בלאט 2 פון 15
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:ארטיקל וואס דרייט זיך אויף סאשעל מידיא
נאך פין סאושעל מידיע
https://drive.google.com/file/d/1o9YTKH ... p=drivesdk
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:19 pm
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:... דאס איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן לאנג, דאס טייטשט אז עס איז אוועקגעשטעלט מיט א כח פון וכל קרני רשעים אגדע...
ניטאמאל מאכן זיינע ווערטער סענס....
ווער רעדט נאך אז ער האט געזאגט אז שוין
צענדליגער צענדליגער יארן ווארפט מען שוין שטיינער אויף אידן ביין ציון, אבער אין די טעקסט האט מען עס געטוישט צו יארן יארן....
בקיצור דעי איד איז ממש שיכור פאר שנאה און האס אז ער ווייסט שוין נישט וואס ער רעדט....
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
איז נישט צענדליגע יארן וואס מ'ווארפט שוין שטיינער ביים ציון???
ס'קיקט אויס ווי די ארונים זענען אויף א מיסע גענצליך אויסצימעקן דעם אמאל,
סארבעט נישט היינטיגע צייטן, דעי זאכן זענען גיט דאקומענטירט,
נישט די ארוינים מעקן, די זאליס מעקן! די זאליס האבן ארויסגענומען די ווארט 'צענדליגער'... איי געסס זיי האלטן אויך ווי מיר.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
ק"פ
נישט לאנג צוריק, אפאר וואכן צוריק, האט הגה"ק געעפענט זיין פה פוצה, און האט דערציילט א געשיכטע וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. די געשיכטע האט געדארפט אויפציטערן עלם ומלואה אז דער רבי פון וויליאמסבורג האלט רח"ל והיל"ת, ביים מאכן "פשרות" מיט די שטאט ניו יארק איבער די חינוך פון מוסדות סאטמאר. און הגה"ק האט מכלומרשט דערציילט "סודות" אז צו אים איז מען אויך געקומען בעטן זיך צו צושטעלן צו די פשרות. און לפי לשונו הזהב: זענען געקומען צוויי אידן מיט שטריימל און בעקישע אים בעטן מיטצוגיין... און, הגה"ק האט דראמאטיש, ווי א פערפעקטער דראמא קעניג, אראפגעלייגט זיין פעסטע שטעלונג אז היה לא תהיה. נישט ער, און נישט ביי אים. ניין און ניין. ער איז גרייט מיט מסי"נ.
אבער איין פראבלעם איז דא. די מעשה הייבט זיך גארנישט אן. קיינער איז צו אים נישט געקומען. דער איד ליידט פון אזאנע קראנקהאפטיגע אטענשאן דעפעציטן אז ער קען אויפקומען מיט א געשיכטע, ממש מאכן אן אין ליש. עס איז נאר פשוט זייער שווער אז עס זאל אנקומען צו אלע צוהערער פון יענע דרשה אז דער דרשן איז א פשוטער שקרן וכזבן, ווייל אז מע איז "נישט געקומען" איז שווערער אויפצואווייזן ווי אז מען איז יא געקומען. אבער דער פאקט איז אז דער הגה"ק איז שוין לאנג נישט קיין אדרעס פאר עסקנים; ער האט שוין לאנג פארראטן זיינע אייגענע הנהלה איבער די פשרות מכלומרשט, ואכמ"ל. די הנהלת פון זיינע מוסדות דערציילן אים נישט אז אלעס איז מסודר און אלע פשרות זענען שוין לאנג אויסגעהאמערט...
אבער מען האט נישט געזען נאך די דרשה אן אויפברויז פון אונזער ציבור. עס איז שוין לאנג באקאנט פאר אלעמען, לאנגע לאנגע יארן, אז זיין רעדן איז נישט שטעכיג. סתם קינדישע פלאפלערייען וואס קענען נישט וויי טון.
