בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 4:39 pm
דורך פרייוויליג
[justify]איך האב אים "ליטערעלי" געגעבן א פראסק, כמיין נישט סתם געגעבן א פראסק נאר ליטערעלי א פראסק.
איך בין טעקענעקלי געשטאנען נעבן מיין חבר, און איך האב אים ליטערעלי דערלאנגט א לעזשיט פראסק, וואס איז זיך אים ליטערעלי געקומען.
מיין חבר האט מיר געזאגט אז ער האט אים ליטערעלי געזען נעכטן, הארט נאכן אים ליטערעלי דערלאנגען א פראסק.
די סיבה פארוואס איך זאג ליטערעלי איז, ווייל מיין חבר נוצט ליטערעלי יעדער פאר סקונדעס די ווארט ליטערעלי. סא 'ליטערעלי' געבט מיר די איינדרוק אז אויב איך נוץ נישט ליטערעלי יעדע פאר סקונדעס די ווארט ליטערעלי, קען מיין מעשה זיין עמביגיוס, דאס מיינט אז ווען איך בין געשטאנען נעבן מיין חבר האט איך אים ליטערעלי געשלאגן, און נישט 'נישט געשלאגן', נאר ליטערעלי א פראסק!
"בעסעקלי" ווען עס קומט אויסצוברייטן מיין לעקסיקאן זיך איך פאר מער לעזשיט ווערטער ווי "קווארעטין", "סטימיולעס" אדער "טעקענעקלי". איך זיך ענדערש ווערטער ווי ליטערעלי, ווי מיין חבר וואס איך האב נאכנישט געזען אפאר יאר איידער איך האב ליטערעלי געגעבן א פראסק, זאל מיינען אז איך האב מיך ליטערעלי אויסגעלערנט ענגליש אין א קורצע צייט.
יעדעס מאל וואס איך באגעגען א ווארט וואס איך ווייס נישט איר באדייט ווער איך ליטערעלי געוואור אז ענגליש פארמאגט נאך ווערטער אויסער ליטערעלי, און איך ווער סופרייסט וויאזוי ליטערעלי איז נישט די איינציגסטע ווארט וואס איך נוץ טעקענעקלי נישט ריכטיג.[/justify]
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 4:46 pm
דורך ברוינשטיין
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 5:22 pm
דורך נחמד
ברוינשטיין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.
די לצנות איז נישט זיך דאס קראצן ס'איז דאס אז דער בייגל וויל נעבעך זיין קיל, אין דער ענד אבער טוט עס בעקפייערן און דער גולם כאפט נישט..
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 7:31 pm
דורך נחמד
מידי דברו בו קען מען שרייבן משלים פון היימישע אמעראצעס אין ענגליש.
1. Can you borrow me
2. Take a picture from me
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 8:34 pm
דורך yesiknow
דער אמת איז אז אינזער יודישע וועקעביולערי איז זייער ארים, נאכאמזל אינז מישען דאס אויס מיט (אויפגעמאכטע) ענגלישע ווערטער...
די ליבוביץ רבי האט (געהאט) גאר א רייכע יודישע וועקעביולערי!
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 8:38 pm
דורך ברוינשטיין
ווען מ'רעדט ווען אידיש אויף די וועג וואס מען שרייבט וואלט מען זיך געקענט אן עצה געבן, די בראך איז, אז די ווערטער וואס מ'נוצט ביים רעדן איז נישט מעגליך זיך ארויסצוברענגען אויף אידיש, מ'קען טאקע זעהן אז די וועלכע קענען נישט קיין ענגליש און אויך נישט די שרייבערישע אידישע ווערטער האבן נישט די מעגליכקייט זיך ארויסצוברענגען.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 9:34 pm
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.
