בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:01 am
דורך כלבאשבוע
אונטער חכם האט געשריבן:אויף כיכר שרייבן זיי אז די עדה איז שוין געווען אינוואלווד אין די חוסטער פרשה.

איינער ווייסט מער דיטעילס?

זעהט אויס אז פאר הרב אליהו איז געווען די עדה.


דא האסטו פון שאולזאן מער פרטים, אבער נעם עס נישט אן אלץ תורת משה ווייל ער שרייבט געווענליך הוידל בוידל
https://bshch.blogspot.com/2022/01/blog-post_934.html

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 8:12 am
דורך היסטאריע
דרייסיג יאר צוריק האט ער געהאט א ישיבה, און ער פלעגט רעדן מיט בחורים וועגן דער חטא הידוע אויף א גראבע וועג. א בחור האט געהאט א טעיפ, און פין דעם איז געוועהן די שערוריה. שולזאהן נישט הוידל מיט בוידל כדרכו.

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 11:55 am
דורך כלבאשבוע
פאליציי ארעסטירט א באקאנטער ״מחנך״ פון אלעד
https://www.mako.co.il/news-law/2022_q1 ... e71026.htm
https://ch10.co.il/news/717010/?fbclid= ... eXLHHrP2Uk

אביגיל היילברון אויף פעיסבוק איז מגלה אז מרעדט פון מרדכי בארי
https://www.facebook.com/1489592601/pos ... 46818/?d=n

שוין דא פארטיידיגערס אויך ב״ה (מיט א בילד)
https://twitter.com/ecx6esjz7weiuxd/sta ... 16832?s=21

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 3:05 pm
דורך קאמארנער
די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 10:51 pm
דורך היסטאריע
איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:01 pm
דורך berlbalaguleh
:ugeek: היסטאריע: אבער ביז ס'קומט אן צו קאורט. לויפט ארום דער אזוי-גערופענער וויקטים און באשמוצט א מענטש ברבים על לא דבר. נאכדעים ווען ס'שטעלט זיך טאקע ארויס אין קאורט אז ס'איז לא דובים ולא יער. אלעס הוילע (קראנקע) פאנטאזיעס. אבער יענעם מענטשנ'ס רעפוטאציע ליגט שוין חרוב ונחרב. ער און זיין משפחה...!

פרעזידענט רעיגן האט געהאט איינעם א מיניסטער וואס מ'האט אויסגעטראכט אויף איהם אלערליי בילבולים אז ער איז דער ערגסטער קרימינאל וכו'. נאכדעים האט איהם א קאורט אומצוויידייטיג ריינגעוואשן. (ער האט אויך געמוזט רעזיגנירן פון זיין אמט.). האט ער געפרעגט מיט פארביטערטקייט..."צו וועלכן אפיס זאלל איך מיך ווענדן צוריקצובאקומען מיין (גוטע) רעפוטאציע...?!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:05 pm
דורך שפילער
קאמארנער האט געשריבן:די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.

דיין יוזערנעם שטימט מיט דיין תגובה וד"ל :lol:

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:51 pm
דורך לאוולי
הע, ווען איך זאל אנהויבן ארויסקומען באשולדיגן...

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 12:13 am
דורך יאסל ראקאווער
קאמארנער האט געשריבן:די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.


מ'ווערט ליידער א צרוע וזב נאך ווערן victimized. נבא ולא ידע מה נבא.

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 12:53 am
דורך קאמארנער
היסטאריע האט געשריבן:איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

אנשטאט עס זאל קודם גיין אין קאורט אין דארטן ווערן אויפגעדעקט צו ס'אמת צו נישט, לויפט מען גלייך צום 'פובליק קאורט' -די סאציאלע מידיע נעצן וואס דינען ווי ריכטער און דערצו אויך ווינדערליך ווי א פסיכאלאג און סאושעל ווארקער און דארט שיסט מען, הענגט מען, און מען מחליט ווער איז שולדיג און ווער נישט. ביז מ'קומט אן צום געריכט און צו די וואס דארפן טאקע זיך באנעמען מיט דעם קעיס בלייבט איבער א טויטע קערפער און צעיוזשעטע מאסן וואס שאלן אין פריידן.
און יא, די אלע מאלעסטערס דארפן אפזיצן זייערע פארדינטע יארן עד הסוף און אפגעבן א דין וחשבון פונקט אויף וואס זיי האבן אפגעטאן. אבער די וועג ווי ס'ווערט דורכגעפירט איז נישטא נישט קיין אמת און נישט קיין גערעכטיגקייט.איין גרויסע גרויל פעסטיוואל.

