בלאט 2 פון 6

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 7:12 pm
דורך yesiknow
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: איך בין נישט אזוי שטארק טהרילל'ד מיט איהר סענס אוו היומאר. ווייל די גמרא איז נאך איינס פון די לעצטע היסטארישע פעסטונגען וואס זענען פארבליבן ביי אונז אלס אידן. און אויב מ'מאכט עס (ח"ו) צו שאנד און צו שפאט פארשעמט עס אונז לעיני כל הגויים. ס'איז א גרויסער חילול ה'. אויב זי ווילל ארויסווייזן איר טאלאנט אין הומאר, זאלל זי זיך זוכן א צווייטן סאבדזשעקט. קיין איינער פון אלע קאמידיענס, ספעצעיל פון אידישן אפשטאם האבן זיך נישט געוואגט אפצושפעטן פון תלמוד...!

גיט געזאגט בערעלע,.
פאר אביסעל עטטענשאן זענען מאנכע גרייט צו טין דאס מערסטע פאריקטע ענינים ביי איר קען מען זיך פייגערט פאר אביסעל (אסאך) עטטענשאן.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

אט דאס האבן די חז"ל געמיינט מיט דעם מאמר איבער תורה..."זכה נעשה לו סם חיים. לא זכה נעשה לו..." די פארקערטע. ספעציעל איינע א פארשוין וואס ווייזט ארויס אומרעספעקט צו דברי חז"ל. וואס אפילו די צווייטע פרוי (כ'האב פארגעסן איהר נאמען) פון יאיר לפיד'ס פארטיי טוט אויך נישט. זי האט איהר פעמיניסטישע אגענדא. אבער זי באציעט זיך מיט רעספעקט צו דברי חז"ל...!

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 9:34 pm
דורך בענבען
קאצקע ציקער האט געשריבן:
בענבען האט געשריבן:ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media

ווי?

Re: דף היומי ע"י נשים

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 11:53 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בענבען האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
בענבען האט געשריבן:ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media

ווי?
YouTube

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:12 am
דורך יין שרף
בענבען האט געשריבן:ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Check on Torah anytime .com

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:11 am
דורך היסטאריע
דא איז דא לינקס, און ער פרעגט א שאלת תינוק.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:14 am
דורך היסטאריע
זי הייסט מרים, מאכט זי א צימעס פין דער מרים מגדלא נזיא
https://www.tiktok.com/@miriamanzovin/v ... 4614291758

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:30 pm
דורך קלוגע יודל
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?

Re: דף היומי ע"י נשים

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קלוגע יודל האט געשריבן:איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:45 pm
דורך קלוגע יודל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אבער די אלע וואס זעהן עס אויף טיקטאק מאכט זי נישט קיין געלט, זי וואלט געדארפט לייגן נאר גוטע שטיקלעך אויף טיקטאקף מיט א לינק צו יוטוב, אזוי וועט זי האבן אסאך מער יוטוב VIEWS

לדוגמה: מועד קטן י"ב האט זי 14,700 VIEWS אויף טיקטאק, און נאר 2,600 אויף יוטוב. (נישט אלע האט זי אזוי סאך, נאר איך האב דווקא גענומען א בלאט וואס זי האט אסאך VIEWS אויף טיקטאק)

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
קלוגע יודל האט געשריבן:איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?

אויב דאס הייסט תורה לשמה זעמיר אויף געהאקטע צרות...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:53 pm
דורך וואלווי
וואס דען איז עס? תורה לשמו?
ס'איז ריכטיגע תורה לשמ"ה

Re: דף היומי ע"י נשים

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:02 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קלוגע יודל האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אבער די אלע וואס זעהן עס אויף טיקטאק מאכט זי נישט קיין געלט, זי וואלט געדארפט לייגן נאר גוטע שטיקלעך אויף טיקטאקף מיט א לינק צו יוטוב, אזוי וועט זי האבן אסאך מער יוטוב VIEWS

לדוגמה: מועד קטן י"ב האט זי 14,700 VIEWS אויף טיקטאק, און נאר 2,600 אויף יוטוב. (נישט אלע האט זי אזוי סאך, נאר איך האב דווקא גענומען א בלאט וואס זי האט אסאך VIEWS אויף טיקטאק)
קען זיין זי טוט עס נישט פאר געלט, נאר פשוט להגדיל תורה ולהאדירה! ולשמה![emoji3]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:52 pm
דורך קאצקע ציקער
איז זי רעליגעס?

