בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:41 pm
דורך קאמארנער
געווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..

אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:46 pm
דורך קאמארנער
אין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 8:55 pm
דורך קהל'ס נער
קאמארנער האט געשריבן:אין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...


קיינמאל געהערט די מעשה, אבער ס'שטימט זייער גיט אויף מ.פ., נכון?

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:25 pm
דורך בן נון
ביי הוא שעמדה האט דער ע”ה געזאגט בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב”ה מצילנו מידם די גוים ווילן אז אונז זאלן עסן חלות און בקב”ה מאכט אז עס זאל זיין מצות

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
קאמארנער האט געשריבן:געווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..

אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...

קאמארנער: נאכדעים איז דא דער (קנאפער) חכם וואס האט געטענה'ט אז ער הייסט אזוי ווי דער נודע ביהודה. ער האט געהייסן יודל. דעם כינוי צו זיין משפחה נאמען וויל איך דא נישט זאגן. ס'האט געפאסט צו זיין שכל...!

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:22 pm
דורך קאמארנער
קהל'ס נער האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:אין בעלזא פירט מען זיך צו זאגן ביים רבונו של עולם פון ספירת העומר ( ווען ס'פארן ציילען ) ''שאספור היום' און נישט שספרתי היום'. פארציילט מען אויף איינער פון די ראשי הקאפעליע אן עמארעץ מדאורייתא וואס האט געזינגען ביים טיש מיט א פעסטקייט' שאפגום היום'...


קיינמאל געהערט די מעשה, אבער ס'שטימט זייער גיט אויף מ.פ., נכון?

יאפ

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:23 pm
דורך קאמארנער
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:געווען א באקאנטע גבאי אין בארא פארק וואס ביי די יארצייט פון די אר"י הקדוש האט ער ביים צינדן א ליכטל זיך אנגערופן הויעך ''אריה בן?..

אויך פארציילט מען אויפן זעלביגן אז ער פלעגט אויסרופן שבת ביינאכט נאכן דאווענען '' די שיעור אין טור אורח חיים הקדוש וועט פארקומען...

קאמארנער: נאכדעים איז דא דער (קנאפער) חכם וואס האט געטענה'ט אז ער הייסט אזוי ווי דער נודע ביהודה. ער האט געהייסן יודל. דעם כינוי צו זיין משפחה נאמען וויל איך דא נישט זאגן. ס'האט געפאסט צו זיין שכל...!

אדער האט ער געהייסן 'יששכר' נאך דער בני יששכר..

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 12:15 am
דורך שמעקעדיג
תרמב האט געשריבן:איך האב אזא מחשבה אז די אלע מעשיות פון די אמעראצעם וואס מ'האט זיך אונטערגעהערט ביים סדר איז קיינמאל נישט געשעהן..

שוין געטראכט אמאל ענליך... ווער האט דען צייט אינמיטן ליל התקדש חג, אנשטאט פירן אן אייגענעם סדר, צו גיין אונטערהערן יענעמ'ס סדר?

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:23 am
דורך תרמב
איך האב אמאל אלץ בחור דורכגעוואקט א האום אויפן וועג צו מיין זיידע'ס סדר, איך האב אריינגעקוקט ביים פענסטער צו זעהן דעם סדר, איך האב זיך געשפירט ממש ווי די שר שלום מבעלזא ביי די איינגעפאלענע הייזקע פון בערקא די וואסער טרעגער.....

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 2:37 am
דורך שבת אחים
רבי בערל אויב האט איר ליב די וויצן הייבט ניטאמאל אן מיט די אלטע מארמארישער פויערן און זייער עברי גרייזן. ווי דער איד וואס פלעגט זאגן “גדלו לה' אתי ונרוממה משה עבדו” אנשטאט “שמו יחדו” צי דער רומעניער וואס האט געפרעגט “וואו גייט דער רבי זיין חיים עשר בשבט?”
מקען אנפילן גאנצע אשכולות פון די וויצן.

