בלאט 2 פון 12

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:32 pm
דורך זר זהב
ס'אמת וואס דו זאגסט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:44 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות

דאס איז אמת ויציב. ער האט אן אוצר הספרים פון העכער צען טויזנט ספרים און האט אדורכגעלערנט יעדעס איינציגע ספר .ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די גדולי הדור.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:45 pm
דורך זר זהב
הייסט ער נישט דאך א שטיקל פורש מן הציבור?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
משכיל האט געשריבן:ווען ער האט ווען א פאר גוטע גענגסטערס וואלט ער געווען דער הייליגער דברי יצחק, י

ער האט געהאט. ער האט זיי אללע פארטריבן. עכ":פ ער האט געהאט א אינגערמאן וואס איז געגאנגען פאר איהם אין פייער. (איינער פון זיינע געוועזענע תלמידים( האט ער זיך צוקריגט מיט איהם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:53 pm
דורך זר זהב
פארוואס איז קעפעטש אוועקגעגאנגען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:הייסט ער נישט דאך א שטיקל פורש מן הציבור?

ער האלט אז דער ציבור דארף איהם נאכגיין ווייל דער אמת איז מיט איהם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:פארוואס איז קעפעטש אוועקגעגאנגען?

איך ווייס נישט פונקטליך. אבער זיין רביצין וועט זיכער האבן א גאלדענעם שטול אין גן עדן. זי איז דער מנהל, משגיח, און קעכער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:12 pm
דורך שעפסעלע
הרב אייזיק קעפעטש האט פארלאזט די שטעטל מיט צוויי יאר צוריק ווינטער, נאך א לענגערע צייט וואס ער איז שוין נישט געווען קיין חסיד פון הרה"ג ר' יצחק שליט"א.
עס איז נישט געווען קיין ערענסטע געפעכט, עס איז בלויז געווען אז ר' אייזיק האט געהאלטן אז די רב האט זיך אנגעליינט מיט פארשידענע ביכער, אויך אז זיין צוגאנג צו געוויסע ענינים איז צו פרעמד פאר א סאטמארע איד.
די מיינונגס פארשידענהייטן האט אויסגעבראכן בעיקר אנפאנג ס' יארן, ווען עס איז שוין נישט געווען קיין ישיבה אין שטעטל, אין ווי מען זעהט אין אפגאניסטאן, אז אויב עס פארבלייבן בלויז צוויי אידן אין שטאט, הייבט זיך אן א מחלוקה, ווי זבולן סימן-טוב מיט דער אנדערע איד.
הרב קעפעטש האט זיך אוועקגעצויגן פרידליך, אין איז אפילו זיך געגאנגן געזעגענען מיטן רב בעפארן פארלאזן די שטעטל.

ביי דע וועי, דער קעפעטש איז א מורא'דיגע שרייבער און רעדנער, וואס איז נישטא צו באקומען, אין ווען ער וואלט ווען נישט אנטלאפן אין די מייזן לאך אין די שענסטע יארן פון זיין לעבן, וואלט ער געשאקעלט וועלטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:21 pm
דורך יידל
הרב קעפעטש איז דער מחבר פון "אויפן וואשינגטאן בריק".

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:31 pm
דורך זר זהב
ער פלעגט שרייבן חינוך ארטיקלן אינעם צייטונג יאר צוריק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:45 pm
דורך קווארטין
יאך בין אמאל געווען ביי זיין קידוש שבת בייטאג, מילא די קעגעל איז דאך דעלישעס, סיי די קארטאפל, און סיי די קארן פלעיקס, אבער נאכהער זיין תורה איז דאך ממש טעם גן עדן, ווארפט צוזאם און דערנאך פארעמט ערעס אויס שיין, און וואסיז מיט זיין "אנעים זמירות", דיס גיי איז ריללי ענדזשויעבעל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:55 pm
דורך אויס מענטש
ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל
אגב זיינע צעטליך דארטן אין וואדרידזש אויפן וואנט זענען ווערט גאלד.
זיינע הגהות אויף דעם זמירות דברי יואל
זיינע הגהות אויף דעם ספר עובדות והנהגות לבית בריסק, מען דארף פון די אלע זאכן מאכן העתקות דער עולם וועט זיך מחי' זיין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:18 am
דורך אשכנ
אויס מענטש האט געשריבן:ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל
אגב זיינע צעטליך דארטן אין וואדרידזש אויפן וואנט זענען ווערט גאלד.
זיינע הגהות אויף דעם זמירות דברי יואל
זיינע הגהות אויף דעם ספר עובדות והנהגות לבית בריסק, מען דארף פון די אלע זאכן מאכן העתקות דער עולם וועט זיך מחי' זיין

