בלאט 2 פון 4
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:40 pm
דורך ברוינשטיין
-שמעוסן מיט איינער וואס איז קלוגער פון מיך
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:40 pm
דורך שאלתיאל
א לייק אויף א פאסט אין קאווע שטיבל ( נעע, כ'האב נישט געמיינט

..)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:46 pm
דורך שאלתיאל
פראקטיצירן מעדיטאציע ביים ברעג פון א שטילן ביטש אויף די זאמד נעבן די רוישיגע כוואליעס...
גיין שפאצירן צווישן בערג ארומגענומען מיט הערליכע אויגפארכאפענדע און הארץ בארואיגענדע לאנדשאפט ווען א קיל אנגענעמע ווינטל בלאזט אויף דיר באגלייט מיט גלעטענדע זון שטראלן און לאזן די מחשבות פריי לויפן...
כאפן א פרישע טיפע 'דערהער' וואס ברענגט מיך צו טראכטן פונקט פארקערט פון פריער..
דיסקוסירן א זאפטיג שטיקל פאליטיק, השקפה, פילאסאפיע און זיך ארויסגעבן דערביי די נשמה..
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:48 pm
דורך ברוינשטיין
ליגן אויף גראז מיטן פנים אראָפ און שמעקן די פרישע גראָזיגע בליענדע שמעק
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 6:28 pm
דורך pseudonym1
ווען צוויי פון דיינע בעסטע YouTubers מאכן א Collab
ווען דו מיינסט האסט פארלוירן דיין פאון/ בערזל/ שליסלעך, אבער למעשׂה איז עס אין אן אנדערע טאש.... What a relief!!
ווען סיי די שאכטל סיריעל און סיי די באטל מילך ענדיגן זיך פּונקטליך מיט דיין טעלער (נאכן 'רי-פילן' צווי-דריי מאל, פארשטייצעך)
שיילן א Tangerine און די שאלאכץ קומט אראפּ אין איין לאנגע שטיקל.
טרעפן א Parking spot גלייך פארנט פון מיין הויז (נאכדערצו זונטאג און מיטוואך ביינאכט)
ווען איך קליק אפן א פעדער, און איך נוץ אויס די געלעגנהייט צו געבן אזא איבריגע צוואנציג-דרייסיג קליקס, און אזוי אן קוקן בכלל קומט עס אויס אז די לעצטע קליק האט עס געלאזט אפן, און איך שפּאר זיך די לעצטע אומ'חשק'דיגע קליק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 7:28 pm
דורך berlbalaguleh
דערוועקט האט געשריבן:איבערלאזן דעם האטעל צימער א חאזעריי ווי נאך א טעראר אטאקע און ארויסוואקן פון טיר ווי א מחותן.
דערוועקט: דיך לאז איך (בלי"נ) נישט (מער) אריין אין מיין האטעל. איך האב מיך טאקע געווינדערט ווער ס'האט איבערגעלאזט א געפערליכע חזיר שטאל אין ביהכ"ס. אויסגעפאטשקעט אלע זייפן. און אויפגעמאכט אלע האנטיכער. דער גוי האט געדארפט שווער ארבעטן אויסצגראדן די חאזעריי וואס דו און דיין משפחה האבן איבערגעלאזט...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 8:06 pm
דורך לשם יחוד
מוצאי פורים ווען די קינדער שלאפן שוין, אריינרוקן האלב פון די נאש אין די מיסט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:30 pm
דורך צקון לחש
pseudonym1 האט געשריבן:ווען די מיינסט האסט פארלוירן דיין פאן/בערזל/שליסלעך אבער למעשׂה איז עס אין אן אנדערע טאש
What a relief!!
דאס איז די סארט הנאה פון "דארווח לה זימנא" (קדושין ו:), עס איז זייער אן אינטערסאנטע זאך; עס ווערט א פאזאטיווע הנאה - יש מאין, ד.ה. די ריליעף פון סטרעס איז נישט בלויז א ריליף, נאר א פאקטישע פארגעניגן.
