בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:23 pm
דורך היסטאריע
ביי מצוה טאנץ וויינט מען אויב עס וועט זיך נישט אויסארבייטען, ביי די סעודה טאנצט מען אויב עס וועט זיך יא אויסארבייטען. אזוי איז מען פארזיכערט אז מען האט יוצא געוועהן.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:33 pm
דורך מי אני
ענליך האט מיין אנדערע שוואגער באמערקט אז עס איז סתם אזוי מערקווידיג אז אין געוויסע קרייזן וויינט מען ביים קבלת פנים, דערנאך איז מען בשמחה ביים באדעקן, דערנאך וויינט מען ווידער ביים חופה, און דערנאך איז מען ווידער בשמחה ביים טאנצן. א שטיקל עירבוב.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:53 pm
דורך תרמב
מי אני האט געשריבן:ענליך האט מיין אנדערע שוואגער באמערקט אז עס איז סתם אזוי מערקווידיג אז אין געוויסע קרייזן וויינט מען ביים קבלת פנים, דערנאך איז מען בשמחה ביים באדעקן, דערנאך וויינט מען ווידער ביים חופה, און דערנאך איז מען ווידער בשמחה ביים טאנצן. א שטיקל עירבוב.

גאנץ חודש תשרי ארבעט אזוי, מגייט פון וויינען צו טאנצן יעדע שטיק צייט, די מערסטע בולט איז עס חול המועד הושענא רבה און הקפות....

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:23 pm
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:די אפעציעלע תירוץ איז, אז מען טאנצט ווייל עס איז די 'ערשטע' מצוה אין די תורה, און די חתן-כלה גייען עס יעצט מקיים זיין, פריה ורביה.


Shake well before opening

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:13 pm
דורך היסטאריע
ביי באדעקן וויינען די פרויען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:03 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ה צוטיילט פעולות לפי בחינת תכליתם אין צו 4 סארטן:

1). פעולה טובה - וואו מ׳וויל א געוויסע גוטע/נאבעלע תכלית און דורך די פעולה גרייכט מען דאס

2). פעולת ריק - וואו מ׳וויל א געוויסע (גוטע) תכלית אבער די פעולה האט דאס נישט געגרייכט

3). פעולת הבל - וואו מ׳וויל ניטאמאל א תכלית

4). פעולת שחוק - וואו מ׳גרייכט טאקע דורך די פעולה צו א תכלית אבער דאס איז א שוואכע תכלית פחותה

לגבי די לעצטע סוג ״פעולת שחוק״ איז די לשון הרמב״ם (עפ״י תרגומו של אבן תיבון):
ופעולת השחוק היא הפעולה אשר יכון בה תכלית פחות, רצוני לומר שיכון בה ענין בלתי הכרחי ולא מועיל תועלת גדולה, כמי שירקוד לא לכונת התעמלות או מי שיעשה מעשים שתכליתם לשחוק מהם יאמר שזאת הפעולה שחוק בלא ספק.

און עס איז אינטרעסאנט אָנצומערקן אז די לשון רש״י בחגיגה יד: ד״ה במזמוטי חתן וכלה ״מיני שחוק שמשחקין לפניהם״ ע״ש.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:32 pm
דורך היסטאריע
אין וועלכע פין די פיר פעולות איז שרייבן אויף ק"ש?

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:36 pm
דורך מי אני
היסטאריע האט געשריבן:אין וועלכע פין די פיר פעולות איז שרייבן אויף ק"ש?

א גוטע שאלה. במושכל ראשון וואלט איך געזאגט (מיט בּייעס) אז ס׳איז א פעולה טובה, וויבאלד די תכלית איז צו צוברענגען און שמועסן איבער אינטעלעקטואלע ענינים און דאס פארשפרייטן און עוסק זיין אין זיי. די שאלה איז נאר צי מ׳גרייכט טאקע אט די תכלית; אפשר איז דאס א פעילת ריק.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:00 pm
דורך שבת אחים
איך האב א טיעפערע קשיא וואס איז מיר שווער נאך פון אלץ קינד. (קען זיין איינער האט עס שוין געפרעגט, נישט געליינט יעדע תגובה דא).