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:32 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 11:48 am
דורך כלבאשבוע
כלבאשבוע האט געשריבן:פאליציי ארעסטירט א באקאנטער ״מחנך״ פון אלעד
https://www.mako.co.il/news-law/2022_q1 ... e71026.htm
https://ch10.co.il/news/717010/?fbclid= ... eXLHHrP2Uk

אביגיל היילברון אויף פעיסבוק איז מגלה אז מרעדט פון מרדכי בארי
https://www.facebook.com/1489592601/pos ... 46818/?d=n

שוין דא פארטיידיגערס אויך ב״ה (מיט א בילד)
https://twitter.com/ecx6esjz7weiuxd/sta ... 16832?s=21


בית המשפט האט אראפגענומען דעם צו איסור פרסום
https://www.ynet.co.il/news/article/s1vt325tk

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:35 am
דורך פרימארגען
berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

וואס האט די מענטל ״מצב״ מיט די קאורט קעיס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:00 pm
דורך היסטאריע
קאמארנער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:איך מיין אז דער ליצנות לעוועל איז שוין ביי די העכסטע קלימאקס לעוועל וואס איז שייך. טאמער איינער איז געווארען געטשעפעט ווערט ער/זי נישט קיין צרוע זב וחוטם. קענסט פארציילן, און עס איז שוין הויך צייט אונז זאלען אויפהערן מיט די באבע תירוצים פאר די אלע חברה, און זאל עס גיין אין קארט, טאמער איז עס נישט אמת וועט גארנישט ווערען דערפון.

אנשטאט עס זאל קודם גיין אין קאורט אין דארטן ווערן אויפגעדעקט צו ס'אמת צו נישט, לויפט מען גלייך צום 'פובליק קאורט' -די סאציאלע מידיע נעצן וואס דינען ווי ריכטער און דערצו אויך ווינדערליך ווי א פסיכאלאג און סאושעל ווארקער און דארט שיסט מען, הענגט מען, און מען מחליט ווער איז שולדיג און ווער נישט. ביז מ'קומט אן צום געריכט און צו די וואס דארפן טאקע זיך באנעמען מיט דעם קעיס בלייבט איבער א טויטע קערפער און צעיוזשעטע מאסן וואס שאלן אין פריידן.
און יא, די אלע מאלעסטערס דארפן אפזיצן זייערע פארדינטע יארן עד הסוף און אפגעבן א דין וחשבון פונקט אויף וואס זיי האבן אפגעטאן. אבער די וועג ווי ס'ווערט דורכגעפירט איז נישטא נישט קיין אמת און נישט קיין גערעכטיגקייט.איין גרויסע גרויל פעסטיוואל.


מסכים. דאס וואס מען מאכט א גרויסע עסק פין דעם אין די צייטונגען, ברענגט אז ווען עס געשעהט באמת, קען דער קרבן גארנישט טוהן.

ווען עס ווערט א גרויסע פרסום אין צייטונגען, איז מיין כלל, מן הסתם איז עס נישט געשעהן אזוי ווי זיי זאגן.

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 11:52 am
דורך כלבאשבוע
כלבאשבוע האט געשריבן:היינט האט מירי פורסט געפאוסט אויף פעיסבוק א באשולדיגונג קעגן העסקן הנודע ח.ד. וואס אויב סאיז אמת קומט דא נאך א ערנסטע ערד ציטערניש, זי שרייבט אז מהאט אריינגעגעבן די ערשטע קלאגע און אז סזענען דא צענדליגער קרבנות, עפ״י השמועה געפינט ער זיך יעצט אין חו״ל - מעגליך צו פארמיידן ארעסט
https://www.facebook.com/10000297759479 ... 23313/?d=n

כשרייב דירעקט נישט ארויס זיין פולער נאמען ווייל סאיז נאר א באשולדיגונג לעת עתה, אבער דאס איז זיכער אז דער צונאמי איז אין פולן קראפט און סאיז די העכסטע צייט אז מזאל אפירנעמען די פרעסערישע מנובלים אוכלי נפשות, זאלן זיי זיך באהאלטן ווי אין די מייז לעכער און וויסן אז מגייט מער נישט פארדעקן זייערע שרעקליכע מעשים


עסקן מוכר בציבור החרדי עצור בחשד שתקף מינית שתי נשים
אלחנן (חונה) דייטש, העוסק בפעילות פילנתרופית, חשוד שביצע עבירות מין בשתי נשים שנעזרו בו. לפי המשטרה, לחוקרים יש מידע על נפגעות נוספות. החשוד הכחיש בתחילה כל קשר למתלוננות, וכעת טוען שהיחסים עמן היו בהסכמה
https://www.haaretz.co.il/news/law/.premium-1.10727527

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 2:56 pm
דורך שאלתיאל
רשת 13, תחקיר עדויות על עבירות מין וניצול בקהילה שהנהיג הרב משה יזדי בירושלים

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
פרימארגען האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריע: די שערוריה (אין ארץ ישראל) מיט דעם אדמו"ר איז נישט וועגן דיבורים. נאר איבער מעשים (מגונים)...!

