נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:03 pm
מ'קען מסביר זיין יענע איד, פארוואס ער האלט אז עס איז אפיקורסות.
ווייל אויב מען גלייבט אין גאט אז ער איז בלי גבול און סיבה ראשונה, מוז ער דאך זיין דא פאר א סיבה, ווייל אויב נישט איז ער א מקרה וואס איז א געוויסע צמצום, און אויך דארף זיין עפעס העכער איהם, ממילא מוז זיין אז גאט איז א תכלית.
יעצט אויב גאט איז בלי גבול, זענען זיינע פעולות א חלק פון איהם, ווייל אויב נישט נאר די זאגסט אז ער טוט א פעולה, ביזטו איהם ווייטער מצמצם.
איז אויב זיינע פעולות זענען א חלק פון איהם, מוזן זיי האבן א תכלית אזוי ווי ער אליין, און ממילא מוז די אפפענדיקס האבן א תכלית, און אויב זאגסטו אז נישט האסטו מצמצם געווען גאט, ביזטו אן אפיקורס.
יעצט דאס וואס די פרעגסט:
איז נישט קיין קשיא, ווייל פונקט ווי מ'קען נישט פרעגן צו די גאט קען קאמיטען suicide, וואס לכאורה אויב זאגט מען אז גאט קען נישט ביזטו מצמצם גאט, נאר וואס דען, גאט קען נישט ווייל דאס איז א חלק פון גאט אז ער איז חי וקים לעולם, איז די זעלבע זאך מוזן זיינע פעולות זיין פאר א תכלית, ווייל דאס איז מהותו.
(איך בין זיכער אז יענער האט עוסק געווען ממש אין די סוגיא @פאר'ן דאווענען, מאכענדיג א הכנה גדולה צו דאווענען בביטול גמור)

קהל'ס נער האט געשריבן:ויותר מזה, די ביסט מצמצם דעם אייבערשטן, הייסט אזוי ווען די אייבערשטער וויל אריינלייגן א אפפענדיקס אינעם מענטש, קען ער נישט, ער מיז ערשט אויפקימען א סיבה פארוואס עס אריינצילייגן, כדי ציפרידן צישטעלן משה גרונם, דאס איז אפיקורסות.