בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:58 pm
דורך קידוש
@מייניגזאגער איך פיל באמת שלעכט פאר דיך,
אויב מעג איך אריינווארפען מיינע צוויי סענט,
עס איז גאר א גרויסען חילוק צו דיין ווייב פארשטייט דיך נישט/ ענק האבען נישט די זעלבע רצונות וויבאלד צו שטרעבט צו אן אנדערע לעבען, אדער פשוט זי איז אביסל פלאך ( אנשולדיג פאר מיין אוסדרוק)
לאמיר מסביר זיין: עס קען זיין דיינע ביזנעס אדער שמועסן פאר עונה אינטערסירט איר נישט וויבאלד צו פארשטייט נישט צופיל אויסער האבען קינדער אין מאכען סאפער,
יא עס איז דא גענוג אזעלכע פרויען,
מען האט איר דאס אויסגעלערענט און מער וויל / קען זי נישט פארשטיין אין relaten,
אדער איז זי באמת יא א קלוגע פארשטענדליכע נאר זי פיעלט נישט קיין אהבה/ קאנעקשאן צו דיך
צו וויבאלד דיין התנהגות געפעלט איר נישט
אדער גאר ענק האבען נאכנישט געטראפען א געמיינע שפראך,
דעמאלטס איז דא וואס צו ארבעטען, אויב נישט ברויכסטו באשליסען אויב א פלאכע ווייב איז דיין רצון
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:08 pm
דורך מיינונגזאגער
@קידוש
אלו ואלו דברי אלוקים אחרים.
עס איז פארהאן אמת אין ביידע הנחות וואס דו האסט דא אראפ געלייגט איז יש דברים בגו.
זי איז בכלל נישט פלאך, עקטשואלי זייער ווייט פון פלאך. דירעקט א קלוגע, און קען ווען זיין פארגעשריטן ווען איך האב ווען די ריכטיגע מהלך דאן ווען איך האב געזעהן אז איך פאר נישט גוט.
אזוי ווי אזויפיל קאלט וואסער איז שוין פארלאפן אונטערן בריק איז די פראבלעם געווארן פילפאכיג שטערקער און פארשטייט זיך, צו פאררעכטן די קאלטע באציאונגען גייט דארפן אסאך א שווערער סערדזשורי. מיט טענות ביז איבערן קאפ ווי איך האב איר פארביטערט דאס לעבן, די לעצטע יארן, און מיט רעכט. מיין פראסטערעשאן אין איר אויפציאונג וואלט מיר נישט געדארפט אזוי דערווייטערן און פארשטייט זיך איר נישט מאכן די שעיר המשתלח פאר די בלויזע חטא פון קומען פון אן אנדערע בעקראונד.
איך וועל נישט אוועקמאכן די פאקט אז די לעצטע פאר יאר וואס איך בין געווען זייער שטארק פארטוהן אין מיינע געשעפטן און בויען מיינע פרוייקטים האב איך זיך נאך אן עצה געגעבן, אבער היינט ווען די געשעפטן זענען ב"ה מסודר, עס פארט על מי מנוחות, עס איז שוין נישטא קיין דראמא מער דארט, קומט צוריק די דראמא דא. און אירע באציאונגען צו די נושאים קומען מיר ארויף די בלוט ווי קיינמאל בעפאר.
פארשטייט זיך אלעס פאר די קינדער זאלן וואקסען ערליכע, און נישט צומישט, מיט צומישטע התנהגות'ער, וואס איז בעצם אויך גאר א שטארקע און ריכטיגע טענה. זיי וואס דו ביסט אבי ערליך, נישט היום מלאך ומחר גלח. אבער וואס זי פארשטייט נישט אז די היום מלאך איז ווייל איך האב נישט קיין כח צו די קריטיק און איך איך וויל האלטן די מצב רואיג. אבער ווי לאנג קען איך זיין א מלאך פאר א סיבה וואס איך האלט בכלל נישט דערפון אדער אזוי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:09 pm
דורך מיינונגזאגער
צעיר בישראל האט געשריבן:לבי עליך, איך בין אדורך בערך אזא זאך, מיט אקוראט די משלים וואס דו שרייבסט, אבער סהאט זיך זייער געטוישט, חזק ואמץ, סוועט נאך קומען גוטע צייטן!!
