בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:56 pm
דורך וואלווי
מיינונגזאגער האט געשריבן:חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.

ביז די שורות האסטו שיין אראפגעלייגט די פערספעקטיוו פון דעווילס אדוואקאט, אבער מכאן ואילך הערט זיך עס ווי הערד אימיוניטי, שטעק אן וואס מער קינדער מיט פארדארבענע חוצפה און משיח וועט קומען? חוצפה איז נישט קיין סגולה צו משיח, ס'איז א פראבלעם פאר משיח, נישט דעווילס אדוואקאט.
חוץ אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א ביסל סארקעזם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:00 pm
דורך תרמב
איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:19 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: איך בין מסכים מיט דיר. אבער הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) טענה'ט אז ס'איז געווען א געהויבענער מעמד...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:58 am
דורך שמעקעדיג
תרמב האט געשריבן:איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

איך האב אויך געהערט די זעלבע זאך פון חשובע מלמדים וואס זענען געווען דארט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:04 am
דורך שמעקעדיג
מיינונגזאגער האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער.

שרעקליך, אבער לאמיר א מינוט קלערן.
(איך ווייס אז איך גיי כאפן א פסק פארן זיין א טראל. וויל איך דא שטעלן אן הקדמה. אז איך גיי עקטן עז עי דעווילס עדוואקעט Act as a devil's advocate נישט אז איך האלט אזוי.)
אם תמצא לומר אז די אינטערנעט איז אזוי שמוציג און א מקום לפורעניות, ג"ע, שפ"ד, און ע"ז, מאן יימר אז זיי זענען נישט גערעכט.
אויב דער בורא עולם הקב"ה זאגט אז מען זאל זיך פונאנדערשיידן פון די טומאה, און מען זעהט א טאטע אדער א מאמע טוהן זיך נישט אפשיידן פון דעים, זאל, און מעג א קינד וויסען אָפס מיין טאטע מאמע טוען זאכן וואס זענען שלא כהוגן. דער קינד וועט זיך דארפן מיט דעם ספראווען, אבער ווער זאגט אז א קינד ספראווען מיט יענעמס (טאטע מאמע) קדושה איז אזוי שלעכט. עס גיט א קינד אן אימיון סיסטעם פאר די ריעל ניסיונות וואס איז אבאוט טָא קאום ווען ער אליינס וועט סטראגלען.
דזשאסט א געדאנק.

דאס קינד ווייסט עס שוין ביז אהער, און מען קען ווייטער רעדן דערפון אין חדר. צוזאמענעמען א גאנצע שטאט און רעדן אקעגן טויזענטער עלטערן איז א עוון פלילי, און ניטאמאל העלפט עס אין די לאנג ראן. עס איז נאר אזא שפיל פון "הורד אימיוניטי" (קרעדיט: וואלווי) כאילו גאנץ בארא פארק האט זיך פאראייניגט אנטקעגן די שרעקליכע כלי משחית, והא ראי' מען האט געצווינגען אלע קינדערלעך פון חדר צו גיין נעמען א דעניש.

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:19 am
דורך תרמב
שמעקעדיג האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

איך האב אויך געהערט די זעלבע זאך פון חשובע מלמדים וואס זענען געווען דארט.

אפשר זעמער געשטאנען ביי די זעלבע קופקע....?

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:29 am
דורך פאליטיקאנט

יא יא ווי געשריבן אויבן.
די חידוש איז אז די זעלבע איז נאך געווען 8 יאר צוריק ביים כינוס אין מאנסי פאר די ישיבות, און אזוי ווייטער ביי אלע אנדערע כינוסים פון דאן ביז אהער!

מען רעדט פון זאכן וואס אפי' פשוט'ע "עמעטשורס" פארשטייען.

מיר זעט אויס ווי די ארגאניזירער זוכן נישט קיין תוכן און תכלית נאר בלויז בילדער און פראפאגאנדע, ס'גייט זיי בכלל נישט אן די תוצאה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 9:06 am
דורך קהל'ס נער
יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה

אדער #דיסטרעקשן בלע"ז!

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: דיין העשטעג איז שטערקער...! ס'איז דינייעל אויך. אבער בעיקר איז עס דיסטרעקשן. מ'זוכט זיך די גרינגערע מצוות...!

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:19 am
דורך מיינונגזאגער
וואלווי האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.