בנוגע דער צעטל וועגען כינוס כלל ישראל האט ער געזאגט עטליכע דרשות מסביר צו זיין די לשון זיינער "אינהו בדידהו ואנן בדידן".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:02 am
דורך אשכנ
berlbalaguleh האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות

דאס איז אמת ויציב. ער האט אן אוצר הספרים פון העכער צען טויזנט ספרים און האט אדורכגעלערנט יעדעס איינציגע ספר .ער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די גדולי הדור.

ער איז אויך גרייט ארויסצובארגען זיינע ספרים פאר סיי וועם (עכ"פ פאר עטליכע יארן צוריק, איך בין שוין נישט דארט געווען א שטיק צייט).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:59 am
דורך מורינו הרב
נישט אומזינסט זאגט מען אז אלע עילויים זענען אביסל פאני...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:44 am
דורך שמואל הלוי
אויס מענטש האט געשריבן:ווער געדענקט זיין זיס צעטיל קעגן כינוס כלל ישראל


אשכנ האט געשריבן:בנוגע דער צעטל וועגען כינוס כלל ישראל האט ער געזאגט עטליכע דרשות מסביר צו זיין די לשון זיינער "אינהו בדידהו ואנן בדידן".


בילד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:34 am
דורך איינער
ווען אונז וואלטן געהאט נאך א פאר רבנים ווי ר׳ יצחק, וואלטן מיר אסאך בעסער געשטאנען.
און אז מען רעדט שוין פון אים, וויל איך דערמאנן אז דער מצב הפרנסה אין זיין שטוב איז שרעקליך, עס איז דא וואכן וואס ער האט נישט מיט וואס שבת צומאכן און הונגער איז אן אפטער גאסט דארט. רבותי איך דארף ענק נישט זאגן וואספארא מצוה צו שטיצן אזא איד.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:32 am
דורך שמעקעדיג
וואו איז זיין PAYPAL אקאונט ??

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:36 am
דורך מורינו הרב
איינער האט געשריבן:ווען אונז וואלטן געהאט נאך א פאר רבנים ווי ר׳ יצחק, וואלטן מיר אסאך בעסער געשטאנען.


וואלטן זיך אלע רבי'ס גע'הרג'עט, דאפלט פון יעצט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 8:53 am
דורך געדאנקען
ר׳ יצחק׳ס אדרעס צו שיקן א נדבה

Yeshiva of woodridge
19 tuttle ave.
P.o.box 939
woodridge n.y. 12789

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:32 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו איז זיין PAYPAL אקאונט ??

דו וואלט געקענט זיין א גוטער בדחן. נאר ביי די היינטיגע רעבעס קען מען נישט וויסן. דער האליוואודער רבי שליט"א האט זיכער א "פעי-פאל" אקאונט. עיין "יו טוב" :lol: -

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:09 pm
דורך ציבעלע-קיגל
מרגלא בפומיה פון וואודרידזשע רב "אויף גדולים מאכט מען אשר יצר" ודפח"ח

און וואס איז מיט איהם?

הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:57 am
דורך ידען
כאב געטראפען א קונטרס אינהו בדידהו ואנן בדידן פון הגאון החסיד ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א און כאב מיך דערמאנט אז איך בין געווען אמאל ווי ער האט גערעט און ער איז זייער זיס צו הערען און זאגט אינטערעסאנטע זאכען.

סע אינטערעסאנט צו הערען וועגען איהם. ווער איז ער? פון ווי קומט ער? וויפיל מענטשען חסידים האט ער?

כאב געהערט אז ער איז געווען א מגי”ש אין סאטמאר אמאל.
ווען האט ער אפגעמאכט אז ער איז שוין גרייט צו זיין א רבי? ער שטאמט פון רבישע קינדער?

ער רופט די אלטע סאטמאר רבי זי”ע ” מיין רבי דער הייליגער סאקמער רב” . פארוואס? וואס איז שלעכט מיט סאטמאר רב, רבי?

דארט ביי יענע קונטרס איז דא אזוי סאך אינטערעסאנטע זאכן אז מע קען מאכען פיפציג נייע אשכולות נאר פון דעם. אפשר א אנדערע מאל.