בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:16 pm
דורך צקון לחש
די שאלה איז צו א פרייע פרוי איז באגלייבט אויף בדיקות און טבילה...

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:18 pm
דורך טאמבל סאס
מאך זיכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:מתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.

יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.

דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.

:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:23 pm
דורך טאמבל סאס
איך וויל עפענען אן אשכול איבער מענטשן וואס שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם דורכ'ן גיין דוקא יא אנגעטוהן מיט מערב-וועלט בגדים, רעדן די גואישע שפראך און זיך דרייען צווישן גוים אבער לערנען נאכאלס חסידישע ספרים, לייגן א דגוש אויף עבודה, תפילה, שמחה, דביקות בשם, חשיבות ליהודי פשוט וכו'...

אה, און וואוינען אויך מיט א מיידל וואס גלייבט אינדעם כל כבודה, שקר החן און אינדעם חכמת נשים בנצה ביצה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:29 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:מתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.

יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.

דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.

:lol: :lol: :lol:

טאמבל סאס: דו ביסט באקאנט מיט דעם עולם וואס קומט דאווענען אין אור החיים,פארשעי/שיינער? אפשר ווען דו קומסט דא אויף א באזוך?! אין לאנדאן איז אויך דא אזא שול? א מניינים פעקטארי אזוי ווי שיינער'ס? אדער שומרי שבת אין בארא פארק?

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:34 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:איך וויל עפענען אן אשכול איבער מענטשן וואס שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם דורכ'ן גיין דוקא יא אנגעטוהן מיט מערב-וועלט בגדים, רעדן די גואישע שפראך און זיך דרייען צווישן גוים אבער לערנען נאכאלס חסידישע ספרים, לייגן א דגוש אויף עבודה, תפילה, שמחה, דביקות בשם, חשיבות ליהודי פשוט וכו'...

אה, און וואוינען אויך מיט א מיידל וואס גלייבט אינדעם כל כבודה, שקר החן און אינדעם חכמת נשים בנצה ביצה.

טאמבל סאס: אויף דעם זאגט שלמה המלך ע"ה..."אדם אחד מאלף מצאתי. ואשה בכל אלה לא מצאתי"...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:39 pm
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:מתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.

יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.

דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.

:lol: :lol: :lol:

טאמבל סאס: דו ביסט באקאנט מיט דעם עולם וואס קומט דאווענען אין אור החיים,פארשעי/שיינער? אפשר ווען דו קומסט דא אויף א באזוך?! אין לאנדאן איז אויך דא אזא שול? א מניינים פעקטארי אזוי ווי שיינער'ס? אדער שומרי שבת אין בארא פארק?

ס'איז דא און ס'הייסט פינטער'ס שול. אבער איך האב מיך באקענט מיטן ברייערוואד קרעמל דורכן וואטשן די לעצטיגע נייע 'דיפרענט פערספעקטיווס' יוטיוב טשענל. הילאריוס. אסאך ענטפערן גוט דארט אבער אסאך זענען קענטליך אויך שטארק אויף די סחורה א גוטע פארציע פון זייער טאג. ס'דערקענט זיך אויף די ציינער תרתי משמע.

ספעציעל האב איך ליב ווען זיי פארגלייזן זיך די אויגן, ציען אריין טיף פון די נאז לעכער און נאכ'ן זיך אויסדרוקן וואספארא געוואלדיגע טיפע שאלה דו האסט פאר זיי געשטעלט און וואו ס'וועקט אויף דוכדוכי נפש, הויבן זיי אן פארמילירן אזא קאמפליצירטע הסבר אין א שפראך מיט וואס וואס נאר שלמה המלך מיט זיינע חיות האבן זיך פארשטאנען..