ביז די שורות האסטו שיין אראפגעלייגט די פערספעקטיוו פון דעווילס אדוואקאט, אבער מכאן ואילך הערט זיך עס ווי הערד אימיוניטי, שטעק אן וואס מער קינדער מיט פארדארבענע חוצפה און משיח וועט קומען? חוצפה איז נישט קיין סגולה צו משיח, ס'איז א פראבלעם פאר משיח, נישט דעווילס אדוואקאט.
חוץ אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א ביסל סארקעזם.
ישר כח פאר די הערה. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער אז ביידע זענען אמת.
עס איז געשריבען געווארן מיט סארקאזעם. און אויך איז חוצפה יסגא איז א פראבלעים פאר משיח.

אבער עס איז זייער קלאר אז די דור וואס ווייזט אז מיר זענען גאר נאנט צום משיח'ס טאג איז נאר ווען עס וועט זיין חוצפה יסגא. קוק אריין אין די משנה פרק ט' משנה ט''ו וזל''ק "בעקבתא דמשיחא חוצפה יסגא (לפני ימות המשיח, החוצפה תגדל)... וחכמות (ריכטיגע) סופרים תסרח (ריכטיגע)ויראי חטא ימאסו והאמת תהא נעדרת נערים פני זקנים ילבינו זקנים יעמדו מפני קטנים בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו" וכ"ו.

ווי-אזוי ער לייגט עס אראפ איז אז די אינגע וועלן נעדר זיין די עלטערע. היעלה על הדעת פון א רעכטדענקענדער מענטש אז אזא התנהגת קען אפי' פארקומען? אויב אזוי וועט דאך פעלן א גאר וויכטיגער סימן אז מיר זענען שוין אזוי נאנט צו משיח. קומען די צדיקים די פני הכלב, ווי די משנה רופט זיי (אין די פירוש) און מאכן זיכער אז די סימן פון אז משיח איז שוין אט אט דא זאל טאקע פארנעמען אן אויבן אן ארט אין די חינוך סיסטעם פון אינזערע אינגע קינדער אז זיי זאלן שטויסן די עלטערן און זיי זאגן מיר זענען בעסער, ערליכער און די האסט א סמארט פוין וואס איז (נישט) אסור בתחלית האיסור, און איך וויל מיט דיר נישט קיין שייכות האבן.

בדרך אגב.

אפאר יאר צוריק ווען עס איז ארויס געקומען די קאושר לינק כשר'ע סעלפוינס האב איך מער פארשטאנען די גאנצע סמארטפוין הפגנה. אפאר פריוואטע אינוועסטירער האבן געדארפט צוריק מאכן די מאלטי מיליאן דאלאר אינוועסטמענט. אבער וואס איז יעצט ? די פילטער קאמפאניס האבן שוין א יד אחת מיט די מוסדות'ער חצי שלי וחצי שלך. א גרויסער אפיס פאר די אנאיפלויד (ועד האישור) איז שוין אויך דא, נאו וואט? איצטערט וועסטו אפשר פארשטיין מיינע ווערטער עטוואס בעסער.

איך וויל אויך זאלסט וויסען איך בין בכלל נישט אנגעווייטאגט אויף די סיסטעם איך ב"ה האב נאך נישט געליטן דערפון (די ארטיקלען און הערות ווערן געשריבען באהאלטענערהייט אין ביה"כ אז די קינדער וויסען נישט אז א סמארטפוין איז בכלל פארהאן אין זייער געגענווארט) נאר איך האב חבירים און מיטארבעטער וואס מוטשען זיך ארום מיט די מוסדות ווייל זיי זענען די טיפ מענטש וואס וואלט ווען געהאט א סמארטפוין ווען די מוסדות לאזט ווען, אפי' ער האט נישט און ער ארבייט נאר אויף זיין געפילטערטע טעבלאט (וואס לאזט נישט עפענען קאווע שטיבל) איז ער אבער פארט א סמארט-פוין איד.
איך האף אז איך טרייב נישט איבער. אבער זייט זיכער איך מיין עס אמת'דיג און איך האב נישט קיין שום אגענדעס אנטקעגן סיי וועים.

וואס נאך א דרך אגב אז איינע פון די רעדנער ביי די קינדער אסיפה זענען געווען הרב ר' חיים יענקל רובין שליט"א מציעשנוב ב"פ ראש ישיבה גדולה תורה (תורא) ויראה ב"פ (סטעטן איילענד) און איז פאר אפאר צוריק, ווען בלעקבעריס איז געווען די סמארטפוין (וואס דער ברואזער דרייט זיך נאך אלץ אנציקומען צו א וועב זייטל) האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה מיט עים און ביי עים.