אויך. די הויפט באשולדיגערינס אקעגן מלכה לייפער אין אויסטראליע זענען 2 שוועסטערס וועלכע קומען פון א צובראכענע משפחה. וואס האט זיך געוואקלט אלע יארן צווישן זיין רעליגיעז און פריי. זיי זענען אויפגעוואקסן אין אן אומסטאבילע, נישט געזינטע אטמאספער. וואס צום סוף האבן זיך די עלטערן צוטיילט. איינע פון די שוועסטערס. די הויפט באשולדיגערין, איז אויף די פרעס קאנפערענץ געווען אנגעטון שרעקליך. שוארק פריצות'דיג און רייצנד. אויך האט זי מודה געווען אז זי איז געווען אין א מענטל אינסטיטוט א יוצאת ונכנסת.

דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. אבער דאס ווייזט אויך אז מ'איגנארירט דעם מענטל מצב אדער מאטיוואציע פון דעם באשולדיגער אין א סאך פון די קעיסעס. מ'מאכט זיך כאילו דאס עקזיסטירט נישט...!

וואס האט די מענטל ״מצב״ מיט די קאורט קעיס?

זייער א סאך: ווי בענקען נאך פובליסיטי און ..."פעים"...די הויפט באשולדיגערין אין מלכה לייפער'ס קעיס איז בשעת די פרעס קאנפערענס געווען אנגעטון שרעקליך פריצות'דיג און זאגאר פראוואקאטיוו. וואס האט זי געוואלט ..."זאגן"?!...דאס אליינס איז א סימן פון א חיסרון אין סעלף רעספעקט. און אזא מענטש איז נישט זייער שטארק באגלייבט אלס עדות. נאר. כמו שאמרתי. אז דאס נעמט נישט אוועק פון די שולד פון מלכה לייפער. ווייל ס'איז דא א סאך עווידענס (אויך פון אנדערע סאורסעס) אקעגן איהר...!

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:34 pm
דורך כלבאשבוע
מרדכי שולמן, א קינדערגארטן רבי

"אנס את הבן שלי ואיים שיהרוג אותו": רב נחשד בעבירות מין בילדי גן
https://13tv.co.il/item/news/domestic/c ... 903025500/

נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2022 3:12 pm
דורך כלבאשבוע
חשיפת 'זופניק': שלושה דיינים שהתכנסו כבית דין מיוחד לדון בתלונות חמורות שהוגשו נגד דיין מפורסם ומוערך, חרצו את דינו - יעזוב את העיר בה התגורר ויעבור לעיר מרוחקת, ובנוסף ישלם סכום כסף גדול, כפיצוי. ובערת הרע.

https://www.kikar.co.il/421691.html

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2022 10:57 pm
דורך סאנטיאגא
רימון האט געשריבן:אלעס דערווייל איז אין ישראל.
וואס איז פשט אז אין אמעריקע רירט זיך עס נישט?
זייער פשוט, ישראל איז א אידישע מדינה און אז אידן זענען די מאיאריטעיט איינוואוינער מיינט דאס אז די מידיא איז נענטער צו די קאך און דעריבער מער קאנצענטרירט מהנעשה והנשמע (און ווייל זיי זענען אויך אידן) אז ווען ס'קומט אפילו צו אן עגונה נעמט זיך די געריכט אן, אבער דא ווי די סעקולארע פאפולאציע איז גרויס, און אידן א מינאריטעיט, און היימישע אידן אן איזיאלירטע עקסענטריק מיעוט שבמיעוט, ווערט אטאמאטיש נישט גענוג (גארנישט?) געטאן דערוועגן. אין צוגאב צו דעם העלפט נישט ארויס אז לעומת זה די ארטאדאקסישע מידיא איז קאמוניסטיש קאנטראלירט וואס מ'זאגט און וואס מ'זאגט נישט - אפי' אויב דער פובליקאציע איז נישט אונטער קיין קהילה אדער רב, וועט ער זיך נישט אנהייבן מיט דאאס טוירע (ליין טעראר) זיצן זיי מיט פארלייגטע הענט און פארקלעבטע אויגן, א פארטיגן תירוץ האט מען לשון הרע. אז איינער דיסעגריט האט ער זעלטן די גאט"ס ארויסצוקומען אויף טוויטער לאזן הערן זיין מיינונג אונטערן עכטן נאמען, אין די גרויסע בילד: קיין אויפוואכונג, קיין צוזאמענקונפטן, קיין פארדאמונגען, קיין פראפעגאנדע, קיין חזרים watch קינדער קארטלעך וואס ווארנט זיך צו היטן ממשחיתים רעים, נישט נאר וואס מ'פאשרייט נישט די נבלה בישראל געט מען נאך שבחים און הספדים פאר א הסכמה, טראגט דאס אזא ביטער פנים. און די גאנצע מלחמה באשטייט פון נ.ר. עפעס א בעדערענער צבי גלאק און אפאר (אפגעפרעגטע פעך-פוי לינקע) אקטיוויסטן אויף אינסטעגראם און ק"ש, וואס טיילן אינגאנצן נישט "אונזערע" השקפות איז דאך כלל נישט נוגע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן, גענוי ווי מ'זעהט ביי די לימודי חול פארלעצונגען. והעיר ניו יארק יצ"ו נבוכה..

