מאסק! פון די נישט אידישע.
האט זיך אפגעשיידט פון אלע זיינע מאטיריאליסטישע לוקסוס לעבן, פארקויפט כמעט אלע זיינע פאלאצן, זיך אריינגעצויגן אין א הויז וואס מ'קען צוזאמלייגן און אוועקפארן דערמיט, קוים 400 סקווער פוס גרויס. טענה'נדיג אז א לוקסעריעזע לייף סטייל מאכט צופיל ביזי דעם מענטש מיט שטותים.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:11 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לכאורה ר' יאשע בער סאלאווייטשיק.
ענטפערסט מיר?
איך האב הנאה האסט גענומען איינעם פון מיין (ליטוויש) חדר
אוודאי איז ער געווען א אדם גדול אבער וואס האט ער געטון צו בויען יודישקייט דא
ר"א קאטלער האט געבויט ישיבות
ר"מ פיינשטיין איז געווען דער וואס האט אויפגעבויט די הלכה און אמעריקע
ווער נאך? סאטמארער און ליבאוויטשער רבי׳ס האבן אויפגעשטעלט קהילות מיט צענדליגער טויזענטער יראים ושלמים
אזוי איז דא נאך אויף א קלענערע פארנעם, קלויזענבערג, באבוב, פאפא, צעלימער רב מיט כשרות
וועלעכע פון די זאכן האט רב סאלאווייטשיק געטון?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן: וועלכע פון די זאכן האט רב סאלאווייטשיק געטון?
ער געהאלטן די מאדערן ארטאדאקס קאמיוניטי. גאר אסאך וויי יו תלמידים זענען געווען שטארק מקושר צו עם און ער איז געווען זייער וועג ווייזער אין השקפה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:38 pm
דורך petrishke
און טאמער איך האב גארנישט געטון, קען איך נישט זיין דער הייליגסטער?
פיק חזו מאי עמי דבר - יוכיח... אז מ'קען זיין הייליג אנע צולייגן א זרת.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:41 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן: וועלכע פון די זאכן האט רב סאלאווייטשיק געטון?
ער געהאלטן די מאדערן ארטאדאקס קאמיוניטי. גאר אסאך וויי יו תלמידים זענען געווען שטארק מקושר צו עם און ער איז געווען זייער וועג ווייזער אין השקפה.
מער ווי ליובאוויטשער רבי למשל?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
צוויי אנדערע מהלכים!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:00 pm
דורך מי אני
איך שטעל זיך פאר אז ווען מען פרעגט "ווער איז דער
הייליגסטער מענטש [קדוש]?" מיינט מען דאס בתור דאס וואס
רבינו אברהם בן הרמב"ם האט געזאגט איז א ראיה דערויף...
אברהם.jpg
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
דארפסט מיר נישט זאגן, כ׳פארשטיי אליין.
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:16 pm
דורך יָדוֹרָש
מי אני האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז ווען מען פרעגט "ווער איז דער
הייליגסטער מענטש [קדוש]?" מיינט מען דאס בתור דאס וואס
רבינו אברהם בן הרמב"ם האט געזאגט איז א ראיה דערויף...
אברהם.jpg
ענדליך איינער מיט א דעפעניציע פון הייליג
Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:36 pm
דורך מי אני
ס׳איז ל״ד א ״דעפיניציע/הגדרה״, און ווי ר׳ יצחק לאווי ברענגט ארויס אין
די שיעור איז ״מהו
קדושה״ שווער מגדיר צו זיין. (עס קען טאקע זיין אז מהלכו של הרב דר. סליפקין עפ״י הרמב״ם וואס איך צייכן דארט צו איז אויך נוגע למיהו ״איש
קדוש״.)
וואס רבינו אברהם זאגט איז אז אויב ער איז מודה וחוזר על האמת דאן איז מוכח אז ער איז (שוין) א ״קדוש״. דאס באדייט אבער נישט דוקא אז די
קאנווערס דערפון איז אויך אמת. מיינענדיג, עס מיינט נישט אז אויב איינער איז א ״קדוש״ דאן איז ער מודה וחוזר על האמת. און אוודאי נישט אז דאס איז די דעפיניציע דערפון ממש.