בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 2:54 pm
דורך חתן בחור
זעהט אויס זי איז ארויפגעגאנגען עדות זאגן ביי די משפט וואס וואלדער האט פארופען ביים בית דין של מעלה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:04 pm
דורך היסטאריע
חתן בחור האט געשריבן:זעהט אויס זי איז ארויפגעגאנגען עדות זאגן ביי די משפט וואס וואלדער האט פארופען ביים בית דין של מעלה.


אויב ר' סילמאן שטארבט אין די נעקסטע דרייסיג טעג, איז עס גאר ספאקי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:09 pm
דורך שמן למאור
אפשר קען זיין אז זי האט חרטה געהאט פארן ארויסקומען מיט א בלבול אויף וואלדער'ן, נאר ווייל מען האט איר ציגעזאגט אביסל געלט וכ', און נאכן זען אז עס האט געפירט דערצו אז ער האט זיך גענימען דאס לעבן, האט זי נישט געקענט מער אויסהאלטן, און זיך אליין גענימען דאס לעבן.
נאכאמאל, איך זאג נאר 'אפשר'

Re: וויקטעם פון חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד ר״ל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:12 pm
דורך צעיר בישראל
היסטאריע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:זעהט אויס זי איז ארויפגעגאנגען עדות זאגן ביי די משפט וואס וואלדער האט פארופען ביים בית דין של מעלה.


אויב ר' סילמאן שטארבט אין די נעקסטע דרייסיג טעג, איז עס גאר ספאקי.
בועז איז איך געשטארבן א טאג נאך וואס ער האט מייבם געווען רות, וואס האבן אלע דאמאלטס מרנן געווען?!?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:20 pm
דורך היסטאריע
[left]She wasn’t a master story teller. She didn’t have a son’s grave to die on. She didn’t have a gun to shoot herself.
She died as she lived: powerless and in silence.
She didn’t get a mass funeral. She didn’t get a prominent obituary in the newspaper.
Shifra Horovitz Z”L.[/left]


קרעדיט לאבין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:16 pm
דורך תרמב
פאליטיקאנט האט געשריבן:עגעין, צו פרי צו זאגן.

איין זאך איז זיכער, זי איז טויט. וויאזוי, פארוואס, און ווער ס'איז שולדיג קען מען נאכנישט וויסן.

דאס אז זי האט נישט געקענט צוקוקן צו וואלדער'ס לויה הערט זיך אביסל מאדנע, און זי האט דאך יא ארויסגעקומען אז זי איז א וויקטים און געהאט צוטריט צו הילף, טא וואס איז געשען?

ב"ה כ'בין נישט קיין וויקטים און כ'פארשטיי זיי בכלל נישט, קען זיין אלעס מאכט סענס, אבער די מחליט זיין וואס איז געשען נאך פארן הערן אפי', איז א דרך שטות און פאסט פאר הייסע קעפ.

קען זיין אז די טראומא וואס זי איז אריבער איז ארויפגעקומען, יעצט ווען מען האט געמאכט א מצב פון איר אנגעבליכע אביוזער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:24 pm
דורך פאליטיקאנט
די מצב איז שוין די לעצטע צוויי חדשים.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:06 am
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:אפשר קען זיין אז זי האט חרטה געהאט פארן ארויסקומען מיט א בלבול אויף וואלדער'ן, נאר ווייל מען האט איר ציגעזאגט אביסל געלט וכ', און נאכן זען אז עס האט געפירט דערצו אז ער האט זיך גענימען דאס לעבן, האט זי נישט געקענט מער אויסהאלטן, און זיך אליין גענימען דאס לעבן.
נאכאמאל, איך זאג נאר 'אפשר'


אויב דאס איז א חשבון, קען זיין אז וואלדער האט חרטה געהאט אויף זיינע מעשים און פארדעם אלץ א כפרה זיך גענומען דאס לעבן..
מיר נייגערט פארוואס דאס איז דיר נישט איינגעפאלן...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:32 am
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:אפשר קען זיין אז זי האט חרטה געהאט פארן ארויסקומען מיט א בלבול אויף וואלדער'ן, נאר ווייל מען האט איר ציגעזאגט אביסל געלט וכ', און נאכן זען אז עס האט געפירט דערצו אז ער האט זיך גענימען דאס לעבן, האט זי נישט געקענט מער אויסהאלטן, און זיך אליין גענימען דאס לעבן.
נאכאמאל, איך זאג נאר 'אפשר'


אויב דאס איז א חשבון, קען זיין אז וואלדער האט חרטה געהאט אויף זיינע מעשים און פארדעם אלץ א כפרה זיך גענומען דאס לעבן..
מיר נייגערט פארוואס דאס איז דיר נישט איינגעפאלן...