איך גלייב אז עס איז דא אן אפיציעלע טערמין דערויף אינעם ענגלישען שפראך, אפשר ווייסט איינער דערפון, [tag]מי אני[/tag]?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:00 pm
דורך מי אני
איך ווייס נישט אויב דאס איז וואס דו מיינסט אבער אין די סוגיא פון בּיהעיוויאריזם אין פּסיכאלאגיע (לגבי אַפּעראנט קאנדישאנינג) איז דא די פשוט'ע געדאנק פון ריענפאָרסמענט, והיינו שכר ווען מען וויל שטערקערן א געוויסע בּיהעיוויאר וואס איז דאס גורם אלס א קאנסעקווענץ, און פּאָנישמענט, דהיינו עונש ווען מען וויל אפשוואכן א געוויסע בּיהעיוויאר וואס איז דאס גורם אלס א קאנסעקווענץ. אבער בתוך ריענפאָרסמענט [שכר] אליין איז דא א חילוק צווישן פּאזיטיווע ריענפאָרסמענט, וואס איז פשוט ווען מען באקומט א גוטע זאך וואס מ'האט פריער נישט געהאט אדאנק די בּיהעיוויאר וואס מ'האט געטוהן, און נעגאטיווע ריענפאָרסמענט, וואס איז א "שכר" אז א פריערדיגע שלעכטע/נעגאטיווע סטימיולוס וואס איז געווען/מ'האט געהאט ווערט אפגעטוהן אדאנק די בּיהעיוויאר וואס מ'האט געטוהן. (דאס זעלבע, אין פארקערט, איז לגבי צוויי סוגי פּאָנישמענטס - פּאזיטיוו וואס געבט עפעס שלעכט מחמת הבּיהעיוויאר, און נעגאטיוו וואס נעמט אוועק עפעס גוט מחמת הבּיהעיוויאר.)
די משל וואס דו דערמאנסט איז א סארט נעגאטיווע ריענפאָרסמענט, הגם נישט אין די קאנטעקסט פון בּיהעיוויאריזם און "ריענפאָרסמענט".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
קראכן באבל Wרעפס....
שלאפן ווען עס גיסט אינדרויסן.
(איי העפין טו לאוו דיס אשכול....)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:44 pm
דורך תנחום
גיין מיט סניקערס ווען די גאנצע שטאט איז אין שטייפע עקאו שיך.
אפשיילען דעם דינעם בלעכל אויפן טעיסטער טשויס באטל און באקומען דעם פרישן קאווע גראך אין פנים אריין.
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:58 pm
דורך ברוינשטיין
-זיין דאס ערשטע ביים אָפשטייגן פונעם פליגער.
-עסן מצה מוצאי פסח (יא! לאָז דיך אָפ פון דעם פיצא בול-___)
-טשולנט פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה.
-אויפשטיין ערב יום כיפור איינס אזייגער נאכמיטאג (אין בעסטן פאַל שלאָגן קפרה'ס מיט געלט)
-ביטשן א ביגשאַט
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 6:48 am
דורך [NAMELESS]
א געלונגענער הכנות נאך א פארצויגענע קאנסטיפאציע.
גיין שאפינג אין שאפרייט און קוקן די היימישע פרייזן.
עסן מיט ס׳ווייב אין א טונקעלע מילכיגע רעסטוראנט שפעט ביינאכט.
אויפשטיין דרייע נאכמיטאג אום תשעה באב און זיך צוריקדרייען ביזן שקיעה.
חוה״מ שחרית ביחידות אן די טלית און תפילין.
אויפשטיין פרי צו כאפן טראפיק און זען אז עס איז נישטא קיין פארקער.
פארן אויפן פאליסעידס איינזאם אין א רעגנדיגער פארטאגס מיט די ׳ביטעלס׳ אויף א שטילע וואליום.
אריינשניידן אין א קאר און מיטהאלטן זיינע קללות פונעם ׳רעיר מירער׳.
ארויפגיין אויפן סקעיל רענדאם און זען אז עס פעלן עטליכע פונטן.
