בלאט 2 פון 14

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 9:30 am
דורך ברוינשטיין
@בת קול האסט א פינטל ביסט אפילו גערעכט, מענטשן האבן נישט ליב צו זיין די זעלבע, אין-קארצן מען האט פיינט א סיסטעם, טאקע פארדעם זענען מיר דא אויף קאווע שטיבל, אבער די וועלכע פארן אפ האבן יא געווענליך מענטאל פראבלעמען אדער א שווערע יוגנט.

ביסט גערעכט אז ס'וואלט געדארפט צו זיין נארמאל אז זיבעציג פראצענט מענטשן זאלן פארלאזן די וועג, די פאקט איז אבער נישט אזוי, סיבות קען מען שפעקולירן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:55 am
דורך קאך_לעפל
[justify]זיצט זיך דוד המלך איינזאם אין די טיפענישן פון מדבר זיף, ער שפירט זיך עלענד ווי א שטיין, ער איז איז גאנצן פארלאזט. זיין פרוי מיכל איז פארהאלטן פון אים דורך איר פאטער שאול, וועלכער ערלויבט איר נישט צו האבן די מינדסטן פארקער מיט אים. ער קען נישט אהיים גיין ווייל די געהיים-אגענטן פון שאול לאקערן אויף אים מיט טויזענט אפענע אויגן. ער איז געצווינגן ארום צו וואנדערן אין די וויסטענישן - אין די געפארפולע מדבריות פון לאנד יהודה. ער אנטלויפט נאכאנאנד פון איין ארט צום צווייטן אויסזארג פאר זיין לעבן, דאס מינדסטע שאקל פון א בלעטל מאכט זיין הארץ איינגיין פאר שרעק, די געשרייען פון די ווילדע אויסגעהונגערטע שאקאלן אין די שפעטע נאכט שטונדן, ערלויבן אים נישט צו פארמאכן קיין אויג פאר קיין רגע. די פארפאלגונגן פון שאול און זיין ארמיי ווערן שטערקער און שטארקער, דאס טויט-צוואנגן קלאמערן זיך שוין שטייף ארום זיין האַלדז. ער איז באוויסטזיניג אז אויב פאלט ער אריין אין די הענט פון די אגענטן פון שאול, גייט ער אויף קיין שום פאל נישט ארויס קיין לעבעדיגער.
דארט אין זיף ליידט דוד פון הונגער און דיזענטעריע, ווען דער באשעפער שיקט אים אונטער א נערונגישער גרעזל וואס זאל אים עטוואס דערקוויקן דאס הארץ און אים דערהאלטן ביים לעבן, זינגט ער בלויז אפ נאך א לויב געזאנג צו לויבן זיין הייליגן נאמען.
עס האט אמאל זיך געמאכט - אז א אויסגעפאשעטער מאן פון די שטאט מעון מיטן נאמען נבל הכרמלי, וועלכער איז געווען באוויסט אלס גאר א פארמעגליכער מאן, זיין פארמעגן איז געשאצט געווארן צו דריי טויזענט שעף און טויזענט ציגן. ער האט אפגעראכטן א פייערונג צו פייערן דאס חאלאקע פון זיינע טויזענטער שאף, און די אויסגעהונגערטע קנעכט פון דוד וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין יענעם געגענט האבן זיך באוויזן צו אים, און זיי האבן אים געבעטן אז ער זאל מיט זיין גענאדע זיי פארזארגן מיט עפעס עסנווארג זיך צו שטילן זייער הונגער... נישט בלויז האט ער זיי קאטעגאריש אפגעווארפן,, נאר ער האט זיי נאך אויך צוגעווארפן פרעכע זידלערייען און באליידיגונגען קעגן דוד... דאס האט שוין גאר שטארק ארויסגענומען דוד פון די געשיר. ווילסט נישט געבן? פיין, גיב נישט! אבער וואס דאס די זידלערייען? דוד האט זיך געגרייט ארפצווישן דעם געמיינעם נבל פון די מאפע און אויסמעקן זיין געבורטשיין אויף שטנדיג. נאר אין די לעצטע מינוט האט די ווייב פון נבל די קליגע אביגיל, באוויזן אפצוהאלטן דוד פון פארגיסן בלוט. נבל איז עטליכע טעג שפעטער געשטארבן פון א מאסיווע בלוט שטורץ, און דוד האט דאן געהייראט אביגיל...
זינט דואג האדומי האט אויפן באפעל פון שאול אויסגעמארדעט די גאנצע שטאט נוב, ווייל ער האט זיי פארדעכטיגט מיטן געבן שפייז פאר דוד, האבן די איינוואוינער פון יהודה געציטערט צו העלפן פאר דוד אין זיינע לייט, סיי מיט עסן און סיי מיט אנדערע סארט הומאניטאריע הילף. אין רעזולטאט איז דוד געווען גענצליך איזאלאירט און אפגעהאקט פון די רעשט פון יהודה...
דאס צושטאנד פאר דוד איז שוין געווען אזוי הילפלאז, אזש ער שוין ערענסט געטראכט צו נעמען דאס לייכטסטע וועג ארויס נישט מער געדאכט... מיטאמאל איז ער אינספירירט געווארן פונעם הייליגן גייסט... גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא... אפילו ווען דו מיינסט אז דו ביזט אזוי עלענד אזש דו געפונסט דיך שוין אין די שאטן פון טויט - לא אירא פארכט דיך נישט! פארוואס? ווייל דו ביזט ווירקליך נישט עלענד... כי אתה עמדי... דער באשעפער איז שטענדיג מיט מיר. דאס האט אריינגעבלאזן אין דוד א נייעם גייסט און א שטוף קראפט נישט אויפצוגעבן... ס' האט טאקע נישט גענומען לאנג ביז שאול איז געפאלן אין קאמף מיט די פלשתים אויף די הויכן פון די גלבע בערג, און דוד איז אויפגעהויבן געווארן פון די זאמדן און מיסטן און געקרוינט געווארן קעניג אויף כלל ישראל...