אבער איין מוראדיג ווארט איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון פון אלץ קינד ווי א מארמארישער איד האט געזאגט “ווען דער אייבישטער וויל שיסט ער א בעזים”... איך לאך נאכאלץ פערציג יאהר שפעטער :lol:

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:41 am
דורך אלבערט איינשטיין
שבת אחים האט געשריבן:רבי בערל אויב האט איר ליב די וויצן הייבט ניטאמאל אן מיט די אלטע מארמארישער פויערן און זייער עברי גרייזן. ווי דער איד וואס פלעגט זאגן “גדלו לה' אתי ונרוממה משה עבדו” אנשטאט “שמו יחדו” צי דער רומעניער וואס האט געפרעגט “וואו גייט דער רבי זיין חיים עשר בשבט?”
מקען אנפילן גאנצע אשכולות פון די וויצן.

אבער איין מוראדיג ווארט איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון פון אלץ קינד ווי א מארמארישער איד האט געזאגט “ווען דער אייבישטער וויל שיסט ער א בעזים”... איך לאך נאכאלץ פערציג יאהר שפעטער :lol:
אדרבה. פיל אן גאנצע אשכולות

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:09 am
דורך קאמארנער
סדא דער באקאנטע מעשה פון דער עמארץ וואס מ'האט געטראפן זיין זון און ער האט זיך אנגערופן 'והילד איננו, דער בחור איז דא'..

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
קאמארנער: די מעשה גייט א ביסל מער באריכות. אין דערהעים אין די מארמאראש, אין א שטעטל איז א בחור אמאל פארשוואונדן געווארן. די גאנצע שטאט האט געהאלפן זיין טאטן איהם זוכן. דער טאטע איז דערווייל געגאנגען אין ביהמ"ד זאגן א קפיטל תהילים. קורץ פאר מנחה האט זיך דער בחור אנגעריקט. רופט זיך אן דער טאטע..."והילד איננו"...דער בחור איז דא...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:39 am
דורך קבצו זקנים
דער בן איש חי ברענגט אין זיינע דרשות אין זיין ספר 'עוד יוסף חי' פרשת מטות א מעשה פין אן עם הארץ וואס אפילו נישט גיקענט ליינען לשון הקודש אונד פלעגט בענטשען יעדן פרייטאג צו נאכט אללע זיינע 10 קינדער בברכת ׳אלו ואלו נשרפים בבית הדשן׳ אונד אין בשמים האט מען געטוישט די אויתיות עז זאל זיך אויסשטעלן אלס א ברכה, איך האב אייך דא צוגעשטלט דאס דערמאנטע שטיקל.

איך האב דארט מציין געהאט אן עהנליכע מעשה וואס דער בן איש חי ברענגט אין זיין ספר ׳בניהו׳ אין מנחות דף קי והנה זה לשונו:

לְלַמְּדֶךָ: שֶׁאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אֶת לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם [בְּנָיָהוּ דַּף קי.]

נראה לי בס"ד על פי מעשה בחסיד אחד שחלם בליל שבת שנזדמן לפניו זקן אחד והיה חושב בדעתו שזה הזקן הוא מן בני עולם הבא שבא מגן עדן וישאלהו על שתי קהילות שהיו מתפללים בשתי בתי כנסיות שבעירו איזה אדם מן הקהל תפילתו ראויה יותר מכל הקהל של בית הכנסת? ויאמר לו בית הכנסת הראשונה אותו אדם המתפלל בסוף בית הכנסת בקרן זוית צפונית מערבית תפילתו רצויה יותר מכל הקהל המתפללים שם, ובית הכנסת השניה אותו אדם המתפלל בקרן זוית מערבית דרומית תפילתו רצויה ומקובלת יותר מכל הקהל שבאותה בית הכנסת.

