די שאלה בהכותרת איז "איז טאקע דא א גיהנם?" און אינעם לינק צייכן איך צו צו די וואס האבן אפגעלערענט דעם רלב"ג (און אנדערע) וואס האבן גע'ענטפערט "ניין".
ובזה גייט דאס טאקע אריין אין פארענטפערן דעם פראגע:
והיינו, דארט צייכן איך אויך צו צום שוועריקייט וואס דער רלב"ג האט זיך געספראוועט מיט לגבי שכר לעתיד. מיינענדיג, אז טאמער באדייט "שכר" דאס התקשרות פונעם שכל האדם שקנה המושכלות בשכל הפועל ששם שורש אלו החכמות, דאן איז דאך נישטא ביי דעם קיין געהעריגע מדריגות און איינער וואס האט קונה געווען ווייניגער איז פונקט אזוי מקושר ווי איינער וואס האט קונה געווען אסאך מער? ער איז אבער מבאר באריכות אז די התקשרות איז יא במדריגה. אבער טאמער עונש באדייט פשוט דאס אבדון פונעם נפש ללא, דאן איז דאך לכאורה נישטא אין דעם קיין מדריגות און איינמאל מ'קומט אָן דערצו דאן איז די אבדון פונעם "קליינעם" רשע דאס זעלבע ווי די "גרויסע". ויש לעיין.עצי שטים האט געשריבן:לויט ווי @וואלווי ערקלערט, אז עונש איז בלויז העדר שכר, שטעלט זיך די קשיא, וואס איז א נפק"מ פון א רשע ווי היטלער מיט א קליינע רשע? ביידע באקומען די זעלבע עונש, דהיינו "גארנישט"?
שמעקעדיג האט געשריבן:מי אני קען נישט קיין מאמע לשון, נאר טאטע לשון...
די פסוק זאגט (משלי ב ג) כִּי אִם לַבִּינָה תִקְרָא, און די גמרא בברכות נז. דרש'נט די ווארט "אִם" מלשון "אֵם", א מאמע, ע"ש. נו, "לַבִּינָה" מיט'ן כולל איז עולה "גהנם"...