ווי אזוי ?
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:11 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
קידוש האט געשריבן:@מייניגזאגער איך פיל באמת שלעכט פאר דיך,
אויב מעג איך אריינווארפען מיינע צוויי סענט,
עס איז גאר א גרויסען חילוק צו דיין ווייב פארשטייט דיך נישט/ ענק האבען נישט די זעלבע רצונות וויבאלד צו שטרעבט צו אן אנדערע לעבען, אדער פשוט זי איז אביסל פלאך ( אנשולדיג פאר מיין אוסדרוק)
לאמיר מסביר זיין: עס קען זיין דיינע ביזנעס אדער שמועסן פאר עונה אינטערסירט איר נישט וויבאלד צו פארשטייט נישט צופיל אויסער האבען קינדער אין מאכען סאפער,
יא עס איז דא גענוג אזעלכע פרויען,
מען האט איר דאס אויסגעלערענט און מער וויל / קען זי נישט פארשטיין אין relaten,
אדער איז זי באמת יא א קלוגע פארשטענדליכע נאר זי פיעלט נישט קיין אהבה/ קאנעקשאן צו דיך
צו וויבאלד דיין התנהגות געפעלט איר נישט
אדער גאר ענק האבען נאכנישט געטראפען א געמיינע שפראך,
דעמאלטס איז דא וואס צו ארבעטען, אויב נישט ברויכסטו באשליסען אויב א פלאכע ווייב איז דיין רצון
געווענליך ווען עס איז דא א אהבה און שטעלן זיך אסאך זאכן אין פלאץ, א פרוי דארף בעיקר ליבשאפט
איך בין נישט קיין טעראפיסט אבער דאס בעסטע וואלט געווען אז מען הייבט אן א חתונה-געהאטע לעבן פון דאסניי, מען גייט ארויס מיטן ווייב אויף א דעיט און מען הייבט אן א פרישע לעבן מיט א פרישקייט און מיט א קלארקייט.
Re: די דילעמא פונעם מאן
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:27 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
דברי אלקים חיים פין יעדען איינעם.
@קהל׳ס נער כהאב נאר געגעבן חיזוק אויפן מינוט (אין אויך יעצט ווייל כהאב נישט די צייט יעצט) אבער פין וואס כהאב געזעהן אז יעדער בל״נ קען עס פיקסן.
ווי אנדערע הרבן שוין געזאגט. מדארף אונהייבן א פריש בלעטעל אין מרעדט פין זיך טוישן אן פראפעשינאל העלף.
המשך יבא מיט יעדעם׳ס הילף
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:38 pm
דורך מיינונגזאגער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:געווענליך ווען עס איז דא א אהבה און שטעלן זיך אסאך זאכן אין פלאץ, א פרוי דארף בעיקר ליבשאפט
איך בין נישט קיין טעראפיסט אבער דאס בעסטע וואלט געווען אז מען הייבט אן א חתונה-געהאטע לעבן פון דאסניי, מען גייט ארויס מיטן ווייב אויף א דעיט און מען הייבט אן א פרישע לעבן מיט א פרישקייט און מיט א קלארקייט.
א גוט מארגן יונה.
ווען איך בין דאן אזוי קלוג ווי איך בין היינט וואלטן מן הסתם אסאך זאכן אנדערש געווען. אוי מי יתן. אויב איז דא אהבה, אדרבה זיי דו מיר מסביר ווי שטארק די אהבה קען זיין אין אזא מצב ווען זי גלייבט נישט אז אפי' היינט איז רואיג אז מארגן וועט אויך זיין. איי וועסטו זאגען אז נאך א תקופה רואיגקייט וועט זי אנהייבן זעהן א נייער געשטאלט און דאן וועט זי זיך אנהייבן בייגן. דו האסט דען אן השגה וואספארא כח המעצר דע תקופה וועט נעמען אז די אויסברוכן פון נישט באקומען וואס א ווייב דארף צושטעלן ווייל זי לאזט נישט איר גאורד פאלן אויף דערווייל, די רואיגקייט און די ליבליכקייט איז נאר דא פאר א קורצע תקופה לויפט איר א מחשבה, לאמיר זיך אנהאלטן אין דעם און נישט שאקלען דעם וואגען. וואס געשעהט דאן, זי גייט אריין אין א שעל און רעדט נישט קיין ווארט ווייל זי ווייסט נישט וועלכע ווארט וועט אויפקראכען די איצטיגער רואיגקייט.