פארוואס טאנצן מענטשען ווען זיי הערן מוזיק בכלל? פארוואס ווען אונז מענטשען הערן מוזיק אדער ווען מ׳איז בשמחה נעמט מען זיך טאנצן אפילו ביי א קליין קינד וואס קען קוים רעדן וועט זיך נעמען טאנצן ווען מ׳שפילט מוזיק?

די תירוץ איז לכאורה, אז סאיז א געוויסע reaction, פונקט ווי לאכן און וויינען וכו׳

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 4:45 pm
דורך מי אני
דר. איסטוואן מאָלנאר-שזאקאקס און דר. קעיטי אָווערי פאזיטירן אז דאס קומט צושטאנד (און טאקע אפילו אין תינוקות) מכח דעם ווייל צו פראדוצירן מוזיק (עכ״פ ביז צו די מאדערנע עפאכע) האט אלס אויסגעפעהלט מענטשליכע תנועה: האקן, פויקן, רוקן שטריקן אא״וו. וממילא איז מוזיק פועל אויף די ״שפיגל״-ניוראנס אינעם מח, וואס זענען געאייגענט אויף נאכצומאכן דאס וואס עס שפירט און פראצעסירט, אז ווען מ׳הערט די מוזיק ״מאכט מען (כעין) נאך״ די תנועה וואס פעהלט דאס אויס צו מאכן מעיקרא.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 6:12 pm
דורך שבת אחים
מי אני האט געשריבן:דר. איסטוואן מאָלנאר-שזאקאקס און דר. קעיטי אָווערי פאזיטירן אז דאס קומט צושטאנד (און טאקע אפילו אין תינוקות) מכח דעם ווייל צו פראדוצירן מוזיק (עכ״פ ביז צו די מאדערנע עפאכע) האט אלס אויסגעפעהלט מענטשליכע תנועה: האקן, פויקן, רוקן שטריקן אא״וו. וממילא איז מוזיק פועל אויף די ״שפיגל״-ניוראנס אינעם מח, וואס זענען געאייגענט אויף נאכצומאכן דאס וואס עס שפירט און פראצעסירט, אז ווען מ׳הערט די מוזיק ״מאכט מען (כעין) נאך״ די תנועה וואס פעהלט דאס אויס צו מאכן מעיקרא.


גאנץ א גוטע טעאריע. אבער מיין קשיא אויף דעם איז אז מענטשען טאנצן נאר ווען מ׳שפילט געוויסע מעלאדיס און rhythms ביי beats פון שנעלע מוזיק. ביי שטייטע ניגונים טאנצט מען נישט. קען זיין אז ביים פראדוצירן שטייטע מוזיק נוצט מען טאקע אנדערע מאוומענטס, נאר א פידל וואס די מאוומענט איז אנדערש, און ביי שנעלע מוזיק נוצט מען drums און אנדערע Instruments מיט א שנעלערע tempo, און דעריבער שפיגלעט עס אפ א אנדערע reaction.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
דער האט דא א שטיקל רעיון

https://www.scientificamerican.com/arti ... rts-dance/

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:22 am
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:דער האט דא א שטיקל רעיון

https://www.scientificamerican.com/arti ... rts-dance/


זיי ברענגן די זעלבע Mirror neuron טעאריע וואס הרב מי אני ברענגט פריער.

