אבל כל הרוצה ליטול את השם יחזור ויאכל שום וריחו נודף.

יואליש האט געשריבן:ס'איז געווען א גרויסע שמועס פאראיאר אפריל (א זוך אויפ געוועב וועט דיר נישט אנטוישן) ווען די קליינע ריזיקע פון בלוט קלאט ביי זשאנסן און זשאנסאן איז געווארן אויפגעבלאזן און די ריזן סכנה פון בלוט קלאט ביי קאוויד איז געווארן פארדעקט. די באן איז ווייטער געפארן. יעצט האמיר די באקאנטע זשאו ראגן עפיזאד ווי ער האט זיך פאר'חזר'ט פארענט פון אלע זיינע צוהערער ווען מ'האט אים אויפגעקלערט אז קאוויד איז א פיל גרעסערע ריסק פאר מייאקארדייטיס ווי די וואקסין. און די באן פארט ווייטער. כ'לייך נישט צו פירן וויכוחים מיט וואקסין קווענקלערס. ס'איז א שאד די ענערגיע און צייט. עצי שיטים האט זיך נישט אנגעגעבן אלס א קווענקלער.
אבל כל הרוצה ליטול את השם יחזור ויאכל שום וריחו נודף.
וואלווי האט געשריבן:קען זיין אז ס'דא נאך עפעס וואס הארגעט?
די אנטי וואקס טענה'ן אז מ'נעמט נישט בלייבט מען לעבן, די פרא וואקס טענה'ן אז מ'נעמט לעבט מען איבער.
נישט א גוטע צייט זיך צו איינהאנדלען א מלאך המות לייסענס, שוואכע ביזנעס..
יואליש האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. און לאמיר אויסשמועסן די פרעימווארק פאר אן אינטעליגענטע שמועס. די רעדע דא איז excess deaths אדער excess mortality, דאס הייסט א דראמאטישע אויפשטייג אין טויט פעלער ווען מ'איז מדמה צוויי פעריאדן. די מהלך איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די וועלט אלס אן אומדירעקטע מיטל צו שאצן די קאוויד טויט ראטע. "דער וועקער" האט אהערגעשטעלט אן אויסנאמליכע מייסטערפולע ווערק און פרובירן צו ניצן דאס זעלבע מיטל פאר די היימישע קאוויד טויט ראטע.
יעצט, זעהט זיך אויס, אז העניך באמערקט ווידער אן אויפשטייג און הלווית המת מודעות און ווינדערט זיך וואס איז די מעגליכע סיבה דערצו?
איז אזוי:
1) מ'ברויך קודם מחלק זיין בין דם לדם, ארויסקלויבן די טראגעדיעס פון די טויט צאל. טראגעדיעס נעמט אריין זעלבסטמארדן, עקסידענטעל נארקאטיקס אווערדאזעס, און פיזישע עקסידענטן -- פון א קאר עקסידענט ביז א מירון קראש. זעלבסמארדן און אווערדאזעס זענען tricky ווייל ביז בלויז לעצטענס האט מען זיי גאר סוקסעספולי אריינגעשארט און די "נישט אויפוועקט" קראנקהייט און ס'לאזט זיך קלערן אז א געוויסע פראצענט ווערט נאכאלס פארוויקעלט אין די טעפיך תכריכים. און די חילוק איז זייער וויכטיג צו טרעקן סיי ווען די פאקוס איז אויף פיזישע דיזיז און סיי ווען די פאקוס איז אויף פארנאכלעסיקייטן וועלכע ברענגן עקסידענטן און סיי ווען די פאקוס איז אויף סאציאלע דיזיז וואס זענען גורם טויט, במישרין ובעקיפין. אבער איטיליכער איז א שמועס פאר זיך. פאר אונזער שמועס ברויכן זיי ארויסקומען פון די דאטא סעט.
2) פון א געאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען אבאכט געבן אויב 'דער איד' איז קאנסיסטענט מיט זייער פאליסי איבער וועלכע געגענטער צו דעקן אין זייער obituaries.
3) פון א דעמאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען צולייגן קאפ וויפיל די עלטערע פאפולאציע וואוקס איז פון יאר צו יאר. מיר היימישע שפירן א האלאקאוסט אפעקט דא. א גאנצע דור, היצט בערך צווישן די עלטער פון 76 און 96, פעלט אונז. אבער וואס א יאר שפעטער ריקן זיך די פאסט-האלאקואסט דור אריין אין די טיפע עלטער ווי מענטשן שטארבן אויס. דאס מיינט מיר ערווארטן ממילא צו זעהן עטוואס אן העכערונג אין עלטערע טויט ראטע פשוט ווייל די מענטשן אין די עלטער ערשיינען צום ערשטן מאל נאך אן אפשנישט פון צוואנציג יאר פון האבן גאר ווינציג מענטשן אין די קאטאגאריע עלטער.
