בלאט 2 פון 3
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:39 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: דו ביסט גערעכט. איך האב טאקע מסופק געווען אויב איך זאלל עס דא אריינלייגן אדער אין מילתא דבדיחותא. נאר וויבאלד ס'האט צו טון מיט א רב א גרויסער תענית חלום. וואס מישט אויס בין הודו לכוש. ובין הודו לזכר קדשו. האביך עס דא אריינגעלייגט. ואתו הסליחה...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:24 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
כדי צי מאכן א זכר צי מלחמת עמלק, אשר "קרך" בדרך.
די מרור איז מרמז אויף עמלק, און בשר פסח איז מרמז אויף די אידן, וועיגן דעים טינקט מען אים אין חרוסת צי זאגן אז די יודן האבן געמאכט חרוסת מיט עמלק.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:46 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
כ'פלאן ארויס צי געיבן א ספר מיט מיינע תורות, ס'גייט הייסן.....פי האתון.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:52 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:געווען אמאל א רב, א וואוילער יוד (די אידן פריערדיגן דור האבן איהם אלע געקענט), נאר א געשוואלענער ע"ה. האט ער אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד מנחה אין מאנרא. ביי שמונה עשרה האט ער געזאגט מודים דרבנן...ווען מ'האט איהם (נאכ'ן דאווענען) געפרעג פארוואס ער האט געזאגט מודים דרבנן האט ער געענטפערט...ס'הייסט איך בין דאך א רב...לאל...!
איך מיין ביי דעם זעלבן רב האטציך אמאל געטראפן אזא מעשה. א איד האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס. און א ביסל מילעך האט אריינגעטראפט אין די טשולנט. איז דער איד געקומען פרעגן א שאלה. האטציך דער רב אנגערופן צו זיין זוהן. ברענג מיר נאר דעם שו"ע הילכות שבת. פרעגט דער איד פארוואס פונקט הילכות שבת? ענטפערט דער רב...ווייל שבת עסט מען טשולנט...!
די מעשה האט א המשך...! איך האב געהאט אמאל א באס רבי א קנאפער חכם. האביך איהם געפרעגט...וואו דארף מען עכט נאכקוקן? האט ער געענטפערט ביי הילכות טריפות....לאל
און ווען סאיז געווען די שערוריה וועגן ביצים צו סאיז כשר צו נישט איז געווען א מיטינג דערוועגן אין התאחדות הרבנים האט מען דעמאלטס געשמיעסט אז עפעס א רב (איך וועל נישט פורש בשמו זיין)... האט געברענגט צום מיטינג א מסכת ביצה...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:04 pm
דורך היכי דמי
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
ווייל עס גראמט מיט שלחן עורך
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:04 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
כ'פלאן ארויס צי געיבן א ספר מיט מיינע תורות, ס'גייט הייסן.....פי האסון.
ר' שלום אליער דים האט אמאל געמאלדן אז ער גרייט זיך ארויסצוגעבן א ספר אויפן מגילה,
עס וועט הייסן 'טפח מגולה'...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
פון וואו האט ער נישט געזאגט. וועגן..."מכסה טפחיים"...!
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:14 am
דורך שמעקעדיג
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:העי! האסט פארגעסן אז די זויערע שובבי"ם טעג גייען נאך אן אין פולן טעמפא?! ת"ת פאר גאד סעיק!!
דאס זאגט ער דאך, אז די קומענדיגע צוויי וואכן פון ת"ת וועט זיין פרייליך, נישט זויער!
וליכא מידי דלא רמיזא, האט מען היינט אין שול געליינט פרשת תרומה (די ערשט ת' פון ת"ת) און איך הער דער בעל קורא זאגט 'ועצי שטים'! איז דאך געדרינגען אז עצי שטים ווייסט וואס תרומה איז אלל אבאוט!
קען דאס גערעכנט ווערן פאר א פורים תורה? כאטש א פורים קטן תורה?
Re: פורים תורות
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:36 am
דורך אלבערט איינשטיין
וועגן דאס אז המנ׳ס טאכטער האט באגאסן המנ׳ס מקור בהלכה. עס שטייט (חולין קלט) המן מן התורה מנין "המן העץ" (בראשית ג יא) און עס איז דא א מן דאמר אז די עץ הדעת איז געווען א ווייצל (ברכות מ) און די הלכה פארלאנגט (פסחים ו) המוציא חמץ ביום טוב של פסח כופין עליו בכלי און המן האט געפירט מרדכי אין פסח האט איר טאכטער געזעהן די חמץ די ווייצל האט זי איהם צוגעדעקט מיט א כלי
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:44 pm
דורך שמן למאור
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:וועגן דאס אז המנ׳ס טאכטער האט באגאסן המנ׳ס מקור בהלכה. עס שטייט (חולין קלט) המן מן התורה מנין "המן העץ" (בראשית ג יא) און עס איז דא א מן דאמר אז די עץ הדעת איז געווען א ווייצל (ברכות מ) און די הלכה פארלאנגט (פסחים ו) המוציא חמץ ביום טוב של פסח כופין עליו בכלי און המן האט געפירט מרדכי אין פסח האט איר טאכטער געזעהן די חמץ די ווייצל האט זי איהם צוגעדעקט מיט א כלי
דאכצעך אז עס איז א תורה וואס ר' יונתן אייבשיץ האט מחדש געווען אלץ קינד,
מען דארף נאר צולייגן אז עס שטייט 'גידל המלך אחשורוש את המן', קומט אויס אז ער האט געוואקסן, און א ווייצל וואס וואקסט איז חמץ
(סתם ווייץ איז נישט חמץ)
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:48 pm
דורך מי אני
אבער וואו טרעפט מען אזא גרויסע כלי צוצודעקן המן? וועגן דעם האט אסתר געזאגט (מגילה טו:) "קֵלי קֵלי" למה עזבתני...