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:57 pm
דורך בענבען
איך זעה נישט פארוואס די ערשטע צוויי שולי און מיילעך שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם
קודם כל וועלעכע סיסטעם? ארץ ישראל און אמעריקא האבן צוויי סיסטעם'ס זיי זענען טאקע דומה אבער אנדערש
די חרדישע סיסטעם? זיי שלאגן כפרות מיט עס? זיי האבען בוחר געווען זייער אייגענע אייגענארטיקע וועג אבער ווען זיי טוהן ווען גוטע שידוכים און האבען קינדער אין די מוסדות און זענען א חלק פון א קאמפעני חסידות און אפילו הכי גייען זיי אין זייער אייגענע וועג דאס וואלט אפשר געהייסן געפיפן אויפ'ן סיסטעם אבער האסט נישט קיין שום התחייבות און טוסט וואס דו ווילסט הייסט נישט שלאגן כפרות ס'הייסט פייפן אויפ'ן סיסטעם איך קען דא אויסרעכענען ליידער אסאך היימישע אפגעפארענע קינדערלעך וואס פייפן אויך

די גדולה וואלט געווען ווען איינער שיקט ווייטער זיינע קינדער אין די מוסדות אדער קומט ווייטער דאוואנען אין זיין קאמפעני שול און טאמער ווארפט מען אים ארויס מאכט ער אויף פאר אידען אזוי ווי ער

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דער אמת איז אז די אלע וואס שפילן עושר [לאו דווקא זיי זענען...] און חנפענען זיך צו די פירער'ס / רבי’ס - זיי שלאגן כפרות מיטן סיסטעם אין א געוויסע זין, דהיינו זיי מעגן טוהן אלעס און מען וועט זיי גארנישט פארהאלטען דערויף. זיי מעגן האבן א סמארטפאון, זייערע קינדער ווארפט מען נישט ארויס פון ישיבה, זיי באקומען נישט קיין לא נתקבל אפילו זיי פארמאגן שוואכע סחורה, זיי דארפן נישט פאלגן דין תורות, זיי קענען באגנבענען און נאכאלץ זיין יושבים ראשונה במלכות,
וחילופיהן ביי די פשוטי עמך בית ישראל. והמכין יכין.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:23 pm
דורך קאמארנער
1. אך און וויי אויב מיילך זילבערשלאג איז דיין מוסטער, אין כאן לא חכמה ולא שלאגן כפרות מיטן סיסטעם נאר א נארישע באק מיט מינוס שכל וואס פראבירט יעדע פאפליסטישע זאך וואס ער קען נאר צו געפעלן די פרייע. מאך אים נאר נישט פאר א בעל 'שיטה' ער איז צו דאם פאר דעם. (ווי איינער האט שוין ערווענט דא, כ'ווייס נישט צו ער ווייסט וואס איז בכלל די 'סיסטעם')
דארפסט פארשטיין, נישט יעדער אפגעפליקטע וואס וואס טוט וואס ער וויל נאר, טוט עס מיט אן אויסגערעכנטע 'שיטה' צו 'שלאגן כפרות מיטן סיסטעם', או נאו.

2. שולי רנד שלאגט נישט כפרות מיט קיין סיסטעם ווייל ער איז קיינמאל נישט געווען אין א סיסטעם.
ער איז א בעל תשובה וואס האט זיך קיינמאל נישט מגדיר געווען אלץ 'חרדי' און שטענדיג געלעבט צווישן די צווי וועלטן. אזוי ווי אים איז דא צענדליגע אזעלכע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:02 pm
דורך פיניע
יעקב קארנבלי, א חסידישער בארא פארקער יוד, אין א דזשורנעליסט פאר די פארווערטס. מנשה ליסטיג, א סקעווערער חסיד, אין אן אקטאר. הרב שמואל ניימאן, א חרידישער רב וואס די סיסטעם איז אראפגעקומען אויף זיין קאפ אין האט עס סערווייווד. לכאורה קען מען צילייגן שלום לעמעער, א חסיד וואס האט געזונגען פאר אלגעמיינע קאנצערטן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:50 pm
דורך שמן למאור
ס'דא א איד וואס שלאגט שוין יארן כפרות מיטן סיסטעם, איך ווייס נישט צו די עולם קען אים,
ער הייסט, נחום ראזנבערג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 5:34 am
דורך פרנס החודש
Turks

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 6:05 am
דורך מיינונגזאגער
פרנס החודש האט געשריבן:Turks

ווי אזוי זענען די קינדער אין די סיסטעם?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 6:58 am
דורך טאמבל סאס
איך שלאג כפרות מיט געלט. מיינט עס אז איך שלאג כפרות מיט'ן סיסטעם?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 10:32 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
דו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 10:55 am
דורך קידוש
קהל'ס נער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:דרך אגב גייען אויך די 'אנשי ברייערוואוד' אריין אין דעם כלל.


