בלאט 2 פון 3

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 2:53 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 7:10 pm לייוו יעצט

https://www.youtube.com/live/UlXi_UxXfK ... kBXbKXwfeK
איך האב (נאך) נישט מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד. נאר דערווייל עטליכע אבזערוואציעס:
דער הערליכער און רירנדער מעמד איז געווען זייער שטארק "אינקלוסיוו". א יעדער קרייז איז געווען רעפרעזענטירט. די אנפיהרערס האבן אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר גדולי ישראל פון א יעדע קהילה. סיי חסידים, ליטוויש/ישיבה'ש און סיי ספרדים. אויך די זינגערס און שפילערס האבן רעפרעזענטירט אלע שיכטן פון כלל ישראל. ס'איז געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי זינגערס מיט א ליטווישן לבוש און געשטעל זינגען מיט א ווארימקייט די אלע חסיד'ישע ניגונים. עז עי סייד נאוט. איז מיר א חידוש אז דער זינגער אהר'לע סאמעט, וואס איז געווען אנגעטון מיט דעם גאנצן שבת ויו"ט'דיגן לבוש (ווייל אין בעלזא גייט מען נישט מיט ווייסע זאקן אום שבת. נאר יום טוב.) האט געשפיעלט אזא קליינע ראלע. ער האט מיטגעזינגען מיט דעם אנדער'ן זינגער. ער איז דאך א גרויסער מומחה אין מאכן א מצב.

ס'איז מיר א חידוש אז איין קהילה/חסידות איז ארויסגעשטאנען מיט זייער אפוועזנהייט. ליובאוויטש. איך בין זיכער אז ר' דויד האפשטעטער און זיינע מיטהעלפערס האבן זיי גערופן. זיי האבן דאך זיכער אויך עטליכע גדולי הוראה.

היינט איז שוין (כמעט) נישט דא קיין חילוק צווישן חסידים און "מתנגדים" די אידן פון די ליטוויטשע קרייזן האבן געזינגען די חסיד'ישע ניגונים פונקט מיט אזא ווארימקייט.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 9:25 am
דורך בן ישי
אהר'לע איז נישט דארט געווען, זיי האבן אנגעצינדען א ווידאו פון א מעמד און ארץ ישראל וואס דארט זעהט מען אסאך גדולי ישראל און אהר'לע זינגט, און יעדער דארט גייט בגדי שבת.

גראדע האלט איך אז ס'איז געווען זייער א מאדנע זאך צו טוהן בשעת וואס די האסט דא א בענד מיט זינגערס לייוו.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 10:04 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ייש"כ. דרך אגב איז מיר אויך פארענטפערט געווארן פארוואס די קהילה קדושה חב"ד איז נישט אנוועזנד געווען ביי דעם מעמד אדיר. איך בין זיכער אז מ'האט זיי גערופן. נאר אין ליובאוויטש איז דער משנה ברורה א ביסל "אפגעפרעגט". זיי פס'קנען נאר לויט'ן שו"ע הרב (בעל התניא). ס'איז מיר דאך א חידוש. ווייל דער חפץ חיים זצוק"ל אין משנה ברורה ברענגט א סאך פסקים און הלכות פון הרב בעל התניא זצוק"ל. ער צייכנט אבער אייביג צו און געט קרעדיט פון וואו ער האט עס גענימען, אין משנה ברורה אליין. אדער אין שער הציון. ער רופט איהם בלשון חיבה... הגאון ר' זלמן. אדער הגר"ז. מיט ראשי תיבות.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:03 pm
דורך א גוט יאר
קאנצערט חוה"מ איז אסור, קאנצערט/ מעמד קבלת שבת איז מותר
אהא...

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:17 pm
דורך berlbalaguleh
ווער זאגט אז קאנצערט/קומזיץ חוה"מ איז אסור? מ'לאכט זיך אויס. מ'הערט אויס און מ'גייט ווייטער.

דו מיינסט רבנים קענען נישט אמאל רעדן שטותים...!

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:21 pm
דורך א גוט יאר
איך רעד טאקע פון די רבנים
ווי די רבי פלעגט זיי רופן "רע בנים "...
יענץ האבן זיי געאסרט, אבער דאס איז הייליג...

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 12:49 pm
דורך היימלינד
צ/ק
א קאנצערט ברשות התורה
גארנישט מיט כבוד התורה ולומדיה

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:30 pm
דורך יין שרף
א גוט יאר האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:03 pm קאנצערט חוה"מ איז אסור, קאנצערט/ מעמד קבלת שבת איז מותר
אהא...
איינס פון זיי האט אן אויבן אן..