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:38 pm
דורך לבי ובשרי
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:02 pm
דורך שמן למאור
לבי ובשרי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו

איך טרעף נישט די אינטערוויו,
אפשר גיב א לינק?

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:06 pm
דורך יעקב מעקסוועל
קען זיין ער מיינט די אינטערוויו.

https://www.chochmatnashim.org/up-close ... -episode-8

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 6:10 pm
דורך היסטאריע
לבי ובשרי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו


א שאד. שוין יא דא א פרוי וואס קען גמרא, איז זי נישט רעליגיעז

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:26 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל: ייש"כ פאר דעם לינק. איך האב געקוקט א ביסל די פיקטשערס (יא. פון נשים, רחמנא ליצלן. יו סיק פערווערטס אוט דהעיר.). אלע פיקטשערס זענען זייער שיין און היימליך. זיי ווייזן וויאזוי (ערליכע) אידן לעבן אידישליך און מענטשליך.

אבטולמוס (זצוק"ל) האט אסאך גערעדט איבער די ערשיינונג. דאס איז אמאל נישט געווען. ס'איז אפילו נישט געווען קיין הוה אמינא צו מאכן אן אישו פון דעם. די פרומסטע צייטונגען און זשורנאלן האבן געברענגט פיקטשערס פון פרויען אין פארשידענע סעטינגס. אנגעטון מיט דעם צניעות'ידגן לבוש. עד שבאו. ביז ס'זענען אנגעקומען עטליכע נישט געזונטע פארשוין און זיי האבן עפעס געהאט א מאדנע, אומהיימליכע רעאקציע צו זעהן בילדער פון פרויען וועלכע זענען געווען צניעות'דיג געקליידעט. שטאטס זיי זאללן גיין צו א דאקטער אויסצופארשן דעם מקור פון זייער מחלה. און זוכן א היילונג, האבן זיי עס אריינגעשטעקט אין אידישקייט. אין פרומקייט. און זיי האבן אנגעהןויבן צו שרייען בקול רעש גדול. אז ס'איז קעגן די גדרי הצניעות צו ברענגען בילדער פון נשים. און עטליכע עדיטארס האבן זיך געשראקן פאר זייער צירקולאציע. האבן זיי נאכגעגעבן פאר די משוגעים. און דאס האט זיך פארמערט ווי שוועמלעך נאך א רעגן. ביז ס'איז געווארן א חלק פון אידישקייט. איך געדנק נאך זעהענדיג פיקטשערס פון די סאטמאר'ע רביצין הרבנית אלטא פיגא ווען זי איז געווען באזוכן אין בנות ירושלים. און אין בית לפליטות. די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט האט געברענגט די פיקטשערס. ואין פוצה ומצפצף...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 2:37 pm
דורך יעקב מעקסוועל
א מחאה קעגן די שיעורים.

https://rabbiefremgoldberg.org/taking-s ... HPWjUBCPrU

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 2:52 pm
דורך היסטאריע
הייליג גערעכט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:42 pm
דורך שפילער
נאכאמזל זי האט נישט גענימען אויפן צימבל חגיגה דף ה'

נשלח: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:01 am
דורך שמן למאור
שפילער האט געשריבן:נאכאמזל זי האט נישט גענימען אויפן צימבל חגיגה דף ה'

זי האט געטוויט דערוועגן:

Shalom, friends!! While I (sadly) lack the time to a #dafreactions video for Chagigah 5, I’m sure you all have…opinions about Rav Kahana hiding under the bed of Rav & Rav’s wife. What do you imagine her reaction might have been to this…situation? #valentinesday