דו ביסט טאקע זייער ווייט פון א טעראפיסט און דו זעהסט די זאך זייער קורץ, דאס דארף געניטשאפט און ברייטקייט ווי אזוי צו עפענען און ווי אזוי מען מאכט זיכער אז זי גייט נישט אריין אין די שעל, נאר זי לאזט נאך פון איר גאורד צו נישט מורא האבן פון ווערען געהוירט נאכאמאל סאנער אר לעיטער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:23 pm
דורך שמעקעדיג
פון א טעראפיסט דילעמע זעמיר אריינגעפאלן אין א שלום בית אשכול.
איך מיין אז מיינונג זאגער'ס תגובה באלאנגט אין אן אנדער אשכול ווי עס וועט זיין מער מערקבאר.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:45 pm
דורך וואלווי
[tag]מיינונגזאגער[/tag]: די ניצט עטליכע מאל די אויסדרוקן ערליך/מלאך און נישט ערליך/גלח. א יונגערמאן וואס איז נהנה מיגיע כפו איז ערליך און א מלאך. אז ער איז נישט באקוועם מיט כולל לעבן, און ניצט זיין שכל כדי צו זיך באשעפטיגן מיט אנדערע זאכן איז שפיץ ערליכער איד. דאס אז זי פארשטייט אנדערש ווייל זיי איז אזוי איינגעדעדט מאכט דיך נאך מער מלאך, ווייל די טוסט וואס דו האסט צוטוהן על אף די שוועריקייטן.אדרבה, זי וואלט דיר געדארפט ארויף קוקען און מחזק זיין, אז זי טוט דאס נישט און דאך לייגסטו ברויט אויפען טיש, קומט זיך דיר אסאך קרעדיט.
די עצם געדאנק אז די פארשטייסט ווי אזוי מסדר זיין דיין רוחניות גשמיות מיט א מענטשליכע באלאנס איז גענוג אז די מלאך/גלח פאקטאר איז נישט א חלק פון די equation פון right or wrong. קען זיין אז פראקטיש למעשה דארף מען דאס אמאל אדזשאסטן, מ"מ באופן כללי נעמסטו אחריות אויף דיין לעבן, און דאס הייסט אן ערליכער איד.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:09 am
דורך מיינונגזאגער
וואלווי האט געשריבן:[tag]מיינונגזאגער[/tag]: די ניצט עטליכע מאל די אויסדרוקן ערליך/מלאך און נישט ערליך/גלח. א יונגערמאן וואס איז נהנה מיגיע כפו איז ערליך און א מלאך. אז ער איז נישט באקוועם מיט כולל לעבן, און ניצט זיין שכל כדי צו זיך באשעפטיגן מיט אנדערע זאכן איז שפיץ ערליכער איד. דאס אז זי פארשטייט אנדערש ווייל זיי איז אזוי איינגעדעדט מאכט דיך נאך מער מלאך, ווייל די טוסט וואס דו האסט צוטוהן על אף די שוועריקייטן.אדרבה, זי וואלט דיר געדארפט ארויף קוקען און מחזק זיין, אז זי טוט דאס נישט און דאך לייגסטו ברויט אויפען טיש, קומט זיך דיר אסאך קרעדיט.
די עצם געדאנק אז די פארשטייסט ווי אזוי מסדר זיין דיין רוחניות גשמיות מיט א מענטשליכע באלאנס איז גענוג אז די מלאך/גלח פאקטאר איז נישט א חלק פון די equation פון right or wrong. קען זיין אז פראקטיש למעשה דארף מען דאס אמאל אדזשאסטן, מ"מ באופן כללי נעמסטו אחריות אויף דיין לעבן, און דאס הייסט אן ערליכער איד.