מענטשן באגייען זעלבסטמארד אין אלגעמיין צוליב גייסטישע קראנקהייטן וועלכע פלאגן זיי, א שטייגער ווי דעפּרעסיע, בייפּאָולער דיסאָרדער, אָטיזאַם ספּעקטרום דיסאָרדערס, און נאך... זיי זענען ווירקליך א גרויס רחמנות. ס'איז אבער אויך פארהאן געזונטע מענטשן וואס באגייען זעלבסטמארד. די פראגע פארוואס? מענטשן פלאגן זיך מיט אלערליי פראבלעמען אין לעבן, און זיי נעמען נישט דאס לייכסטע וועג ארויס – זעלבסטמארד! נאר ווען יא? ווען מ'שפירט זיך איינזאם און עלענד. איז אזוי, א איד וואס לעבט מיטן באשעפער שפירט זיך קיינמאל נישט עלענד... כי אתה עמדי... נאר וואזשע דען? ס'טרעפט זיך געוויסע פעלער וואס די סיטואַציע איז אזוי שווארץ אזש מ'פארגעסט פון דעם כי אתה עמדי...

וואס מיר קענען טאן צו דעם איז, ווען מ'שפירט אדער מ'ווייסט אז א חבר גייט דורך א שווער פעקל, מאכט זיכער אז ער שפירט זיך נישט איינזאם און עלענד. פארברענגט מיט אים, שפאצירט מיט אים, גייט ארויס עסן מיט אים, מאכט זיכער צו רעדן צו אים וואס מער... די דיסקוסיע זאָל נישט זיין וועגן דעם פּראָבלעם... נאר איבער אלעם און גארנישט, דער ציל איז אז ער זאל זיך נישט שפירן עלענד... דאס וועט אים ווארשיינליך אפראטעווען פון באקומען פייגל אין מוח און חלילה נעמען דאס לייכטסטע וועג ארויס....[/justify]

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 11:00 pm
דורך הקטן
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 11:01 pm
דורך הקטן
היסטאריע האט געשריבן:
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".

אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?


אפשר נעמט זיך דאס פין לימודי חול
זעה can-the-risk-for-suicide-be-inherited


Research has shown that there is a genetic component to suicide
[left]Genetic research, including studies involving twins, has revealed that many psychiatric conditions, including having suicidal tendencies, are influenced by genetics.[/left]

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 7:09 am
דורך [NAMELESS]
[justify]איך וועל פרובירן צו רעדן די מערסטע אומקלאר אבער עס זאל זיין קלאר צו פארשטיין. די וואך איז געשען אין וויליאמסבורג א אינצידענט פון א ספק זעלבסטמארד. קען מיר איינער אויסקלארן? איז עס סתם נחום׳ס דמיונות? אויב יא, וואס איז די אנגעבליכע סיבה? איך ווייס אז עס איז יענטע קשיות.[/justify]

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 7:59 am
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג, אבער איך ווייס יא אז נחום האט שוין פּלענטי אין די עבר אנגעלייגט טויט פעלער אויף זעלבסטמארד און ס'איז געווען שקר וכוזב, אויב איז נחום אייער איינציגסטע פיס זיך אנצוכאפן אויף איז א שאד אפי' צו חושש זיין.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 8:13 am
דורך היסטאריע
הקטן האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".

אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?


אפשר נעמט זיך דאס פין לימודי חול
זעה can-the-risk-for-suicide-be-inherited


Research has shown that there is a genetic component to suicide
[left]Genetic research, including studies involving twins, has revealed that many psychiatric conditions, including having suicidal tendencies, are influenced by genetics.[/left]


מורא'דיג. יעצט איז שוין אלעס פארענטפערט. אונז גלייבען אין סייענס. און פארדעם וועלען אסאך נישט וועלען דור ישרים, ווייל אלעס ווענדט זיך אין סייענס. איך ווארט נאך אויף דער סייענס אז יעדעס אינדערפרי איז געזונט צו טרונקען א גלעזל משקה און עסן א פין שטיקעל לקח, און אז עסען א סאה טשולענט און קישקע און קוגל דאנערשטאג פרייטאג שבת ברענגט אריכות ימים.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:43 am
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס האט פאסירט אין וויליאמסבורג, אבער איך ווייס יא אז נחום האט שוין פּלענטי אין די עבר אנגעלייגט טויט פעלער אויף זעלבסטמארד און ס'איז געווען שקר וכוזב, אויב איז נחום אייער איינציגסטע פיס זיך אנצוכאפן אויף איז א שאד אפי' צו חושש זיין.

קורקלענד: דא עקא. דאס איז די צרה. אדער פראבלעם. אזא אזא בריה שפילה ונבזה ווי נחום קען ארויסווארפן באשולדיגונגען וואס זענען אזוי ווי רוסישע רולעט. אויב ס'געלונגט איז גוט. און אויב נישט איז אויך גארנישט. קיינער האלט איהם נישט פאראנטווארטליך פאר ארויסווארפן אומבאגרינדעטע באשולדיגונגען אויף א מענטש. און דורכדעם איהם חרוב מאכן און זיין גאנצע משפחה. ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז יענער מענטש איז אומשולדיג, גייט נישט דער מנוול און פארענטפערט זיך. אדער אנטשולדיגט זיך. נאר ער לאכט זיך אויס און גייט ווייטער...!

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 10:35 am
דורך היכי דמי
די מעשה פון וויליאמסבורג קומט בכלל נישט פון נחום, עס איז באוואוסט אויף דו גאס ליידער

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:03 pm
דורך אונטער חכם
היסטאריע האט געשריבן:מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.

און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.