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 1:33 pm
דורך א גוט יאר
יין שרף האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 1:30 pm
א גוט יאר האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:03 pm קאנצערט חוה"מ איז אסור, קאנצערט/ מעמד קבלת שבת איז מותר
אהא...
איינס פון זיי האט אן אויבן אן..
הייסטעס זיי מיינען זיך,
אויב קענען זיי זיך משתתף זיין איז גוט, אז נישט זאל נישט אויסגערעדט זיין...

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 2:26 pm
דורך שלמונים
yn.NY האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:53 pm ס'ליידיג. ס'בושות.

https://x.com/hasidic_1/status/1799943690095669442
דערנאך ווי זיי האבן זיך ארוםדערזעהן אפאר טעג פארן מעמד מיט רוב זיצן נישט פארקויפט, זענען זיי אריין אין פאניק און ארומגעטיילט טיקעטס און פילע ישיבות. א חלק ניכר פון די באטייליגטע זענען טאקע געווען בחורים. מיט דעם אלעם איז עס געווען נישט מער ווי 60% פיל.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 4:18 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 10:04 am בן ישי: ייש"כ. דרך אגב איז מיר אויך פארענטפערט געווארן פארוואס די קהילה קדושה חב"ד איז נישט אנוועזנד געווען ביי דעם מעמד אדיר. איך בין זיכער אז מ'האט זיי גערופן. נאר אין ליובאוויטש איז דער משנה ברורה א ביסל "אפגעפרעגט". זיי פס'קנען נאר לויט'ן שו"ע הרב (בעל התניא). ס'איז מיר דאך א חידוש. ווייל דער חפץ חיים זצוק"ל אין משנה ברורה ברענגט א סאך פסקים און הלכות פון הרב בעל התניא זצוק"ל. ער צייכנט אבער אייביג צו און געט קרעדיט פון וואו ער האט עס גענימען, אין משנה ברורה אליין. אדער אין שער הציון. ער רופט איהם בלשון חיבה... הגאון ר' זלמן. אדער הגר"ז. מיט ראשי תיבות.
איך האב אמאהל געהערט אז זייער ברוגז מיט דער משנה ברורה איז ווייל אויף א געוויסע ארט ברענגט דער משנה ברורה א קשיא אויף "חכם אחד" וואס זעהט אויס מיינט דער גר"ז.....

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:49 pm צ/ק
א קאנצערט ברשות התורה
גארנישט מיט כבוד התורה ולומדיה
לאוו דוקא: איך האלט אז דרשו איז א גוטע זאך. נאר איך נעם נישט קיין חלק. איך לערן, ב"ה משנה ברורה אן דרשו. ועוד. די משנה ברורה מהדורת דרשו שטערט מיר. ווייל ס'איז מיט נקודות. ביי מיר א יעדע זאך אויסער א סידור מיט א חומש וואס האט נקודות שטערט עס מיר. ממש איך קען נישט אריינקוקן.

דרך אגב: ס'איז אין ד לעצטע פאר יאר געווארן א "טרענד" (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט די ווארט אין עברית.) צו דרוקן ספרים מיט נקודות. אפילו אזעלכע ספרים וואס ס'וואט לפענ"ד נישט אויסגעפעהלט. ווייל די ספרים זענען נישט פאר מתחילים. אדער מתחזקים. ווען איינער איז שוין א פאר יאר אין מצב פון התחזקות (חוזר בתשובה) און ער האט שוין געלערנט אין ישיבות קען ער שוין ממילא אן נקודות.

למשל: אור החיים הק' אדער ספר באר מים חיים. מילא, ספרי מוסר ווי אורחות צדיקים, מסילת ישרים אדער פלא יועץ קען איך נאך פארשטיין.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2024 5:00 pm
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:39 pm
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 12:49 pm צ/ק
א קאנצערט ברשות התורה
גארנישט מיט כבוד התורה ולומדיה
לאוו דוקא: איך האלט אז דרשו איז א גוטע זאך. נאר איך נעם נישט קיין חלק.
די שאלה איז געווען די פערספעקטיוו אויף די סיומים נישט אויף די עצם רעיון פון דרשו, און אויף דעם האב איך גענטפערט.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 12:39 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: ביי מיר א יעדע זאך אויסער א סידור מיט א חומש וואס האט נקודות שטערט עס מיר. ממש איך קען נישט אריינקוקן.

וואס פארשטייסטו נישט, די נקודות איז נישט געמאכט פאר אזוינע ת"ח ווי דיר, נאר פאר מענטשן ווי @אסטראלאג ודכוותיה 8-)

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 1:45 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
כמיין אז מוועט מאכן אן אויבנאן פאר די חשובע רבנים ביי די חוהמ קאנצערט וועט מען מער נישט הערן קיין פיפס פון זיי

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 9:48 am
דורך [NAMELESS]
שארף....