זיכער איז דאס מיר איינגעפאלן, דאס איז דאך די אנגענומענע אפעציעלע מיינונג, איך ברענג נאר ארויס, אז ביי מיר ליגן אלע אפציעס אויפן טיש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:49 am
דורך יאסל ראקאווער
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז איינער וואס זאגט ליגענט און האט אזוי חרטה דערויף עד כדי להמית, זאל זיך לאזן שטארבן אן מגלה זיין די אמת. ממה נפשך האט זי חרטה געהאט קען זי עס נאך מתקן זיין דורך לאזן וויסען אז ס'איז געווען א בלבול.

אפשר האט איר דער וואס האט איר געגעבן די געלט צו מאכן די בלבול געהרגט אז מ'זאל מיינען זי איז געגאנגען suicide ווייל אזוי קוקט די בלבול אויס נאך מער אמת'דיג. למעשה אויב דאס איז איז געשען, האט עס backfired ווייל די עצי שיט פון די וועלט טראכט אז גאר געווען איר אייגענע חרטה פאר מאכען א בלבול.

די אפציעס איז נישט אויפן טיש.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 11:10 am
דורך יואליש
ס'וועט זיין א טישל א גאנצע וואך און מ'בעט דעם עולם זאל זיך אנריפן ווארעם און באשטייערן אפציעס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 1:06 pm
דורך היסטאריע
אקעי
נאך א אפציע אויפן טיש, אז וויבאלד זי האט זיך אייביג געלאזט נארען פין וואלדערס מעשה'לעך, איז זעהנדיג דער בריוו אז וואלדער האט גערופן סילמאן צום בי"ד שלַ מעלה, איז זי געלאפען זיין א עדות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 3:18 pm
דורך petrishke
א אפציע וואס כ'שטעל מיך פאר
ער האט איר געסטראשעט אז אויב וועט ער זיין געצווינגן זיך שיסן, וועט זי שוין נישט האבן קיין גוטן טאג, ווייל זיינע שלוחים וועלן איר מאכן צרות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 4:20 pm
דורך היסטאריע
דאס קען טאקע זיין. נעבעך

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 6:31 pm
דורך קהל'ס נער
נאך א אפציע.
די מיידל האט אביוזט חיים ולדר, חיים האט מער נישט געקענט אויסהאלטן די אביוז האט ער זיך גענימען די לעיבן, יעצט ווען די מיידל האט געזעין אז יעצט ווייסט יעדער אז זי האט עים אביוזט והא ראיה אז ער האט זיך גענימען די לעיבן, האט זי שוין נישט געקענט אויסהאלטן די בושות און זי האט זיך גענימען די לעיבען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 6:46 pm
דורך היסטאריע
דאס קען נישט זיין. ווייל אונז האבן בקבלה אז זייט אשת פוטיפר האט א פרוי נישט נאכגעלאפן א מאן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 9:06 pm
דורך געדאנקן
היסטאריע האט געשריבן:דאס קען נישט זיין. ווייל אונז האבן בקבלה אז זייט אשת פוטיפר האט א פרוי נישט נאכגעלאפן א מאן.

פון וואנעט קומט אט דיע קבלה?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 9:46 pm
דורך נפה
דא (די דבר אחר פון רש״י) האסטו נאך א פרוי וואס איז נאכגעלויפען א מאן

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:06 pm
דורך היסטאריע
נפה האט געשריבן:דא (די דבר אחר פון רש״י) האסטו נאך א פרוי וואס איז נאכגעלויפען א מאן

גוט געפרעגט!!!

וי"ל אז דארט איז זי נאכגעלאפן חתונה צו האבן נישט אויף זנות.