איך בין מיט דיר א הונדערט פראצענט. אבער דאס טוישט נישט די פאקט וויאזוי דאס ווערט אנגענומען אין מאנכע ווייבער שוהלן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:18 am
דורך מיינונגזאגער
ווען איך שעים זיך נישט שרייב איך א לענגערע גראפאקירישע תגובה וואס עס עס האט זיך אפגעשפילט ממש אין די לעצטע ליל טבילה. איך ווייס נישט צו עס איז צום וויינען אדער לאכעןַ
און די סיבה וואס איך זאג ל''ט, און נישט סתם וואס עס טוהט זיך אפ מדי יום ביומו (וואס איז אן אשכול פאר זיך) איז פשוט ווייל ל''ט קען א יעדע חתונה געהאטע מאנס פערזאן רילעיטן צו. די פראסטערעישאן וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט, ווי אזוי די קומענדיגע טעג דערנאך קוקן דאן אויס, עס איז א מלתא דמסתברא וואס מען קען זיך אליינס מצייר זיין און מען דארף נישט צופיל עלעבארעיטן וואס און ווען. א יעדער רעכט דענקענדער מאן וואס איז חתונה געהאט, אין א געוויסען זין סטאָק מיט א שטוב פון קינדער, אדער סטאטוס. וואס ווען נישט וואלט מען שוין פון לאנג גענומען די לייצעס אין די האנט, און געטוהן וואס מען ברויך, קען פארשטיין אן א גרעפיקס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 6:10 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין מיט דיר א הונדערט פראצענט. אבער דאס טוישט נישט די פאקט וויאזוי דאס ווערט אנגענומען אין מאנכע ווייבער שוהלן.
נישט צו פארקריכן פונעם אשכול. ס’איז א שאנדע אז מיידלעך און ווייבלעך זענען אומערצויגן און אומגעלערנט אנשטאט אריינצובאקן אין זיי כבוד הבעל און ווי שטארק מען דארף זיי טייער האלטען נישט קיין חילוק וואס זיי זענען. וואקסען ארויס פון די מיידל שולעס געלערנטע משגיחות אויף די מענער
ווי זענען די כלה טיטשערס? היי סקול רעבעצינס ?
#צודרייטע חינוך
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 7:58 am
דורך מיינונגזאגער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:נישט צו פארקריכען פונעם אשכול, ס’איז א שאנדע אז מיידלעך און ווייבלעך זענען אומערצויגן און אומגעלערנט אנשטאט אריינצובאקן אין זיי כבוד הבעל און ווי שטארק מען דארף זיי טייער האלטען נישט קיין חילוק וואס זיי זענען. וואקסען ארויס פון די מיידל שולעס געלערנטע משגיחות אויף די מענער
ווי זענען די כלה טיטשערס? היי סקול רעבעצינס?
#צודרייטע חינוך
און אפי' אסאך ערגער. געווענליך א משגיח א מחנך האט נישט זיין פערזענליכע אגענדע (פארשטייט זיך אויב איז ער נישט קיין משחית) ממילא אויב מיינט זיין דזשאב אמת'דיג איז נכון הדברים למי שאומרו און צומאל ווערט עס אפי' אנגענומען באהבה און מען קען שטייגן דאדורך. ווען די ווייבער הייבן אן שפילן די משגיח ראלע איז בלויז פאר פערזענליכע אגענדעס, איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס זיי ווילן, אבער עס האט נישט קיין שום שייכות מיטן מאן'ס פערזענליכע שטייגן, און ע''כ געווענליך ווערט די סארט אויף השגחה געגעבן מיינע פערזענליכער ווייטאג (פאר גארנישט און פארנישט) אדער אפי' מיט גרינגשעצונג און פאראכטונג וואס דאס ברענגט 100% פארקערטע רעזולטאטן, מיט א צופראסקעטע מאן (פארן נישט באקומען די מינימאלע הצטרכותן וואס ער דארף ווי צום אטעמען) די פראסטערעישאן ברענגט ווייטאג, די ווייטאג ברענגט אגרעשאן, און דאן איז איש על מחנהו ואיש על דגלו, וויאזוי ער קען זיך האלטן אין אזעלכע מצבים ביחס צו זיין ארומיגע. אדער גייען די טעג ווייטער אן ווייל ער שטארקט זיך אויף זיין ווייטאג און פרובירט אינדרויסן צו זיין א נארמאלער מענטש, אדער איז ער צופראסקעט און מיזרעבעל א גאנצן טאג און ווערט א מיזרעבעל קריטשער וואס זיין גאנצע ארום קען אים שוין נישט סובל זיין.
