נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:19 am
ס'איז נישט קיין טעות טויטע באנקעס ס'איז דא א מין ווערעם וואס הייסט באנקעס און עס צאפט די בלוט און דאס האט מען ארויף געלייגט און די גלעזלעך האט מען אזוי גערופן ע"ש די ווערעם (כך קבלתי - אפי' ביי אונז האט מען טאקע געזאגט "עס טויגט ווי פאר א טויטע באנקעס"berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 01, 2022 1:50 pm יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!