דא האט איר וויקיפידיע:

Mirror neuron
https://en.wikipedia.org/wiki/Mirror_neuron

Neuroscience of music
https://en.wikipedia.org/wiki/Neuroscience_of_music

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:46 am
דורך גאנצל
געווענליכע טאטע מאמע פירן קינד אונטער די חופה האבן זיי אין זיך א זיכערקייט אז ס'גייט זיך אויסארבעטן איז עס ביי זיי א שלימותדיגע שמחה

Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:37 am
דורך ברוינשטיין
מען טאנצט ווייל מ'וויל אויספוילן מיט שמחה אז די נייע פּאָר זאל זיך אויסארבייטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 6:34 am
דורך יאסל ראקאווער
דער שפיץ חכם טאנצט ווייל ער ווייסט אז ער האט געטוהן די בעסטע וואס איז שייך און ער פילט פונקט יעדע מענטש ארום די וועלט ביי זיין אייגענע חתונה אדער ווי יעדער ארום די וועלט שפירט ביי זייער זון'ס/טאכטער'ס חתונה און ער האפט טאקע אז א שענערע חתונה קומט נישט.

און יעדער אנדערש טאנצט ווייל מ'איז נישט מחלק פון א עכטע חתונה. וואסארא שמחה ס'איז דא ביי עכטע חתונה איז דא דא אויכעט דא. פשוט אפילו אויב ס'איז נישטא א שמחה ממש איז אונזערע לעבען אויסגעשטעלט אז מ'איז נישט מחלק.

פארוואס דארף יעדע חתן די זעלבע שטאפיר?
פארוואס דארף יעדע ארימאן חתונה מאכן ווי א גביר?
פארוואס קויפט מען מתנות ביי די שידוך ברעכן כאילו ס'איז שוין דא געפילן און ליבשאפט?
פארוואס דארף יעדער וואוינען וואו די מיידל וויל וואוינען?
פארוואס וואגט זיך קיינער נישט רעדן מיט א כלה אדער מחותן צו מחותן אויב מ'וויל בורט קאנטראל אפאר חדשים. מאכן זיכער אז די בליינד דייט ארבייט זיך אויס?
פארוואס מאכט יעדער שבע ברכות על אפם ועל חמתם?


מ'האט פארגעשריבן א סיסטעם און יעדער גייט עס דורך, און ס'איז דא א סאשעל קאנטראקט, קיינער נוצט נישט די שכל אדער פרעגט קשיות. אויב יא וואלט א שידוך נישט געשען לכתחלה ביים דיינונג רום טיש נאך צוויי שעה זיצונגען.

די manual שטייט דא אין וויליאמסבורג/חסידים לאנד ארבייט שידוכים און זיווג מיט א כאילו הקרב חטאת סיסטעם, און קיינער טאר נישט טוישען. אויב ס'איז דא פלאץ פאר individualism וואלט די שידוך נישט געשען, וואלט די חתונה נישט געווען וואלט די סיסטעם רעדלעך זיך נישט געדרייט. ס'איז א דארווין מאמענט. די סיסטעם מוז ווײטער פארן. מ'מוז שפילען די גאנצע פראדוקציע ווי א עכטע חתונה. אז חתונה ארום די וועלט טאנצט מען טאנצט דא אויך.

א חתונה קומט מיוזיק? איז דא מיוזיק.
א חתונה קומט מיט פיש, זיפ, פלייש. יעדער האט עס. נישט דא איינער זאל זאגן איך וויל א אנדערע אויסשטעל.
יעדער וויל בלומען ווי יעדען
מתנות ווי יעדען
א שטריימעל ווי יעדען
קליידער די קאליר ווי יעדען
יעדער שפילט זעלבע פרייליך
זעלבע בעל בתיש

ווייל in order ס'זאל זיך דרייען ווייטער מוז מען די גאנצע געים שפילען, יעדער מוז האבן די זעלבע רולס, כאילו! אזוי אז די קינדער זאלן נישט פרעגן שאלות און טראכטן.

מיינט עס נישט אז די טאנץ איז נישט עכט. ס'איז עכט! איינמאל מ'גייט אריין און חתונה mood שפילט מען מיט fully פוןַ א ארענטליכע פלאץ. די טאנצערס איז נישט פעיק. און אז ס'קומט א פרעמדער טאנצט ער אויך מיט טאקע. נישט ווייל ער וויל זיין פארט פון די סיסטעם. ווייל די שליסל פון חתונה איז אנגעצינדן און די עמאציאנאלע הרגישם פון א כאילו עכטע חתונה ברענט פארכאפט עס עכט און א חתונה טאנץ. מ'טאר נישט טראכטען אויב יא צושטערט מען די געים.