אין די אלגעמיינע גאס איז אויך אייביג געווען א שטארקע סטיגמע אויף די נושא, עס איז נאטירלעך און עס האט נישט מיט לימודי חול, עס ווערט בעסער ביי זיי ווייל מען ארבעט דערויף, אריינגערעכנט אין חינוך טאקע אויך, און דאס איז זיכער אמת אז חינוך אויף די נושא, פריפערעבלי ביי לימודי קודש, קען אסאך העלפן.

וואס יא, זאגן אז יעדער, אדער רוב מענטשן וואס שטארבן פלוצלינג איז סואסייד, קומט יא פון שטאקיגע קליינקעפיקייט און טפשות, (די מעשה אין וומסב''ג ווארשיינליך אריינגערעכנט).

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 3:05 pm
דורך היסטאריע
היכי דמי האט געשריבן:די מעשה פון וויליאמסבורג קומט בכלל נישט פון נחום, עס איז באוואוסט אויף דו גאס ליידער

די רעדסט דער מעשה וואס איז אפיציעל געשעהן מיט א סקיד וואס איז אראפ געפאלן?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 3:07 pm
דורך היסטאריע
וואס יא, זאגן אז יעדער, אדער רוב מענטשן וואס שטארבן פלוצלינג איז סואסייד, קומט יא פון שטאקיגע קליינקעפיקייט און טפשות, (די מ :arrow: עשה אין וומסב''ג ווארשיינליך אריינגערעכנט


ווער זאגט אזוי

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 1:31 pm
דורך היכי דמי
געווען ליידער נאך אזא קעיס די וואך אין די קאמיוניטי.

נשלח: פרייטאג אפריל 29, 2022 2:51 pm
דורך צקון לחש
היכי דמי האט געשריבן:געווען ליידער נאך אזא קעיס די וואך אין די קאמיוניטי.
היכי דמי?

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 4:59 am
דורך moneyminded
בת קול האט געשריבן:
מאנטריאל האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
דאס איז פראפאגאנדע וואס מען געבט איבער ביי אונז.
"קיינער וואס איז נישט שומר תורה ומצוות איז צופרידן"
"מען גייט נאר א.ט.ד. אויב מען איז אדורך טראומא א.ד.ג."

ס'איז ממש אומפארשטענדליך ווי קלוגע מענטשן בלעבלען סתם נאך.

פארוואס זאל מען ווילן זיין ווי די סביבה?
א מענטש איז נישט געבוירן מיט די טבע צו conformen. ס'איז א learned behavior.
Rebellious is a mental disorder! It comes from pain usually !
סיי ביי אידן און להבדיל גוים , און יא די ליבעראליזם וואס הערשט אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס האט מיט מענטעל דיסארדערס!
סאיז א מציאות, אפילו עס איז דא מיליאנען גוים וואס זענען אויף dope און זענען רעבעליעס.

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 5:55 am
דורך טאמבל סאס
אקעי, אבער פאר דו ווילסט איך זאל דיך פאלגען ברויכסטו מיר זאגן וועם דו פאלגסט?
אה, דיין נאמען זאגט שוין אלעס. ס'גוט.

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 9:12 am
דורך פרנס החודש
moneyminded האט געשריבן:
Rebellious is a mental disorder! It comes from pain usually !
סיי ביי אידן און להבדיל גוים, און יא די ליבעראליזם וואס הערשט אין די אמעריקאנע גוי'שע גאס האט מיט מענטעל דיסארדערס!
סאיז א מציאות, אפילו עס איז דא מיליאנען גוים וואס זענען אויף dope און זענען רעבעליעס.

זיי וויסן דאס obedience איז א פיל מער געפערליכע מענטל דיסארדער מיט געפערליכע קאנסעקווענצן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 7:24 pm
דורך היכי דמי
א פרישע קרבן ה״י.

ר
א איד פון מאנסי. געלייגט אין הר שלום אין מאנסי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 11:05 pm
דורך חב''ד הויזן
היכי דמי האט געשריבן:א פרישע קרבן ה״י.

ר
א איד פון מאנסי. געלייגט אין הר שלום אין מאנסי.
וויאזוי?

נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2023 1:54 am
דורך יאסל ראקאווער
@דער גאלדענער אדלער שרייבט:
...שטעלטס ענק פאר, פון יעדן אזא איינעם וואס האט זיך גענומען דאס לעבן האט ווען געקענט "חתונה האבן" און "אויפשטעלן דורות" ישרים מבורכים! במלוא מובן המלה, "(דורות פון) זיסע לעכטיגע אידן," "זיסע קינדערלעך" און "אייניקלעך" "גאנצעטע דורות", "אידישע דורות" "עד אין סוף!" און וואלט ווען געקענט ",צוגעבן אזויפיל צו סאסייעטי". שוין די העכסטע צייט מ'זאל טוהן מער דערוועגן און דורך דעם אנשפארן צער און עגמת נפש פאר זיי און זייערע משפחות. געדענקטס זיי האבן אויך געפילן, טאטעס, מאמעס, ברידער און שוועסטערס!
אפשר דארף מען רעדן וועגן די וויקטימס לעבן נישט זייער "דורות", "אייניקלעך" און "סוסייעטי". אפשר רעדן פון די הערליכע לעבן ער וואלט געקענט enjoyen וועט געבן א פתח פאר א ערענסטע דיסקוסיע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2023 8:50 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@יוסל ראקאווער; דאס האב איך טאקע געשריבן קודם.

"די מענטשן וואס טוען דאס, זענען בעלי נפש, מענטשן מיט מענטשליכע געברויכן, מיט עמאציאנאלע געברויכן פונקט ווי אלע אנדערע וואס נעמען זיך נישט דאס לעבן. זיי זענען גייסטיש קראנק פונקט ווי די וואס זענען פיזיש קראנק, ווילן און ווארטן אז איינער זאל זיי וואלידירן, מכבד זיין, אנערקענען זייער שווערע ווייטאגן וואס זיי מאכן דורך אויף א טאג טעגליכן פארנעם! פונקט ווי מ'גייט מבקר חולה זיין פיזישע קראנקע און מ'טוט אלעס זיי צו ראטעווען, ברויך מען טוהן אלעס אבער ממש אלעס צו ראטעווען אט די אומשולדיגע זיסע נשמה'לעך. טוהען מיר דען אלעס זיי צו ראטעווען?!?!"

נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2023 12:11 pm
דורך כוואליעס
תכלית וואס איז די עצה? עפענען א ארגנעזאציע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די לעבן? שטעלט'ס ענק פאר מוועט זען צעטלעך: ר' איד, א מינוט פאר איר באגייט דעם שוידערליכע אקט קומט אריין צו אונז און אפיס, מיר וועלן דיר אויסהערן, מיר וועלן דיר געבן א אויבן אן, איך מיין קאם אן

נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2023 1:07 pm
דורך קהל'ס נער
כוואליעס האט געשריבן:תכלית וואס איז די עצה? עפענען א ארגנעזאציע פאר ווער עס וויל זיך נעמען די לעבן? שטעלט'ס ענק פאר מוועט זען צעטלעך: ר' איד, א מינוט פאר איר באגייט דעם שוידערליכע אקט קומט אריין צו אונז און אפיס, מיר וועלן דיר אויסהערן, מיר וועלן דיר געבן א אויבן אן, איך מיין קאם אן
פונקט אזוי.

סואסייד קומט (לכאורה) ווען א מענטש זעיט זיך אין א צרה אן קיין שום וועג ארויס, ברויך מען אדווערטייזן, ערעב יוד פאר איר טיט א אומצוריקדרייבארע שריט קימט אהער מיר וועלן אייך ווייזן אז ס'דא א וועג ארויס פון דיין פראבלעם, מענטשן באגייען סואסייד צוליב חובות, דעפרעסיע און ענקזייעטי, פון די אלע זאכן איז דא א וועג ארויס מען דארף עס נאר קלאר מאכן פארן נידון.