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2024 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 9:48 am שארף....
אבער אמת:

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 12:54 am
דורך berlbalaguleh
נאך איין קאמענט איבער די אפ-וועזנהייט פון ליובאוויטש ביי די דרשו סיומים.

אונז האמיר אייביג געוויסט אז ליובאוויטש, אלס חסידות און פאליטיקל ענטיטי איז ריין פון אגענדאס. יעצט זעהמיר אז זיי האבן אויך אגענדאס. פונקט אזוי ווי א יעדע אנדערע גרופ. נאר א יעדער האט זיך זיינע/זייערע אינטרעסן.

ביי איין גרופ איז עס דף היומי. ביי א צווייטע גרופ איז עס משנה ברורה. ביי א דריטע גרופ קען עס זיין כתבי הראי"ה. (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...ווי די גמ' זאגט..."סדנא דארעא חד הוא"...!

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 1:07 am
דורך קל לזכור
שוין יארן וואס איך וואונדער מיר פארוואס צו דרשו קאנצערטן און כא כסליו מעג מען גיין, אבער צו א מעמד מיט די רבנים החסידים ר' אברהם פריעד און ר' מרדכי ווערדיגער טאר מען נישט

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 1:08 am
דורך א גוט יאר
קל לזכור האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 1:07 am שוין יארן וואס איך וואונדער מיר פארוואס צו דרשו קאנצערטן און כא כסליו מעג מען גיין, אבער צו א מעמד מיט די רבנים החסידים ר' אברהם פריעד און ר' מרדכי ווערדיגער טאר מען נישט
חלילה...!

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 1:34 am
דורך ים של שלום
מיין נעפיו, א פופצן יעריגע בחורל איז געגאנגען צו די דרשו לקראת שבת מעמד. פרעג איך אים אויב עס האט געהאט עפעס א השפעה אויף אים. זאגט ער יא, ער וויל אויך ווערן א זינגער....

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 8:38 pm
דורך קלמישל2
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:54 am נאך איין קאמענט איבער די אפ-וועזנהייט פון ליובאוויטש ביי די דרשו סיומים.

אונז האמיר אייביג געוויסט אז ליובאוויטש, אלס חסידות און פאליטיקל ענטיטי איז ריין פון אגענדאס. יעצט זעהמיר אז זיי האבן אויך אגענדאס. פונקט אזוי ווי א יעדע אנדערע גרופ. נאר א יעדער האט זיך זיינע/זייערע אינטרעסן.

ביי איין גרופ איז עס דף היומי. ביי א צווייטע גרופ איז עס משנה ברורה. ביי א דריטע גרופ קען עס זיין כתבי הראי"ה. (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...ווי די גמ' זאגט..."סדנא דארעא חד הוא"...!
זיי וועלן גיין טאמער וועט ער מאכן פאר חתת. גמרא איז נישט זייערס א זאך.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 10:41 am
דורך גארטל
קלמישל2 האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 8:38 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:54 am נאך איין קאמענט איבער די אפ-וועזנהייט פון ליובאוויטש ביי די דרשו סיומים.

אונז האמיר אייביג געוויסט אז ליובאוויטש, אלס חסידות און פאליטיקל ענטיטי איז ריין פון אגענדאס. יעצט זעהמיר אז זיי האבן אויך אגענדאס. פונקט אזוי ווי א יעדע אנדערע גרופ. נאר א יעדער האט זיך זיינע/זייערע אינטרעסן.

ביי איין גרופ איז עס דף היומי. ביי א צווייטע גרופ איז עס משנה ברורה. ביי א דריטע גרופ קען עס זיין כתבי הראי"ה. (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...ווי די גמ' זאגט..."סדנא דארעא חד הוא"...!
זיי וועלן גיין טאמער וועט ער מאכן פאר חתת. גמרא איז נישט זייערס א זאך.

פיין לערנען זיי גמרא!
(די ישיבה אין 770 לערענט יעצט איינס פון די בבא'ס).

זיי גייען נישט ווייל ביי זיי איז מען קיינמאל נישט געגעאנגען צו אזאנע ליפטיגע איווענטס. זיי זענען נישט געווען ביי סיטי פילד און נישט ביי פילע אנדערע זאכן דורכאויס די יארן. זייער רבי האט אויך נישט על פי רוב (אדער קיינמאל) אינטערגעשריבן אויף די אלע קול קורא'ס.
זיי האבן געניג אייגענע אינטערטעמענט דורך די גאנצע יאר, זיי דארפן נישט צוקומען צום קאנאדישן עושר.

אגב לדעתי [לדעתי] האבן זיי היינטיגע צייטן דאס בעסטע סיסטעם פון לערנען פון נורסערי ביז נאך כולל. (פאר די ערנסטע ציבור, וואס איז נישט פארקראכן).