דער עולם איז איינגעלאדענט צו וואטשעןַ די מאווי The Truman Show
אבער ס'איז At Your Risk צו כאפן די עמקות פון די גאנצע מהלך. Knowledge is Pain. הציץ ונפגע.

נ.ב. אויב קוקט איר די מאווי אויף מיין רעקאמענדאציע און איר פארשטייט מיט דעם פארוואס מ'טאנצט ביי א חתונה און די סאשעל קאנטראקט. ביטע גוט איבער די סוד ווייטער פאר דער וואס איז ראוי צו פארשטיין און לאזט מיר וויסן אויב איר agreed מיט מיר. אז נישט וויל איך טאקע הערן פארוואס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:13 am
דורך הוגה
יאסל ראקאווער האט געשריבן:דער עולם איז איינגעלאדענט צו וואטשעןַ די מאווי The Truman Show
אבער ס'איז At Your Risk צו כאפן די עמקות פון די גאנצע מהלך.

נ.ב. אויב קוקט איר די מאווי אויף מיין רעקאמענדאציע און איר פארשטייט מיט דעם פארוואס מ'טאנצט ביי א חתונה און די סאשעל קאנטראקט. ביטע גוט איבער די סוד ווייטער פאר דער וואס איז ראוי צו פארשטיין און לאזט מיר וויסן אויב איר agreed מיט מיר. אז נישט וויל איך טאקע הערן פארוואס.


די שרייבער און פראדוצירער פון The Truman Show זיצן און שמייכלן זיך אונטער און האבן הנאה פון די quoted שורות וואס זיי האבן אריינגערוקט אינעם סקריפט אין די לעצטע רגע. עס מאכט די שאו פילן so much more real... :D

איך מיין עס גראדע גאנץ ערנסט. די טרומאן שאו איז נישט קיין משל אויף חרדיזם נאר אויף די גאנצע בריאה. דאס איז די genius פון דער מאווי.


.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:38 am
דורך יאסל ראקאווער
הוגה האט געשריבן:

איך מיין עס גראדע גאנץ ערנסט. די טרומאן שאו איז נישט קיין משל אויף חרדיזם נאר אויף די גאנצע בריאה. דאס איז די genius פון דער מאווי.


.


ס'האט א מוסר השכל פאר די גאנצע בריאה, פאר חרדיזם איז עס די סוד הבריאה ממש.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:51 am
דורך מי אני
יא יא. אחוץ פון דעם געדאנק פון וואס כ׳האב צוגעברענגט אויבן לגבי סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם און אז די קאַנסטראָקטס וואס מענטשן אין די געזעלשאפט האבן אין אייניג שטעלט טאקע אויס דאס עצם רעאליטעט פאר׳ן אינדיווידואל, גייט דאס אויך אין איינקלאנג מיט דאס געדאנק פון רוֺיל טעאריע אין סאציאלאגיע. והיינו, אז אקטיוויטעטן פון מענטשן ווערן נקבע לויט די ראלעס וואס דאס געזעלשאפט פארלאנגט און שטעלט צו צום אינדיווידואל אין די רעלאטיוו אומשטענדן און דאס וואס דו דארפסט ״אויסשפילן״. אין אונזער קאנטעקסט: יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״מחותן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן; יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״חתן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן. וכהנה וכהנה. און ״עס קומט״ אז דו דארפסט דיך פרייען און זיין בשמחה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:10 am
דורך יאסל ראקאווער
מי אני האט געשריבן:יא יא. אחוץ פון דעם געדאנק פון וואס כ׳האב צוגעברענגט אויבן לגבי סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם און אז די קאַנסטראָקטס וואס מענטשן אין די געזעלשאפט האבן אין אייניג שטעלט טאקע אויס דאס עצם רעאליטעט פאר׳ן אינדיווידואל, גייט דאס אויך אין איינקלאנג מיט דאס געדאנק פון רוֺיל טעאריע אין סאציאלאגיע. והיינו, אז אקטיוויטעטן פון מענטשן ווערן נקבע לויט די ראלעס וואס דאס געזעלשאפט פארלאנגט און שטעלט צו צום אינדיווידואל אין די רעלאטיוו אומשטענדן און דאס וואס דו דארפסט ״אויסשפילן״. אין אונזער קאנטעקסט: יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״מחותן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן; יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״חתן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן. וכהנה וכהנה. און ״עס קומט״ אז דו דארפסט דיך פרייען און זיין בשמחה.