האלטן א נייגעבוירן קינד אין די הענט אינמיטן נאכט, אריינקוקנדיג אין די אויגן.
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 9:57 am
דורך [NAMELESS]
- פארברענגען מיט די ווייב ווי מער!
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 10:56 am
דורך וואלווי
אור האמת האט געשריבן:- פארברענגען מיט די ווייב ווי מער!
פארגעניגען פאר דיר, אדער פאר איר...?
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 1:39 pm
דורך הוגה
אלע צוזאמען האט געשריבן:פרישע שטייפע קאטשעניא ליל שישי מיט די ווארעמע חלות.
פרישע קאטשעניא איז קיינמאל שטייף און שטייפע (פארגליווערטע כצ"ל) קאטשעניא איז נישט פריש. און אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי מען טונקט חלה אין שטייפע קאטשעניא?
נאר א ווערטל
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 2:27 pm
דורך קידוש
עסן מעלאנע שבת נאמיטאג, נאך א דריי-און-א-האלב שעה'יגן 'דרימל'.
זיך אנגיסן א קאפ אראנדזש דזשוס מוצאי תענית 'פאר עלינו'.
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: פרייטאג מערץ 25, 2022 3:00 pm
דורך ברוינשטיין
-נייע אויגן גלעזער און זעהן אלעס קריסטאַל קלאָר.
נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2022 8:44 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ווען מיין סעקרעטארין האט מיר אנגעקלאגט אויף געמיינע רילעישענשיפ און ס’איז ארויס ברבים דורך דער רב פון ביהמ"ד וואס האט אויסגעשריגן אז איך בין א מנוול, די בושות זענען געווען שרעקליך און נישט איבערצוטראגן...
ויקץ והנה חלום.... ס'איז בלויז געווען א חלום... אההההה...
נשלח: מוצ"ש מערץ 26, 2022 9:38 pm
דורך שמן למאור
ווען איך זיץ אין ביה''כ פונעם ביה''מ פארן דאווענען, און די שכן דערנעבן סארכעט אהן די גאנצע שטיב און ס'ממש נישט צום אויסהאלטן,
נעם איך א שטיקל טוילעט פאפיר, איך גיב מיר א וויש ווי די אידן האבן גערוהט, איך לייג עס צו צום נאז... אההה א טעם גן עדן ריח נחוח...
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 3:29 am
דורך שמעקעדיג
ביטע....
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 6:13 am
דורך [NAMELESS]
האבן א חלום ווי די גאנצע שטאט קומט אום ר״ל, זיך ערוועקן מיט שוידער און ארומלויפן זען אז יעדער איינער איז מסודר, און דאן צוריקקומען אין בעט און לאכן פון זיך אליינס אויף די פאניק אטאקע מורמלנדיג חלומות שוא ידברון.
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 1:09 pm
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן:האבן א חלום ווי די גאנצע שטאט קומט אום ר״ל, זיך ערוועקן מיט שוידער און ארומלויפן זען אז יעדער איינער איז מסודר, און דאן צוריקקומען אין בעט און לאכן פון זיך אליינס אויף די פאניק אטאקע מורמלנדיג חלומות שוא ידברון.
יא, ענדליך צו וואס שמחה'לע קאפשטיק האט געשריבן,
עס איז דא א אלטע ווערטל,
וואס איז די בעסטע חלום צו האבן?
וועסטו זאגן אז עס איז צו געווינען א לאטערי טיקעט פון מליאנען דאלארן, איז אבער די פראבלעם, אז ווען מען שטייט אויף פון שלאף האט מען צער אז עס איז בלויז געווען א חלום,
וועסטו זאגן אז די בעסטע חלום איז אז מען פארלירט עטליכע מליאנען, און דאן שטייט מען אויף און מען זעט אז ס'נאר געווען א חלום, איז אבער די פראבלעם אז למעשה בשעת די חלום איז דא די צער פון פארלירן דאס פארמעגן,
נאר וואס דען איז די בעסטע חלום צו האבן?
אז מען עסט טשאלענט און קיגל, און ווען מען ערוועקט זיך טוט די בויך נישט וויי...