פארשטייט זיך אליינס אז די ענד ריזאלטס פון זיין שלום בית, צו עס ברענגט צו א גט דערנאך אדער נישט, ווענדט זיך אויך אין זיין סטאטוס, אדער זיין ארומיגע אימידיעט פעמילי פרעשור, אדער אין געוויסע ווערט אזוי מיזרעבעל אז דאס ווייבל אנטלויפט אים און עס ליגט ממילא נישט אין זיינע הענט. און ביי איר ווענדט זיך עס אויך צו זי האט די קינדער אינזינען איר סטאטוס אדער אימידיעט פעמילי פרעשור, הלואי ווען זי גייט, בין איך דאך שוין א געהאלפענער... איי די סטאטוס, בושה און די וואוילזיין פון די קינדער? האב איך דאך עס נישט געטוהן, און מען דארף דילען דערמיט אזוי ווי א יעדע שוועריקייט וואס עס רוקט זיך נאר אונטער.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 8:26 am
דורך מיינונגזאגער
שמעקעדיג האט געשריבן:פון א טעראפיסט דילעמע זעמיר אריינגעפאלן אין א שלום בית אשכול.
איך מיין אז מיינונג זאגער'ס תגובה באלאנגט אין אן אנדער אשכול ווי עס וועט זיין מער מערקבאר.
אויב וועסטו נישט וויסען די קאור אישו פון דיין שלום בית אישוס וועט דיר קיין טעראר(פ)יסט אין די וועלט נישט קענען העלפן. טויזענטער דאלארן במשך השנים געשפענדעט פאר די א''ג טערעפיסטן מיט און אן לייסענס. די מקור און די ענטפערס פון דיין שלום בית פראבלעים דארף ליגן ביי דיר אליינס, איינמאל דו האסט עס ארויס קענסטו בעז''ה מיט טערעפיסטן פרובירן צו ארבעטן אויף דיין אייגענעם פערסינאליטי צו טוישן די מציאות. רעד זיך נישט איין אז מיט איר שיקן צו טעראפיע אדער אפי' גיין צוזאמען צו טעראפיע וועט עס דיר העלפן, הכל תלוי אלא בי.
אבער דאס פארלאנגט זיך גאר שטארקע עבודה און כאראקטער וואס איז א קאנסטענט מלחמה, די יאוש אין וואס מען פאלט כסדר אריין און די כסדר'דיגע דורכפעלער מיט די שווערע טעג אינדערהיים עס איז נעקסט טו אומפאסיבעל אבער דאך פאסיבעל. אויף דערווייל בין נאך ביי די אומפאסיבעל, אולי ירחם, אויף דערווייל זעה איך נישט קיין ישועה אויפן האריזאנט אפי' איך האב עס ארויס מיט פרטיה ודיקדוקיה. ע''כ די אידן פון טערעפיסטן ווערן נאר רעלעוואנט אין מיין מיינונג ווען דו ביסט מסכים צו ארבעטן אויף זיך אפי' דו ביסט 100% גערעכט און זי גיט נישט קיין דעקל פאר דעם ענין בכלל, ווייל אין איר מיינונג איז זי זייער מיאוס אריינגעפאלן ביי מיינט לייכטזיניגער און נאך דעם מיט איינעם וואס איז בכלל נישט אינטערסירט אין מיר. איי דו מיט דיינע אייגענע צוויי הענט האסט אים פון די ערשטע רגע רידזשעקטעד און טאג טעגליך ביסטו ממשיך צו מאכן זיכער אז ער דערווייטערט זיך מער? גיי זיי איר מסביר. איר עטנפער וועט זיין אז אשה כשרה העושה רצון בעלה, און מן הסתם זיכער וויל ער זיין א וואוילער אינגערמאן, עס איז א בחינה פון כופין אותו עד, און איך העלף פשוט צו, ווען ער וועט זיין א וואוילער אינגערמאן וועט דאך די שלום בית אטאמאטיש פאלן אין פלאץ, ווייל נאר דאס איז דאך מיין אישו מיט אים, נא וואס דארף איך טעראפי בכלל. אה איך דארף רעדן אנדערש, מיט מער כבוד און דרך ארץ?אוקעי, איך וועל רעדן שענער צו אים. הזמן יכלה והם לא יוכלו. איך קען און שרייבן יומם ולילה, און אויסנוצען אלע ימים פון טינט אויף די נושא און נאך אלץ נישט צורירן צום שפיץ גאפל פון דיין הימעל שרייענדע מיטמאכענישען ווען מען פאלט אריין אין אזא ראט.