ליין און שטוינט.
דער חשובער ראש ישיבה הנ"ל וואס האט אכטונג געגעבן אז די בייזע סמארטפוין ווינטען זאלן נישט אריין בלאזן אין די הייליגע ישיבה ווענט האט פשוטו כמשמעו פארשיקט א בחור על לא און בכפו נאר דער פאטער זיינער א שווערע ארבעטער איז געווען פון די רייסערס וואס האבן פארמאגט א בלעקבערי וואס די רעדל האט מען געדרייט אויף די רעכטע זיין אויבן, אין די צייט וואס עס איז שוין געווען מער פארגעשריטענע בלעקבעריס.
נאכן צו זאגען אז ער האט נישט קיין שום טעלעפוין מחובר לאינטערנעט האט די ר"י אראפ גערופן די פאטער מיטן בחור על סמך אינטער צו-שרייבען א טוץ מיט תקנות פאר ער נעמט צוריק דעם בחור אין די ישיבה.
אזוי איבער גייענדיג א גאנצע ליסט מיט תנאים פארשטייט זיך אלעס ארום טעלעפוינען פונעם פאטער, צוקלינגט זיך דעם פאטער'ס פוין אין זיין טאש דער פאטער מתוך דרך ארץ (מורא) נעמט נישט ארויס די פוין פון זיין טאש, אבער די פוין לאזט נישט נאך עס קלינגט און קלינגט איינמאל און נאכאמאל, די ר"י מיט א ברויזענדע מינע אויפן געזוכט גיט א פרעג נא וואס הייבסטו נישט אויף. בלית ברירה נעמט ער ארויס זיין אלטער פארשילמעטער ב"ב און ער דערקענט די נומבער וואס ער רופט שוין די לעצטע וואך צענדליגער מאל זיך איינצובעטן זיין בחור'ל צוריק צו שטעלן אין די ישיבה וואס איז שוין פארשיקט בערך פאר א וואך. נישט מער נישט ווייניגער די אפיס נומבער פון די ר"י.
נא נא, מער האט עים נישט אויסגעפעלט. אין פארנט פון זיין זוהן האט אים אריין געגעבן מנה אחת אפיים, באשייגעצט אויף וואספארא ליגנער ער איז און ווי אזוי ער האט זיך דערוואגט אונטער שרייבן די תקנות ווען ער האט אזא כלי אין טאֲש. און פארשטייט זיך פארשיקט דעם פאטער מיטן בחור אינאיינעם זיך נישט צו דערוואגן נאכאמאל צו אפי' דערמאנען דאס צוריקקער פונעם בחור.
וואס עס איז געווארן מיטן בחור דארף איך בכלל נישט ארויס ברענגען עטץ שטעלטס ענק אליינס פאר.
יא, מאנכע האבן מיר שוין געענטפערט זיי זענען געווען סתם טראבעל מעיקערס און דאס איז געווען די שפיל. מעגליך א"כ זאג פארן טאטע אז דיין בחור איז א טראבעל מעיקער איך וויל עים נישט האבן פארוואס מאכן די גאנצע שפיל ?
דאס איז עס פאר יעצט וועגן די נושא, שוין גענוג געזאגט (געשריבען)
⁦¯\_༼ᴼل͜ᴼ༽_/¯⁩

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:24 am
דורך מיינונגזאגער
קהל'ס נער האט געשריבן:יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה
די אייער נעכטיגע דענישעס וואס א נדבן פון די גרויסע בעקערייען זענען פריי וויליג מנדב צו זיין פאר די מוסדות די סחורה, און אפי' מאכן א ביל דערפאר זענען זיי מסכים די מוסדות זאל אויך קענען נהנה זיין פון דעם, אבי איינער זאלן איבער נעמען די סחורה, ווי איידער דארפן באצאלן די גארבעדזש קאסטן, און זענען אויך געדעקט פון די גאווערמענטס לאנטש פראגראמען, דאס איז א דאפעלטע הכנסה. עס דעקט די הוצאות החתונה באגלייט מיט שירה קאָר מיט א שמוץ אריבער !!!

Sent from my SM-N960U using Tapatalk