ובבוקר הלך אותו החסיד והתפלל בבית הכנסת הראשונה וראה אדם אחד מתפלל בסוף בית הכנסת בקרן זוית של צפונית מערבית לבדו ובא הוא וישב בצידו להתפלל כדי לראות איך היא תפילתו ומה כונות עושה בה וירא כי יש בידו סידור פשוט של תפילה אין בו כונות ורק זה מתפלל מתוך הסידור מלה במלה ולא זזה עיניו מן הסידור וימתין לראות תפילת העמידה שהיא העיקר ויחשוב דודאי זה עושה כונות עמוקות בתפילת העמידה וכאשר קם זה להתפלל תפילת העמידה גם הוא עמד בצידו וירא שגם העמידה מתפלל אותה מתוך הסידור ויביט בסידור לראות אם כתוב בגליון שלו איזה שמות לכוין בהם וירא שהוא מתפלל תפילת שחרית של חול ויחשוב שזה טעה ושכח ולא הפסיקו בתוך העמידה ואחר שגמר העמידה אמר לו שבת היום ואתה שכחת והתפללת עמידה של חול וצריך שתחזור ותתפלל תפילת שבת, ויענהו ויאמר לו יודע אני שהיום שבת ולא שכחתי אלא בכונה מכוונת התפללתי תפילה של חול כי כן דרכי להתפלל תפילה של חול גם בשבת ויום טוב, אמר לו למה? ויאמר השבת הוא יום המובחר וחשוב מכל הימים איך תפילתו תהיה קצרה אין זה כבוד שבת! אלא ראוי להתפלל בו תפילה ארוכה על כן אני מוכרח להתפלל בו תפילה של חול שהיא ארוכה וירא החסיד שזה האיש הוא תם מאוד בתכלית ורק תפילתו רצויה מפני שמתפלל אותה בכונת הלב ובשמחה רבה ולכך אף על פי שהוא מתפלל בשבת תפילה של חול רחמנא ליבא בעי.

אחר כך אחר שבת ביום ראשון הלך לבית הכנסת השנית לראות תפילת אדם השני והלך ומצא איש אחר יושב בקרן זוית של מערבית דרומית וגם כן היה מתפלל לבדו מתוך הסידור והוא ישב בצידו וכאשר קם להתפלל תפילה של העמידה גם הוא עמד בצידו ויבט בסידור שבידו וירא שהוא מתפלל תפילה של שבת והמתין לו עד שסיים ויאמר לו היום חול ואתה שכחת והתפללת תפילת שבת וצריך שתחזור להתפלל תפילה של חול ויענהו ידעתי היום חול ולא שכחתי אך אני דרכי להתפלל בכל יום תפילת שבת אמר לו למה ויאמר השבת הוא יום קדוש ונבחר מכל הימים ותקנו בו תפילה זו לפי חשיבותו וערכו ונמצא תפילה זו של שבת היא גדולה ויתרה מתפילה של חול ומאחר שהיא חשובה ומעולה טוב שאתפלל אותה בכל יום כדי שבכל יום ויום אביא לפני הקדוש ברוך הוא דורון יקר וחשוב!

והבין שגם זה האיש הוא תם מאד ומה שתפילתו רצויה יותר מחמת שהוא מתפלל בכונה ובשמחה ובטוב לבב ורחמנא ליבא בעי נמצא זה שהיה מרבה שמתפלל גם בשבת תפילה של חול מפני שהיא ארוכה שחשב לכבד השבת בתפילה ארוכה והשני להפך שחשב להתפלל תפילה קצרה של שבת בכל יום בשביל שלפי תומו חשב תפילה זו של שבת היא חשובה יותר אף על פי שהיא קצרה מפני כי נתקנה לשבת הרי הם הפכיים במנהגם ועם כל זה כיון שליבם לשמים רצויים הם לפני הקדוש ברוך הוא וזהו שאמרו אחד המרבה להתפלל בשבת תפילה ארוכה של חול ואחד הממעיט להתפלל גם בחול תפילה קצרה הכל עולין יפה בהשואה אחת ובלבד שיכוין לבו לשמים דרחמנא ליבא בעי שיהיה לב חיים.