נישט מאכן קיין טעות, מען רעדט נישט דא פון א ווייבל וואס איז דיאגנאזירט געווארן מיט א ספעציפישע נפשיותדיגע קרענק וואס האט ארבעה ראשי אותיות וואס מעדיקעשאן קען אפשר (און טאקע נאר אפשר) איר העלפן זיך אראפ טעמען, דאס איז א שיטה שלעכטץ וואס עס פאלט איר ניטאמאל איין וואספארא שלעכטקייט זי איז, ווייל זי איז די גרעסטע בעלת חסד אין שטאט און א יעדן ביקר חולים ארגענעזאציע באקומט א פול 5 קורס מיל איין מאל א וואך פאר א צובראכענע משפחה פון מעשה ידיה וואס ווייזט וואספארא א איידעלער חסד ווייבל מען רעדט פון.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 9:23 am
דורך בת קול
@מיינונגזאגער, זי איז נישט מער שולדיג אין די דינאמיקס ווי דו. דו לייגסט אסאך בלעים אויף איר, ווען ענק זענען פשוט נישט compatible.
זי איז נישט שולדיג אז דו האסט געפעלשט זיין די בעסטע בחור, אדער סיי וואס דו האסט געפילט דו דארפסט פעלשן. למעשה האט די גארנישט געפעלשט און זי איז וואס זי איז. א עכטע relationship קען נישט עקזיסטירן אויף שקר.
At this point דארפסטו מחליט זיין אויב דו ווילסט זיין גערעכט אדער קלוג. דו קענסט זיך העלפן אויב דו בוסט מחליט צו זיין אפן, און צו קענען הערן אן אנדערע צד. בכל אויפן איז שרייען און ווערן אויס מענטש קיינמאל נישט די solution. אפילו אויב דו בוסט initially געווען גערעכט.
טוה עפעס צו טוישן די dynamics. אויב נישט פאר דיר, דאן פאר דיינע קינדער.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 9:59 am
דורך Nanach
ב”ה איך פערזענליך בין נישט אזוי אריין געפאלן, אבער איך האב אביסל צו געזעהן ביי חברים און משפחה.
איך מיין אז איך פארשטיי פון וואס מען רעדט. עס איז זייער שווער צו רעדן צו אזא פרוי ווייל זי טוט ס”ה רצון השם בלימות.
איך מיין די בעסטע וואלט געוועהן טאקע צו מאכן אן אפענע שמועס אבער שטארק מתובל מיט מאמרי חז”ל פון אינעווייניג ווי למשל ווי די גמרא דערציילט פון ההוא דמהפך שולחנו... די מעשה פון בבא און אזעלכע מעשיות וואס פעלט נישט וואס ברענגט ארויס אז די עבודת השם פון א פרוי איז צו געבן פאר די מאן וואס ער דארף האבן. ווי מיין ווייבס כלה טיטשער האט געזאגט דיין מאן’ס גשמיות איז דיין רוחניות.
מגובה מיט א פארשטענדליכע רב וואס זאל איר קאנפירמען אז דאס איז דעת תורה.
און די אויבערשטער זאל העלפן......
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:14 am
דורך מיינונגזאגער
בת קול האט געשריבן:@מיינונגזאגער, זי איז נישט מער שולדיג אין די דינאמיקס ווי דו. דו לייגסט אסאך בלעים אויף איר, ווען ענק זענען פשוט נישט compatible.