4) ווינטער,זאגן די עקספערטן, איז א זמן מוכן לפורענות. לכאורה צוליב די אויפשטייג אין סעזאנעל אינפעקציעס. דעריבער ווען מען איז מדמה טויט ראטעס, ברויך מען מדמה זיין ווינטער צו פריערדיגע ווינטערס און זימער צו פריערדיגע זימערס.
5) דא עקא פאר דאטא קאמפעריסאנס: לעצטע ווינטער (20/21) איז געווען ווייניגער אינפעקציע, און די פלו איז זאגאר עלימיניערט געווארן פון דעם סעזאן אין אן אומדירעקטע תוצאה פון די קאוויד זיכערהייט מאסנאמן. ווען א מענטש איז איינגעשפארט אינדערהיים, גייט בללויז ארויס מיט א מאסקע און פארברענגט נישט מיט אנדערע און זיכער נישט מיט א ציבור, גיט נישט אין אפיס, פארמיידט עס די טרענספער פון אלע קאנטעזשאס דיזיז, נישט נאר קאוויד. היי יאר, ווידעראום, יארע 21/22 איז געווען גאר א שווערע פלו סעזאן. מדמה זיין היי יאר ווינטער צום לעצטן יעריגען ווינטער איז ווארשיינליך פערלערהאפטיג.
6) אלזא, א שטודיע וואס איז מדמה היי יאר'ס ווינטער חדשים צו די ווינטער חדשים פון 18/19 איז לכאורה דאס נענטסטע צו אן אמת'ע צושטעל, מיט אביסעל עדזשאסמענט פאר די דעמאגרעפיקס וואוקס בכלל און די עלטערע יארגענג בפרט. ווי אויך וואלט געווען געראטן צו קענען מדמה זיין די פלו סעזאנען פון די צווי יארן.
אן קיין דאטא, אויב א פשוט'ע און שנעלע "עקסעס טויט" ראטע ציילונג צייגט א גאר הויעך ציפער היי יאר, קען מען שפעקולירן אז דאס איז צוליב די פלו סעזאן אדער די אמיקראן כוואליע, און מערסטענס לייגט זיך אויפן שכל אז ס'איז ביידע. אבער צו זאגן עפעס מיט קאנפידענץ, ברויך מען מער דאטא און בעסער "נארמאלאזירט" פאר קאמפעריסאן.
וואס מיר קענען יא זאגן מיט א זיכערקייט איז אז דאטא איז א פובליק סעיפטי געצייג און דעם ציבור'ס און יחיד'ס רעכט צו קענען וויסן. ווי מער אקוראטע דאטא אלס אפטער און פריער קענען מיר אויפכאפן טרענדס וואס דערוועקט אונז צו א סכנה אדער רופט צו פארבעסערונג אין געזונטהייט habits, ע"ד שלא תמות כדרך שמת פלוני.
ס'איז אן עוון פלילי און מעוות שלא יוכל לתקן און גזל מן הציבור ווען מ'טוט נישט סיסטעמאטיש טרעקן דאטא. און זיכער אזוי ווען מ'טוט בלאקירן דאס קאלעקשאן פון דאטא, און ווער רעדט נאך ווען מ'טוט פאלסיפיצירן דאטא צו צומישן די שטן. ס'איז א גיטע שפיצל ביז ס'קאסט נפשות בישראל. דאן איז די וויץ on us. ושוטים שקלקלו עתיד ליתן את הדין.
העניך האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:הייסט אז דער אינגערמאן איז געגאנגען אין וועירהאוז מיט קאוויד, און וועגן דעם איז עפעס אראפגעפאלן אויף זיין קאפ?
הרב לייפער פון לאנדאן איז געגאנגען אויפן גאס, און די מאפיא האט אים געהארגעט וועגן קאוויד?
כ׳בעט דיר…
כ'רעד דא וועגן די כלליות'דיגע פארמערונג פון טויטע איבער די לעצטע פאר חדשים, נישט ספעציפישע טראגעדיעס. גאר אסאך עלטערע אידן זענען לעצטנס אוועק.
קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.
פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.
יואליש האט געשריבן:מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען.
עצי שטים האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען.
אונז זענען פארקראכן צו א וואקסין ווס. קאוויד שמועס, אבער צום פותח האשכול'ס שאלה, איז מעגליך דא א תירוץ,
אסאך פון די וואס האבן דורגעלעבט קאוויד מיינען אז זיי זענען שוין געענדיגט, זיי זענען שוין מסודר, און זענען מער נישט אויפן מלאך המות ליסטע, אבער לויט ווי די ברענגסט איז עס ווייט נישט אזוי פשוט, און אפילו איינער וואס האט געהאט א לייכטע 'קאוויד' עקספיריענס, איז גאנץ מעגליך אז ער האט זייט ווירקונגען וואס ער ווייסט נישט דערפון, אריינגערעכנט 'בלוט קלאטס' (און בפרט איינער וואס האט געהאט קאוויד, און אויך גענומען די וואקסין, האט ער די ריזיקע פון די בלאד קלאטס סיי פון די קאוויד און סיי פון די וואקסין)
בקיצור, די עולם זאל זיין געווארנט, עדיין מרקד בינינו, עס איז נאכאלץ דא ריזיקעס
עובדיה האט געשריבן:לויט די נומערן איז ממש א פלא אז נאכדעם וואס רוב אמעריקע איז שוין וואקסינירט, ובפרט די עלטערע באפעלקרונג ווי 90 פערצענט זענען פולשטענדיג וואקסינירט, און דאך זעהט מען נישט קיין שום רעדוקציע אין די צאל טויטע טעגליך, אדרבה די לעצטע 7 חדשים (דאס הייסט פון july און ווייטער וואס רוב אמעריקא איז שוין געווען וואקסינירט) זענען געשטארבן בערך 300,000 מענטשן, וואס דאס איז מער ווי די חדשים פארדעם, אדער סיי ווען דורכאויס די פענדעמיק, איך פארשטיי אז ס'זענען געווען נייע וועריענטס אבער זענען די וועריענטס טאקע אזויפיהל מאל מער טויטלעך?
עצי שטים האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:מייאקארדייטאס ביי מיינערס איז 8 מאל העכר פון קאוויד ווי פון וואקסינען.
אונז זענען פארקראכן צו א וואקסין ווס. קאוויד שמועס, אבער צום פותח האשכול'ס שאלה, איז מעגליך דא א תירוץ,
אסאך פון די וואס האבן דורגעלעבט קאוויד מיינען אז זיי זענען שוין געענדיגט, זיי זענען שוין מסודר, און זענען מער נישט אויפן מלאך המות ליסטע, אבער לויט ווי די ברענגסט איז עס ווייט נישט אזוי פשוט, און אפילו איינער וואס האט געהאט א לייכטע 'קאוויד' עקספיריענס, איז גאנץ מעגליך אז ער האט זייט ווירקונגען וואס ער ווייסט נישט דערפון, אריינגערעכנט 'בלוט קלאטס' (און בפרט איינער וואס האט געהאט קאוויד, און אויך גענומען די וואקסין, האט ער די ריזיקע פון די בלאד קלאטס סיי פון די קאוויד און סיי פון די וואקסין)
בקיצור, די עולם זאל זיין געווארנט, עדיין מרקד בינינו, עס איז נאכאלץ דא ריזיקעס
יואליש האט געשריבן:עובדיה האט געשריבן:לויט די נומערן איז ממש א פלא אז נאכדעם וואס רוב אמעריקע איז שוין וואקסינירט, ובפרט די עלטערע באפעלקרונג ווי 90 פערצענט זענען פולשטענדיג וואקסינירט, און דאך זעהט מען נישט קיין שום רעדוקציע אין די צאל טויטע טעגליך, אדרבה די לעצטע 7 חדשים (דאס הייסט פון july און ווייטער וואס רוב אמעריקא איז שוין געווען וואקסינירט) זענען געשטארבן בערך 300,000 מענטשן, וואס דאס איז מער ווי די חדשים פארדעם, אדער סיי ווען דורכאויס די פענדעמיק, איך פארשטיי אז ס'זענען געווען נייע וועריענטס אבער זענען די וועריענטס טאקע אזויפיהל מאל מער טויטלעך?
ס'איז דא צופיל נישט וואקסינירטע, ובפרט נישט געבוסטע אין אמעריקע. אין דעצעמבער ווען די אמיקראן וואריאנט איז ערשינען זענען בלויז 60% אמעריקאנער געווען גענצליך וואקסינירט.
