בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:23 am
דורך Nanach
איך האב מיר יעצט דערמאנט אז גראדע קופת עזרה פון מאנסי טיילט אויך באמת זייער שיין פאר ריכטיגע נצרכים, הלוואי זאל מען זיי געבן א פראצענט פון אנדערע ארגענעזעישענס וואס מאכן ריזיגע קאמפיינס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 7:23 am
דורך ליב צו וויסן
קא משמע לן האט געשריבן: ווי למשל איינע פון די כוללים צאלט פאר איר סי אי או, דער מנהל הכולל קרוב צו פיר הונדרעט אלפים צו מער א יאר. די זעלבע כולל האט טאקע א אפערעיטינג קאסט האלב פון איר בודזשעט, ווען איר ווילט גיבן א דאללער פאר ר' מאיר דורך יענע כולל מוזט איר אלזא גיבן צוויי..

וועלכע?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 7:33 am
דורך petrishke
Nanach האט געשריבן:איך האב מיר יעצט דערמאנט אז גראדע קופת עזרה פון מאנסי טיילט אויך באמת זייער שיין פאר ריכטיגע נצרכים, הלוואי זאל מען זיי געבן א פראצענט פון אנדערע ארגענעזעישענס וואס מאכן ריזיגע קאמפיינס

יא דאס האב איך געהערט, אז קופת עזרה געבט אסאך, און מ'הערט דאס צוריק, און דאך בלייבט עס מתן בסתר. אמת קען מען נישט באהאלטן. הגם זיי געבן אויך נישט אזוי שנעל און פאר יעדן ממש, אבער ס'איז מיט קאנטראל און מיט יושר, ספעציעל פאר יו''ט געבן זיי אסאך מער און פאר אסאך מער מענטשן.

מ'דארף טאקע אויסרעכענען און נאכפארשטען איינס ביי איינס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:29 pm
דורך Nanach
petrishke האט געשריבן:

אמת אבער איך מיין אז די שווערעקייטן וואס זיי מאכן ביים געבן איז וויבאלד זיי האבן לימיטעד ריסארסעס טרייען זי עס צו אויסטיילן די מאסט עפישיענט פאסיבעל. הלוואי זאל מען זיי ודומיהם געבן כאטש ווי מען גיבט פאר אסאך אנדערע נערישע ארגעניזאציעס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:36 pm
דורך petrishke
א עושר האט מיר אקורשט געזאגט, אז ער האט זיך געמוטשעט עטליכע יאר ווען ער האט אינוועסטעד אין ביזנעס, און אינעם זעלבן צייט חתונה געמאכט, און קופת עזרה איז געווען זיין הצלה ברעטל. דערפאר, היינט גייט ער אליינס ארום ביי זיין מנין יעדע תפילה, און געבט אליינס שיינע סכומים. און ער האט זיי געדארפט זאגן לעצטענס נישט צו געבן פאר עטליכע וואס ער וועט שוין געבן אליינס... עד כדי כך.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 11:41 am
דורך תרמב
א אינטערסאנטע אשכול דאס, מתחיל בגנות ומסיים בשבח....

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:36 pm
דורך petrishke
תרמב האט געשריבן:א אינטערסאנטע אשכול דאס, מתחיל בגנות ומסיים בשבח....

הלוואי
מ'האט נאך גארנישט מסיים געווען...
איך האף צו דערגיין אסאך באהאלטענע גניבות.
וואס איז געוואונטשן, איז. אז ווען ס'קומט צו אייך אין שול א מגבית פון די 'אלטע' ארגאניזאציעס, נעמט א מינוט'קעלע און פייניגט זיי מיט אפאר טיפע פראגעס, און זעט אליינס ווי זיי בלייבן סטאק!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:02 pm
דורך Nanach
שוין געטון אמאל, די ערפארענע ווייסען גוט וויאזוי זיך צו אפשאקלען

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:58 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איך פארשטיי נישט, אז דו ווילסט נישט געבן געב נישט, וואס איז די ויצעקו???

אז ער נעמט עס בדרך כבוד ער זאגט בית התבשיל און עס מיינט ביי איהם אינדערהיים? אדער ווען ער זאגט אז ער גייט פאר זיין חבר. די זעלבע איז מיט יעדע ארגענאזאציע באקומט א שטאב מיט אידן בדרך כבוד, אבי צווישן אידן.

פראצענט פאר די פאנדרעיזער אפיס ארבעטער מארקעטינג ועוד ועוד.

און ווער ס'וויל נישט געבן, געב נישט! וואס פארפירסטו?

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 3:26 pm
דורך petrishke
דו האסט נישט געלייענט פון אנהייב?
כ'זאג דאך אז ער גייט ארום אין נאמען פון ארימעלייט, און קיינער באקומט עס נישט!
איז עס יושר אז עניי עירך גייט בלויז פאר'ן גבאי?
איז עס יושר אז אלקא דמאיר ענני קומט נישט אריבער דעם ים?
וואס מאכסטו ויצעקו אז דו ביסט פויל צו לעיזען מערערע שורות???

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 3:42 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כ'האב אלעס געליינט.
וואס גייט דיך אן ער מאכט געלד בדרך כבוד?

הייב דו אויך אן נוצן די נעמען, ס'איז נישט טרעיד מארק.