זי איז נישט שולדיג אז דו האסט געפעלשט זיין די בעסטע בחור, אדער סיי וואס דו האסט געפילט דו דארפסט פעלשן. למעשה האט די גארנישט געפעלשט און זי איז וואס זי איז. א עכטע relationship קען נישט עקזיסטירן אויף שקר.
At this point דארפסטו מחליט זיין אויב דו ווילסט זיין גערעכט אדער קלוג. דו קענסט זיך העלפן אויב דו בוסט מחליט צו זיין אפן, און צו קענען הערן אן אנדערע צד. בכל אויפן איז שרייען און ווערן אויס מענטש קיינמאל נישט די solution. אפילו אויב דו בוסט initially געווען גערעכט.
טוה עפעס צו טוישן די dynamics. אויב נישט פאר דיר, דאן פאר דיינע קינדער.
א גוט מארגן רעביצין בת קול.
איך פרוביר איבער ליינען איינמאל און נאכאמאל ווי עס ווערט געדרינגען פון מיינע ווערטער איין ווארט אז איך בלעים איר. אדרבה איך זעה אין מיינע באשרייבונגען אז איך בלעים זיך פארן נישט קענען עפענען מיין מויל און זאגען, דעבאטירן מיינע הרגשים.
ווען איך רעד פון איר, רעד איך פון פשוטע מציאות'ער פון וואספארא סארט טייג מיר רעדן. און ריכטיג, זי איז וואס זי איז, א בית רחל מיידל מיט אלע צוגעהערן אן קיין שום שינוי.
און זי טוהט אויך דעם רצון השם בשלימות אזוי ווי @nanach איז מסביר אין זיין פריערדיגע תגובה.
אין קורצן, איך בלעים בכלל נישט איר, איך בלוטיג פון די מציאות.
ווען וויל מען רעדן פון די מציאות דאן ווערט עס אן אנדערע דיסקוסיע וואס דארט וועל איך ווארפן בלעים רעכטס און לינקס.
ווען דו פארמסט א מיידל וואס גייט איווענטשילי אריין גיין צו א צווייטע שטוב. דארף זי דערמיט קענען מיט ארבעטן און מחשיב זיין.
איך וויל דו זאלסט אויך פארשטיין זייענדיג די בעסטע בחור מיינט נישט אז איך בין געווען דער פארפרימטע פרימיטיווע בחור. אדרבה, איך בין געווען א בחור כהלכה, אויסגעפילט מיינע ריספאנסיביליטיעס, נישט פארברענגט קיין צייט אין ישיבה מיט דברים בטלים אינמיטן סדר, אבער ביי לאנטש ארום מיר איז אלץ געווען לעבעדיג געשמאק און אפן.
אין מיין ישיבה בין איך געווען דער בעסטער בחור ווייל צו זיין די בעסטע בחור האט מען געדארפט קענען לערנען, נישט זיך שאקלען ווי לולב ביי די גמרא אין האלטן די קאפ אויף אראפ.
מיין טאטע האט געוואלט די בעסטע מיידל טאקע, אבער מיין שווער האט אויך געוואלט א בחור א למדן א שקדן און נישט קיין דעפרעסטע פרומער. איך רעד בכלל נישט פון ווידעאויס און שקאצערייען, איך רעד פון לעבן און זיין ברייטער פון פלעין פשוט פארמאכט. אנטשולדיגט אז איר האט אנדערש פארשטאנען. איר טאטע האט געזוכט א משפחה מיט א באמבע נאמען בחור, נישט קיין בחור וואס זיין טאכטער האט געוואלט.
די בחור וואס זי וואלט ווען געוואלט איז דווקא א שוואכערע לערנער ווי איך. אבער ק''ש שעל המטה ליינט ער מיינט גארטעל און עסט זיינע סעודות מיט הוט און רעקל. וכדו'. און מן הסתם אויך גיין צו טישן פון די כ''ק אדמורים, און אפשר אויך גיין אין מקוה בעפאר און נאך די מצוה בלע''ז.
איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט די דיפערענץ, אבער טאמער יא האף איך האב איך קארעקטעד די אימעדזש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:39 am

די סיבה וואס איך בין נאך דערינען איז וועגן די קינדער.