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2022 11:39 pm
דורך סאנטיאגא
berlbalaguleh האט געשריבן: זי אליין איז אויך א וואוילע אידענע וועלכע האט געטון א סאך גוטס. נאר זי איז ליידער נישט געזונט. נישט קיין וואונדער אז ר' יעקב ליצמאן האט זי פראטעקטעד. און איהר משפחה. זי איז נישט געווען סתם עפעס א געמיינער מאלעסטער פון די גאס. מ'דארף קענען מבחין זיין. זיכער דארף מען אזעלכע מענטשן מאכן אומשעדליך. אבער זיי זענען (ליידער) נישט געזונט...!
וויאזוי פונקטליך זעהט אויס א געמיינע מאלעסטער פון די גאס? עפעס א סימן קענסטו געבן? אלע זענען קראנק! רחמנות האבן האט מען געקענט פאר דעם, אבער איינמאל מ'הייבט הענט איז אן אנדערע דין, די וואס האלטן פון שלאגן קינדער האלטן אוודאי נישט אז זיי זענען אכזרים, אבער וואס זאל איך טוהן אז דו האסט געקראזט א ליין און געווען א חצוף פאר טאטי/מאמי?

און אז דו רעדסט פון מבחין זיין, דארף מען רעדן פון די חילוק צווישן א מאלעסטער און א פעדאפייל איינער רירט צו, און איינער האט פייגעלעך אין קאפ און לאו דוקא עקט דערויף, פארשוינען אין די צווייטע קלאס זוכן זיך אפטמאל טאקע צו העלפן.

די וואונדער איז פארוואס קיין איין איד וואס ווערט געטשארדזשט מיט מאלעסטעישן וכו' איז קיינמאל נישט שולדיג. דאס איז אן אומפארענטפערטע מדרש פליאה

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2022 11:39 pm
דורך סאנטיאגא
,

נשלח: מוצ"ש יולי 23, 2022 11:53 pm
דורך סאנטיאגא
קאמארנער האט געשריבן:די שאלה איז צו די גאנצע אידישע וועלט גייט יעצט פארוואנדעלט ווערן אין איין גרויסע קליניק ווי יעדער צרוע וזב חוטם וואס מ'האט אים נאר אמאל געטשעפט גייט לויפן מיט איין אטעם ארויסלייגן א וויינעדיגע פאסט אויף פיעסבאק און דער גאנצער עולם גייט אים ארומהאלדזען מיט ליבשאפט, און מצד שני און א גרויסע כיכר העיר ווי מ'גייט הענגן איין מענטש נאכן אנדערן. ס'דא פאליציי און ס'דא ספעציפישע ארגעניזאציעס וואס געבן זיך אפ דערמיט. דאס פובליצירן די אלע געשיכטעס גייט לדעתי בלויז אראפברענגען די גאנצע מערכה צו א ליצנות לעוועל און האבן א נישט גוטע אפעקט אויפן ציבור.
די victim blaming דא איז אנבעליוועבל. קודם וואס איז? ווייל ס'איז לאנג צוריק איז וואס? איז עס אפגעווישט, ווי אן אלטער חוב? איך האלט אז א felony (וואס איז א ערגערע פארברעך ווי א misdemeanor) זאל נישט האבן קיין שום לימיט! דו ווייסט אז אין געוויסע סטעיטס איז די לימיט אויף די זאכן בלויז צען יאר? וואס איז צען יאר? פאר אזא זאך? גארנישט. און פארוואס עפעס צען?

ניין I do not believe all women אבער, נאר ווייל די דור פון אונזערע עלטערן האבן זיך איינגערעדט אז צושטאפן די געפילן אין א פאס און עס ארויפווארפן העכער די ספרים שאנק ווייזט אויף גבורה מיינט נישט אז ס'האט געארבעט... זיי מיר נישט אזוי באזארגט, דערווייל האט נאך יארמע רב נישט אפגעלאכט דערפון...