און נישט נאר עלטערע שטארבן, הגם זיי שטארבן דיספארפארציאנאל צו זייער שעיר פון די פאפולאציע, זענען זיי בעצם א קליינע שעיר פון די פאפולאציע אוועראל. ממילא אפי' אויב אנדערע גרופעס שטארבן אלס א קלענערע פארציע פון זייער חלק, איז עס נאכאלס פיל אין ציפערן ווייל ס'איז דא פיל מער פון זיי.
ס'איז קלאר אז אומוואקסינירטע באשטייערן ס'רוב פון די טויט ראטע.
די אינטערנעט איז פיל מיט די דאטא צו ענטפערן דיין פראגע, אבער א שנעלע זוך האט מיר געברענגט צו עטליכע גראפן וואס קען אביסעל לינדערען די פלא:
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: האסט פארגעסן מדגיש צו זיין אז ביי בלאד קלאטס איז פארהאן 2 ערליי. די ערשטע הייסט DVT. דאס מיינט "דיעפ וועין טהראמבאסיס", דאס קומט מיט פיין און געשווילעכץ (געוויינליך אין די פוס). דאס איז נישט קיין באלדיגע סכנה. די צווייטע הייסט PE. "פולמאנערי עמבאליזם", דאס מיינט א געשווילעכטץ/פארשטאפונג אין די לונגען. דאס איז זייער א גרויסע סכנה, ווייל ס'קען צו גיין צו די לונג און שטערן דאס אטעמען, אדער קען עס (ח"ו) אוועקשווימען צו דעם מח. דאמאלס באקומט דער מענטש א סטראוק, ל"ע. און די שטודיע רעדט פון די 2'טע מין...!
יואליש האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:
עצי שיטים, כ'בין נישט זיכער אז די וואקסין פלאס קאוויד ארגומענט איז אויסגעהאלטן סייענטיפיש. ס'שיינט מיר אלס א פשט'ל פון לאגיק. אדרבה, ברענג דאטא.
גערעכט עס איז געווען א לאגישן חשבון נישט געבעיסט אויף דעטא, פשוט, 2+8=10, פארוואס איז דאס נישט אויסגעהאלטן סייענטיפיש?
אזוי ווי דער דאקטאר ווארענט מ'זאל זיין אויף די וואך: "People with COVID-19 should pay attention to their health and seek medical care if they experience symptohest pain, chest pressure, palpitation, swelling in the legs, etc."
יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.
העניך האט געשריבן:עובדיה האט געשריבן:אויף אייוועלט האט איינער צוגעצייכנט צו דעם לינק וואס ווייזט אנגעבליך אז ס'איז גאר דא א גרעסערע פראצענט טויטע ביי וואקסינירטע עכ"פ ביי די יעצטיגע אמיקראן כוואליע, אדרבה אויב איינער קען דאס פארענטפערען וואלט איך אפרישיעטעד: https://dailyexpose.uk/2022/02/06/canad ... vaccinated
פארוואס דארף מען דאס "פארענטפערן"? ווער איז Daily Expose? האסט שוין אמאל געהערט פון דעם וועבסייט פאר דו האסט מטריח געווען מענטשן צו קוקן אויף דעם לינק און זיך רעכנען דערמיט? ברענגען אזעלכע לינקס פארדרייט סתם א קאפ, און איז פשוט א זלזול אין די מיטשמועסערס.
ליתר שאת האב איך אריינגעלייגט די ווערטער Daily Expose אין גוגל, און תיכף האב איך געזען אז פילע וועבסייטס רעדן וועגן זייערע פאלשע קלעימם.
עובדיה האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.
דא ווערט צוטיילט די צאל קאוויד טויט פעלער לויט די יארגאנג פון די באפעלקערונג, און ס'קומט אויס אז 75 פראצענט פון די טויטע זענען געווען ביי +65.
די קשיא איז געווען פארוואס מ'זעהט נישט אז די טעגליכע טויט צאל זאל שטארק אראפגיין, נאכדעם וואס רוב פון די באפעלקרונג און רובא דרובא פון די עלטערע באפעלקרונג וואס ליידן די מערסטע זענען שוין וואקסינירט, וואס דאס ברענגט אראפ די טשאנסן פון שטארבן מיט 13 מאל לויט די נומערן וואס [tag]העניך[/tag] האט דא געברענגט.