זייער שיין. האסט געשריבן דערויף אבער היינט פארטאגס האב איך עס געהערט טיפער. איך האב געכאפט אז אויב למשל איז א average מענטש ארום די וועלט 40 צו 60 פראצענט סאשעל קאנסטראקט וכו' זעמיר אונז 95 פראצענט אזוי. ממש כל כולו קא-דעפענדענסי. וויאזוי איך האב געשריבן @הוגה וועגן די מאווי. פאר די גאנצע וועלט איז עס אפשר א רמז לדבר און טיפע חומר למחשבה אבער פאר אונז איז עס א wake up call.

שוין, דארף איך יעצט ליינען מער וועגן רויל טעאריע אויך (rule, role or royal?).

אזוי אגב @הוגה קען איך אייך פרעגן פארוואס אייער לאגא איז א בילד פון די לעגענדארישע טוען רב גרויז שליט"א? (נישט אז א לעגאנדישע טוען איז א מעלה. ס'איז א מציאות און עס גייט סייווי נישט אן אז אונז ווייס מיר אז טוענת איז א גארבידזש ביזנעס און מ'קען שמועסן ערגעץ אנדערש פארוואס)

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:19 am
דורך מי אני
יאסל ראקאווער האט געשריבן:שוין, דארף איך יעצט ליינען מער וועגן רויל טעאריע אויך (rule, role or royal?).

https://en.wikipedia.org/wiki/Role_theory

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:28 am
דורך הוגה
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אגב @הוגה קען איך אייך פרעגן פארוואס אייער לאגא איז א בילד פון די לעגענדארישע טוען רב גרויז שליט"א?


איך האב גארנישט מיט הרב גרויז. סתם גענומען דער בילד אלץ די ווערטער בקרן דרומית מערבית.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:41 am
דורך מי אני
יאסל ראקאווער האט געשריבן:זייער שיין. האסט געשריבן דערויף אבער היינט פארטאגס האב איך עס געהערט טיפער. איך האב געכאפט אז אויב למשל איז א average מענטש ארום די וועלט 40 צו 60 פראצענט סאשעל קאנסטראקט וכו' זעמיר אונז 95 פראצענט אזוי. ממש כל כולו קא-דעפענדענסי. וויאזוי איך האב געשריבן @הוגה וועגן די מאווי. פאר די גאנצע וועלט איז עס אפשר א רמז לדבר און טיפע חומר למחשבה אבער פאר אונז איז עס א wake up call.

עפ״י די קאנצעפט/טעאריע איז לכאורה פשוט אז ווי מער דאס געזעלשאפט איז פועל אויף ווי מער אספעקטן פון אן אינדיווידואל׳ס לעבן, אזוי ווי עס איז טאקע אויסגעשטעלט אינעם טייט-ניט און שטארק קאלעקטיוויסט אינסולארן חרדי׳שן געזעלשאפט, אלס מער שׁעירד קאַנסטראָקטס זענען דא און אלס מער וועט זייער אינפלוענס זיין אויף דעם אינדיווידואל׳ס פּערסעפּשאן פון רעאליטעט.

דאס זעלבע איז לכאורה לגבי ראלעס און דאס עקסטער שטארקע דגוש וואס אזא סארט קאלעקטיוויסט ‏געמיינשאפט ווי אונזערס (לעומת אנדערע) לייגט אויף זיי.