קום אריין מיט דיטעילס ווער זענען די אנשי ברייערוואד (והגלילות)

די גוטזאגער, פאטאגראפירער, און סטעטוס לייגער (אין פייער פייטער) שיע פריעדמאן דאווענט דארט און פאסט אסאך שמייכעלדיגע ווידיאס פון די פלאץ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:13 pm
דורך שמן למאור
פרנס החודש האט געשריבן:Turks

ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:55 pm
דורך מיינונגזאגער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!

זיך באהאלטן אינטער א ניק וואס קען שווערליך, אדער גאר אוממעגליך צו ווערן אינדענטיפיצירט איז בכלל נישט געשלאגן די סיסטעם נאר פונקט קאפויער. די סיסטעם שלאגט כפרות מיט דיר מיט דיין באהאלטענער ניק. לאמיר זעהן שרייב דא אינטער דיין נאמען, אדרעס, און פאון נאמבער. דאן וועלן מיר זעהן ווער שלאגט כפרות מיט וועם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 2:57 pm
דורך רובינזון קרוזו
עצי שטים האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:Turks

ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם


טאמס ריווער איז אויך א סיסטעם, טאקע נישט אזוי פארמאכט ווי וויליאמסבורג, אבער סיסטעם בלייבט סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 2:59 pm
דורך רובינזון קרוזו
מיינונגזאגער האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:דו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!

זיך באהאלטן אינטער א ניק וואס קען שווערליך, אדער גאר אוממעגליך צו ווערן אינדענטיפיצירט איז בכלל נישט געשלאגן די סיסטעם נאר פונקט קאפויער. די סיסטעם שלאגט כפרות מיט דיר מיט דיין באהאלטענער ניק. לאמיר זעהן שרייב דא אינטער דיין נאמען, אדרעס, און פאון נאמבער, דאן וועלן מיר זעהן ווער שלאגט כפרות מיט וועם.


די עיקר מאדנע זאך איז, אז דער וואס גייט שלאגן כפרות מיט מיך פארן זיך דרייען אויפן טמא'נע קאווע שטיבל פארום, ער אליינס דרייט זיך אויך דא...... ;)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 5:25 pm
דורך מנחם ציון
ידידינו @לעיקוואד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 6:10 pm
דורך קאמארנער
רובינזון קרוזו האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:Turks

ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם


טאמס ריווער איז אויך א סיסטעם, טאקע נישט אזוי פארמאכט ווי וויליאמסבורג, אבער סיסטעם בלייבט סיסטעם.


כ'מיין וועסט נישט האבן קיין ברירה נאר אפירזיכן דער ביליגסטע, נידעריגסטע און שמוציגסטער מענטש וואס איז נאר פארהאן אויפן ערד קוגל אזוי ס'זאל נישט זיין קיין משהו חשש 'סיסטעם'.
נישט קיין איד ווייל יעדער איד איז אין א סיסטעם נישט קיין חילוק ווי היימיש אדער פרום ער איז. און אפילו א גוי מוז ער זיין א פולע אטעאיסט אן קיין שום רעליגיעזע סיסטעם,
און אויך מעג ער נישט זיין אין קיין שום מערידזש ראם אדער אפילו סתם א רילעשאנשיפ ווייל דאס דאך אויך א 'סיסטעם'. בקיצור, א שווערע מציאה..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 7:06 pm
דורך קהל'ס נער
בעלזער רבי, ווען ער וויל טיט ער וויאזוי עים שמעקט, און פארפאקט די גאנצע וועלט, און ס'גייט עים נישט אן וואס מען גייט זאגן אויף עים.