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:44 am
דורך קבצו זקנים
קאצקע ציקער האט געשריבן:משען ומיטוואך לצדיקים


דא א ליסטע פין באקאנטע טעותים ביי קליינע קינדער ושבשתא כיוון דעל על:

אֵין נְסִיכִים בִּשְׁעַת הַסְּעוּדָה
הַמַּלְאָךְ הַגּוֹאֵל אוֹתִי מִקּוֹל רָם
פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ וּמַצְדִּיעַ לְכָל חַי רָצוֹן
שְׁמַע בְּנִי מוּסַר אָבִיךָ וְאַל תִּתְלֹשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ
הַשֵּׁם יְבָרֵךְ אֶת עַצְמוֹ בַּשָּׁלוֹם
הָרַחֲמָן הוּא יְזַכֵּנִי לִהְיוֹת הַמָּשִׁיחַ וּלְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא
אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה כָּזֹאת אֲנִי בּוֹרֵחַ
אָכַלְנוּ וְסָבַלְנוּ הָאֹכֶל הָיָה טָעִים
בְּחֵן בְּכֶסֶף וּבָרַחֲמִים
וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָד
צוּר מִי שֶׁלֹּא אָכַלְנוּ
וְהַקָבָּ"ה מַצִּילֵנוּ מִן הַדָּם
אֵלִיָּהוּ עֲנָבִים
הַמַּחֲזִיר נְשָׁמוֹת לִמְפַגְּרִים מֵתִים
הַמִּתְעַקְּשׁוֹת לָבוֹא לְעוֹלָם
נַעַל הָיִיתִי גַּם זָקַנְתִּי
מְקִימִי מְקִימִי מֵהַחַרְדָּל

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:03 pm
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב אמאהל געהערט יו"ט ביי מוסף ווי דער חזן צו-גארגעלט זיך... שובה אלינו בהמון רגליך

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:08 pm
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!

ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!

איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
נהלת בעזך שטייט גראדע ביי אז ישיר און נישט ביי נשמת

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:12 pm
דורך פאלאצ'ינטא
דער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...

בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:43 pm
דורך שמעקעדיג
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:דער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...

בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו

לאזט דאך אויס א שטיק פונעם ווערטל!
ער זאגט אז אין גור זאגט מען נישט דעם ווארט "אשה" אלס הרחק מן הכיעור, און זיי מוטשען זיך ווי אזוי דאס צו זאגן ביים דאווענען... האט ער געהערט א בחור וואס האט זיך געמוטשעט א שטיק צייט מיט'ן זאגן "שלא עשני אשה", ביז עס איז אים איינגעפאלן די גאלדענע איידיע צו זאגן "שלא עשני כרצונו" :P

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 11:35 pm
דורך מיליאנער
שמעקעדיג האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:דער יארמער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין האט אמאהל געזאגט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גור'ר בחור זאגט די ברכות...

בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו
לאזט דאך אויס א שטיק פונעם ווערטל!
ער זאגט אז אין גור זאגט מען נישט דעם ווארט "אשה" אלס הרחק מן הכיעור, און זיי מוטשען זיך ווי אזוי דאס צו זאגן ביים דאווענען... האט ער געהערט א בחור וואס האט זיך געמוטשעט א שטיק צייט מיט'ן זאגן "שלא עשני אשה", ביז עס איז אים איינגעפאלן די גאלדענע איידיע צו זאגן "שלא עשני כרצונו" :P
איך האב עס געהערט אויף טרעסדשענדערס...

נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 2:12 am
דורך berlbalaguleh
א קליין יונגל פון נוירסערי (היינט שוין א זיידע) האט אמאל געזינגען אזוי..."ושמחת גחביך לא היית אך שמח"...

ווען מ'האט איהם געפרעגט האט ער געזאגט אז זיין טאטע איז "א וויזשינער חתן"...!

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 am
דורך פאלאצ'ינטא
היינט שבת האט דער בעל תפילה זיך ציגארלגעט... רצה נא בְּמִכְנָסֵינוּ

Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:06 am
דורך זאקן
אין וויליאמסבורג איז געווען א טאהש׳ע חסיד אן עמי הארץ, איינמאל איז ער געפארן קיין טאהש און אריין צום רבי, ווען די רבי האט גערעדט צו אים האט זיך די רבי נאכגעפרעגט אויף א חסיד וואס וואוינט אין וויליאמסבורג אין ער שטיצט די ביהמ״ד אין וויליאמסבורג וואס ער מאכט, האט זיך די איד אנגערופן צום רבי, די רבי רעדט פון דעם עושר? ער איז ״תורה גדולה באותו מקום״, די רבי האט אויסגעשאסען לאכן.