ווי אויך, וויבאלד המן איז דאך יעצט געווארן א "סירחא" איז ער דאך געווארן טריפה ווייל א "סירכא" בריאה איז דאך טריפה (יו"ד סימן לט). נו, ווי אזוי קען דאס חל זיין אויף אים? ער איז דאך שוין חמץ ואין איסור חל על איסור? נאר דא איז עס טאקע געווען "בבת אחת", זיין איינציגסטע טאכטער, און אין אזא פאל איז עס חל (יבמות לג.)...
{פון מיין טאטן אלס בחור. ער'ט עס געזאגט ביים סעודת פורים פונעם בעל עזר מיהודה}
Re: פורים תורות
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:54 pm
דורך אלבערט איינשטיין
איך האב איינמאל אלץ יונג בחור׳ל געלייענט א תורה און איך געדענק נישט אלע פרטים. אויב איינער קען מיר העלפן מסדר זיין די תורה צו א קלארקייט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען ווייל ווי איך געדענק האס איך זייער הנאה געהאט
די תורה גייט אסתר בעהט תנתן חן בעיני המלך. אין די אויג פארוואס דוקא אויג און עס האט אריין געמישט מיט נוח אין די תיבה און המן מיט בראשית און עוג מלך הבשן אויפן תיבה פארדעם האט אסתר געדארפט דערמאנען עוג. אויב איינער קען די ווארט זאל עס ביטע אריינקומען קלאר
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:08 pm
דורך berlbalaguleh
פראפעסאר איינשטיין: די תורה ווייס איך נישט. אבער וויאזוי מ'מאכט אן אטאמישע באמבע קען איך דיר יא זאגן. אויב דו ביסט אינטרעסירט...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:29 pm
דורך שמן למאור
פאריאר האט ר' יוסף חיים ראטנשטרייך געזאגט א גוט ווארט אויפן 'משנכנס אדר מרבין בשמחה'
והנה, ווען מען שרייבט ארויס דעם ווארט 'אדר' במלוי, קומט עס אויס אזוי
אל''ף דל''ד רי''ש
יעצט די מיטלסטע אותיות דערפון איז א ל' ל' י'
וואס באטרעפט 70 כמספר 'יין'
דאס איז פשט
משנכנס אדר- ווען מען גייט אריין אין די מיטן פון די ווארט 'אדר' קען מען טרעפן די סוד וויאזוי צו זיין א 'מרבים בשמחה'...
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: ייש"כ. דאס איז זייער א גוט ווארט. נאכדעים איז דא אן אנדער (פורים) תורה... ערגעץ איז דא א מאמר חז"ל...נכנס יין , יצא סוד...יי"ן איז בגימטריא 70. סו"ד איז אויך בגימטריא 70... נכנס יין. דו לייגסט אריין דאס ווארט יי"ן יצא סו"ד קומט ארויס סו"ד. ביידע ווערטער זענען בגימריא 70...לחיים. לאמיר טרונקען געזונטערהייט. עד דלא ידע...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 9:00 am
דורך קבצו זקנים
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
בליל הסדר מאכט מען א זכר פארן קרבן פסח און קרבן חגיגה און פינעם מרור'דיגען גלות, איי פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פונעם ׳וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל׳? פארדעם קימט הילל און גענימען דעם קורח/כורך אלס א זכר פינעם רייכקייט פון קורח און עסט עז אויף אינגאנצאן וויל פינעם גאנצן רכוש גדול איז גארנישט נישט מעהר געבליבלן, מען האט אלס שוין אופגעגעסן.
Re: פורים תורות
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 9:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קבצו זקנים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
בליל הסדר מאכט מען א זכר פארן קרבן פסח און קרבן חגיגה און פינעם מרור'דיגען גלות, איי פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פונעם ׳וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל׳? פארדעם קימט הילל און גענימען דעם קורח/כורך אלס א זכר פינעם רייכקייט פון קורח און עסט עז אויף אינגאנצאן וויל פינעם גאנצן רכוש גדול איז גארנישט נישט מעהר געבליבלן, מען האט אלס שוין אופגעגעסן.
ואיבעית אימא, אז נאכן מקיים זיין די מצוה פון לחם עוני איז מקויים געווארן דעם ואחרי כן יצאו רכוש גדול
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:53 am
דורך קבצו זקנים
כלומר מען האט אויסגעגעבן דעם רכוש גדול פאר טייערע מצות און געווארן א עני...
נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:40 pm
דורך שמן למאור
פארוואס הייבט זיך די מגילה אהן מיט א גוי?
ווייל מיט א איד הייבט מען זיך נישט אהן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:17 pm
דורך היכי דמי
עצי שטים האט געשריבן:פארוואס הייבט זיך די מגילה אהן מיט א גוי?
ווייל מיט א איד הייבט מען זיך נישט אהן
בנוסח אחר: פארוואס הייבט זיך די מגילה אן ויהי בימי אחשורוש און נישט ויהי בימי אסתר?
נאר מיט א פרוי הייבט מען זיך נישט אן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:17 pm
דורך היכי דמי
פארוואס הייסט די מגילה "מגילת אסתר"?
ווייל נאר א פרוי קען מאכן א מגילה פון יעדע קליינע זאך.