און אויך די איינגעהאלטנקייט פון נישט א מלחמה א יעדע 5 מינוט איז פאר די קינדער. אלעס פאר די קינדער.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:49 am
דורך בת קול
מיינונגזאגער האט געשריבן:א גוט מארגן רעביצין בת קול.

איך פיהל פאר ביידע פון ענק.
רעדן ענק בכלל פון די זאכן, אדער יעדער האלט עס ביי זיך אינערליך?
אפשר schedule עפעס ביי marriage counselor, און זאג אז זי קען מיטקומען, אדער וועסטו גיין אליין.
זי זאל זעהן די נעמסט עס ערנסט און דו ווילסט ארבייטן דערויף.
די עיקר איז קאמיוניקאציע און honesty. אן דעם איז גארנישט דא.
(אבער פונקט ווי דו ווילסט זי זאל זיך אביסל בייגן פאר דיר, דארפסטו זיין גרייט צו טוהן פאר איר די זעלבע.)
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:54 am
דורך קהל'ס נער
מיינונגזאגער האט געשריבן:די סיבה וואס איך בין נאך דערינען איז וועגן די קינדער.
און אויך די איינגעהאלטנקייט פון נישט א מלחמה א יעדע 5 מינוט איז פאר די קינדער. אלעס פאר די קינדער.
אויב איז עס נאר פאר די קינדער, פליז גט דיך, סיי פאר דיין טובה און סיי פאר די טובה פון די קינדער, נאו פוינט פון זיין חתונה געהאט אבער זיך ארומרייסען פאר די קינדער, ענדערשער גט דיך, וועלן זיי זעהן וויאזוי מען קען זיין ג'גט און זיך אויסקומען צווישן זיך
ועי' מה שכתבתי כאן
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:56 am
דורך מיינונגזאגער
בת קול האט געשריבן:איך פיהל פאר ביידע פון ענק.
רעדן ענק בכלל פון די זאכן, אדער יעדער האלט עס ביי זיך אינערליך?
אפשר schedule עפעס ביי marriage counselor, און זאג אז זי קען מיטקומען, אדער וועסטו גיין אליין.
זי זאל זעהן די נעמסט עס ערנסט און דו ווילסט ארבייטן דערויף.
די עיקר איז קאמיוניקאציע און honesty. אן דעם איז גארנישט דא.
(אבער פונקט ווי דו ווילסט זי זאל זיך אביסל בייגן פאר דיר, דארפסטו זיין גרייט צו טוהן פאר איר די זעלבע.)
רבש"ע, וויפיל שוין פרובירט, וויפיל טויזענטער דאלארן אריין געווארפן אין דעם!
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 11:02 am
דורך Nanach
איך מיין אז טערעפי איז א שאד די געלט, זי האט נישט קיין פראבלעם לויט איר חינוך.
לדעתי איז די אייציגסטע זאך מען זאל טרעפן די ריכטיגע רב וכדומה מיט שכל, וואס זאל איר ווייזן אז דו דינסט נישט די באשעפער מיט דעם וכו’ אנגעהויבן מיט די גמרות און גענדיגט ע”פ קבלה וחסידות ווי וויכטיג די אהבה דווקא אן לבושים (תרתי משמע) איז
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 11:36 am
דורך בת קול
קומט נישט אריין קיין רב דא. זעהט אויס דאס איז איר essence, און זיינס איז פונקט פארקערט. א רב דארף נישט רעדן מער צו איר ווי צו מיינונגזאגער. קען זיין זי וועט זיך אויבערפלעכליך צושטעלן, אבער עס וועט איר אינערליך צורייסן.
אויב counseling האט נישט געהאלפן, איז נישט קיין טובה פאר די קינדער אויב בלייבן ענק צוזאמען און ענק רייסן זיך ארום פארנט פון זיי.
אדער agree to disagree אויף א ציוויליזירטע אופן, אדער צוטיילן אויף א ציוויליזירטע אופן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 11:59 am
דורך מיינונגזאגער
Agree to disagree but still eaten up within.
Kids usually do not see obvious disrespect or tentions B"H