וואס קיינער באקומט נישט ער מיט זיינע קינדער געניסען דערפון.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 3:57 pm
דורך Nanach
זאגט מיר, איר האט אמאל געקויפט עפעס געדעמדזשד אויף עמעזאן וכדו’? האט איר עס צוריק געשיקט? פארוואס? פארגין! פארקויף אויך דעמעדזשד זאכן!!
אה! דא רעדט מען פון עניים און דא פון מיר! פארשטענדליך?!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 4:09 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אט דאס איז די פראבלעם.

מעשר = צדקה איז נישט דיין געלד

איינמאל דו וועסט עס רעדזשיסטערן וועט זיך טיילן צדקה פאר יעדן בספר פנים.

וכ"ש אויב געבסטו חומש בלייבט נאך איבער רעשט, וועסט זוכן פאר וועם צו געבן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:24 pm
דורך דערהויבענע איד
איך קען אויס רעכענען אפאר טייערע ארגענעזעישנס וואס טוען א היליגע ארבעט.

צה''ל

קק''ל

yeffad

RCCS

pearls

עזר לבחורים

חב''ד אלוועלטליך

עזר למזון

א ארגענעזעישן וואס גייט פייטן ארעיזשד מעריזשעס

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:25 pm
דורך דערהויבענע איד
amudim

relief

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:26 pm
דורך petrishke
ווען דו זאגסט מיר בלויז עזר לבחורים, האסטו מיר שוין געמאכט קראכן פאר געלעכטער...

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:53 pm
דורך קהל'ס נער
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קען אויס רעכענען אפאר טייערע ארגענעזעישנס וואס טוען א היליגע ארבעט.

צה''ל

קק''ל

yeffad

RCCS

pearls

עזר לבחורים

חב''ד אלוועלטליך

עזר למזון

א ארגענעזעישן וואס גייט פייטן ארעיזשד מעריזשעס

@דערהויבענע

Pearls און yaffed ארבעטען איינער קעיגן די אנדערע, וויאזוי קענסטו שטיצן ביידע?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 11:09 pm
דורך דערהויבענע איד
ביידע זענען דא פאר די חינוך פון אונזערע קינדער און ביידע טוען אויף, זה בכה וזה בכה.

אז א ארגעזעישען מאכט אז אונז זאלן בכלל אנקוקן אונזערע קינדער'ס חינוך טוען זיי שוין אויף.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 11:10 pm
דורך דערהויבענע איד
petrishke האט געשריבן:ווען דו זאגסט מיר בלויז עזר לבחורים, האסטו מיר שוין געמאכט קראכן פאר געלעכטער...

איך כאפ נישט די זשאויק, פאר ווער ס'האט געדיעלט מיט זיי ווייסט אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות פאר אונזערע פיוטשער דורות וואס קיינער קוקט זיי נעבעך נישט אן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:03 am
דורך petrishke
דערהויבענע איד האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:ווען דו זאגסט מיר בלויז עזר לבחורים, האסטו מיר שוין געמאכט קראכן פאר געלעכטער...

איך כאפ נישט די זשאויק, פאר ווער ס'האט געדיעלט מיט זיי ווייסט אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות פאר אונזערע פיוטשער דורות וואס קיינער קוקט זיי נעבעך נישט אן.

זיי האבן דיר אליינס געזאגט...

פארוועמען געבט מען צדקה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:04 am
דורך אלבערט איינשטיין
petrishke האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:ווען דו זאגסט מיר בלויז עזר לבחורים, האסטו מיר שוין געמאכט קראכן פאר געלעכטער...

איך כאפ נישט די זשאויק, פאר ווער ס'האט געדיעלט מיט זיי ווייסט אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות פאר אונזערע פיוטשער דורות וואס קיינער קוקט זיי נעבעך נישט אן.

זיי האבן דיר אליינס געזאגט...
מען איז ביזי צו האקן דא אויף די סיסטעם און ווער עס גייט נישט מיטן איינקלאנג מיטן ציבור ווערט גערופן ארויס געפאלענע און קיינער קימערט נישט אויף זיי. אפשר ווען ער טוט אויס די קאפל און שניידט די פאות איז מען איהם מקרב, איז דא אן ארגענעזאציע וואס געבן זיך אויס מיט די וואס קענען מיטן סיסטעם נישט גיין אין איינקלאנג. און מ׳מאכט דאס אזוי אוועק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:40 am
דורך Nanach
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קען אויס רעכענען אפאר טייערע ארגענעזעישנס וואס טוען א היליגע ארבעט.

צה''ל

קק''ל

yeffad

RCCS

pearls

עזר לבחורים

חב''ד אלוועלטליך

עזר למזון

א ארגענעזעישן וואס גייט פייטן ארעיזשד מעריזשעס

די ווייסט וואס קק”ל טוט היינט? קק”ל איז היינט די גרעסטע שטער פאר ישוב הארץ

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:52 am
דורך קהל'ס נער
Nanach האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קען אויס רעכענען אפאר טייערע ארגענעזעישנס וואס טוען א היליגע ארבעט.

צה''ל

קק''ל

yeffad

RCCS

pearls

עזר לבחורים

חב''ד אלוועלטליך

עזר למזון

א ארגענעזעישן וואס גייט פייטן ארעיזשד מעריזשעס

די ווייסט וואס קק”ל טוט היינט? קק”ל איז היינט די גרעסטע שטער פאר ישוב הארץ

פארוואס זאגסטו אזוי?