גערעכט, ס'היינו הך, אבער די יסוד איז אז שפראך איז א סאשעל tool, און ס'נישט דא וואס צו לאכן פון א טונא בייגל פאר פרובירן צו אפדעיטן זיין וואקעבולערי. אדרבה, דער וואס פרובירט זיך צו לערנען נייע זאכן, און דערביי זיך נישט שעמען און פרובירן נייע ווערטער אין פאבליק, דער האט אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
די זעלבע איז מיט אמעריקאנע יודען וואס ווילן רעדן אידיש. ס'איז פרעמד פאר זיי, אבער דאך האלט מען זיך נישט צירוק פון זיך לערנען נייע זאכן. אזוי ווי א יעדע טוריסט, אז ער וועט זיך נישט שעמען און פראבירן נייע ווערטער וועט ער בלייבן שטעקען און נישט הנאה האבן פון די פלאץ.
מ'קען אלע לאכן, די חסיד פונעם אמעריקאנער, און די אמעריקאנער פונעם חסיד, אבער ידוע מאמר החכם, the one who laughs last laughs best, און דער וואס איז קריעטיוו דער קומט אן און נעמט עדווענטעדזש פון א געלעגנהייט.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 10:31 pm
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.
גערעכט, ס'היינו הך, אבער די יסוד איז אז שפראך איז א סאשעל tool, און ס'נישט דא וואס צו לאכן פון א טונא בייגל פאר פרובירן צו אפדעיטן זיין וואקעבולערי. אדרבה, דער וואס פרובירט זיך צו לערנען נייע זאכן, און דערביי זיך נישט שעמען און פרובירן נייע ווערטער אין פאבליק, דער האט אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.
די זעלבע איז מיט אמעריקאנע יודען וואס ווילן רעדן אידיש. ס'איז פרעמד פאר זיי, אבער דאך האלט מען זיך נישט צירוק פון זיך לערנען נייע זאכן. אזוי ווי א יעדע טוריסט, אז ער וועט זיך נישט שעמען און פראבירן נייע ווערטער וועט ער בלייבן שטעקען און נישט הנאה האבן פון די פלאץ.
מ'קען אלע לאכן, די חסיד פונעם אמעריקאנער, און די אמעריקאנער פונעם חסיד, אבער ידוע מאמר החכם, the one who laughs last laughs best, און דער וואס איז קריעטיוו דער קומט אן און נעמט עדווענטעדזש פון א געלעגנהייט.
העי! שאט אפ!
דא אין ק"ש איז נישט אין סטייל צי זיין פאזעטיוו
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 10:38 pm
דורך וואלווי
Adventurous איז אייביג גוט.
ביסט גרייט צו שרייבן אויף עברית אדער ענגליש דוקא דיין נעקסטע פאר תגובות?
(אויב ביסט געבוירן אין דא אין חרדים'סוויל....)
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 10:57 pm
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:Adventurous איז אייביג גוט.
ביסט גרייט צו שרייבן אויף עברית אדער ענגליש דוקא דיין נעקסטע פאר תגובות?
(אויב ביסט געבוירן אין דא אין חרדים'סוויל....)
בעברית, למה לא.
אני מעדיף לכתוב בעברית בגלל שזה שפה ברירת המחדל שלי כבר עשור.
But not in english, everytime i need to write a profesional email i need to break my head with google translate and spell checker.
אבער דער אמת איז, אז מען לערנט זיך גאנץ שנעל אויס צי שרייבן, איך האב כמעט נישט געקענט שרייבן קיין יודיש פאר כ'האב אנגעהויבען צי שרייבן דא אויף ק"ש היינט שרייב איך זייער שנעל, כאטש ס'איז נישט אזוי גיט.
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 11:13 pm
דורך וואלווי
así que ahora ya no eres la persona estúpida de la ciudad, así que sigue así
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:01 am
דורך צקון לחש
בענין "well" שדנו בו למעלה - בעברית זה "ובכן"
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:04 am
דורך וואלווי
ס'איז מער ווייניגער אזא "אקעי, אבער..." אדער "אויב אזוי.."
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:25 am
דורך קהל'ס נער
ובכן אין עברית.
אנפאנג א סענטינץ איז well.
אויך קען עס ווערן געניצט אויף א טריציגע וועיג "ובכן?!"
בבחינת "so what?!"