אבער מיטאמאל ווען דער ברודער פון וויליאמסבורג רעדט דאס ערשטע מאל אין 22 יאר, אה. דאס האט געברענגט עפעס אן אויפרייס. די ארונים שיקן ליטעראטור אויף ליטעראטור אפצואווענדען יעדעס ווארט. און גערעכט זענען זיי. אז א חכם רעדט, אז א מנהיג רעדט און זאגט דיבורים, ווייסן אלע אז דא ליגט פארשטאנד און אויפריכטיגקייט.
יא. די הנהגה פון קרית יואל איז געבויט שוין לאנגע יארן אויף על חרבך תחיה, ליידער.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
ק"פ
איך קען נישט פארשטיין די טענה'ריי דא מה כל רעש וואס דער לוזער פון וומ"ס האט גע'דרש'נט? וואס ווערט מען דא אזוי אויפגעברויזט?
שוין געווען צענדליגע מאל ווי מען האט שיין מסביר געווען אז הגה"ק איז דער עכטער געווינער אין דער שטארקער בשעת דער וומ"ס'בורגער ברודער איז אויסגעשפילט רעכט אין לינקס, אין עס איז שוין אפילו געווען א שיינע עקסעל שיט פינקליך ווי ווייט מען איז מצליח מיט די סידור קידושין מערכה מיט פינקטליכע נומבערס וואס קיין איין ארוני קען נישט לייקענען אזא הארטע דאקומענט, אין ווייטער די אויסגעשפילטע ראדני זעט דאך יעדער איינער אויף וואטס עפפ פון צייט צי צייט מיט הארטע באווייז, איז וואס דאס זיך צוקראצן פון אזא לוזערישע קאמפעני אז זייער רבי האט עפּעס גערעדט אין א קליין נייע שול'כל?
נאך מער, אין די מאנרא תקנות העיר שטאט שרייט מען אים נאך מינימום 2 מאל א יאר אין אסאך מאל מער אין ער אין אלע זאליס זעהן בחוש אז הגה"ק איז דער געווינער אין דער שטארקער אין איך שטיי אין שטוין ווי עטס ארונים ציקראצן זיך פון אזא אויסגעשפילטע רבי אין קהילה, וואס איז דא פשט? וואס באהאלט מען דא?
נאר איך וועל ענק זאגן פשט אן א עקסעל שיט אין אן א פנקס אין אן פשרות
ווען דער גרויסער באלעבאס פון קרית יואל שטעטל סיי פון מאנרא אין סיי פון בני ברק עפענט זיך דאס מויל מיט הארץ ווייטאגיגע מחאות אדער תהילים טוויטער מחאות אדער סתם משלחן מלכים מחאות ווייסן די ארונים בעסער ווי זאליס אז ער האט זיך שוין ווייטער געפענט דאס נאריש מויל אין יעדער ווייסט פונקטליך פון וואס פאר א הארץ עסעניש מען רעדט דא, זאל דאס זיין מצות צי שחיטה צי מזוזות צי 72 צי תקנות העיר קעגן די שלעכטע השקפה פון די פיקטשער בליק מיטן מאמענט ווי מען לאזט זיך דארט דעקן געהעריג אין די ליצנות'גע וואכנשריפט ווי ליצנות איז קיינמאל געווען אנערקענט אין קרית יואל אין אפילו די טייערע דירות אין קרית יואל ווי ער גייט אויס פאר רחמנות פאר די ארימע געבענטשטע משפחות אין האט שלאפלאזע נעכט, אין דאס קעמען זיך איבערצייגן יעדן צופרי ווען ער גייט דאווענען שוין נאכדעם ווי באסעס האבן שוין אויפגעפיקט די נורסערי קינדער מיט א שטארקע אויסגעגאסענע קארגע שלאף אויפן צורת קדשו, אין יעדער ארונים זאלונים בני יואל לאכן ציגלייך אין יעדעם'ס טאג גייט אן געהעריג אן אין עס איז גארנישט אנדערש ווי נעכטן אין געגאנגען ווייטער אין קיינער ציקראצט זיך נישט אין יעדער ווייסט מיט וואס פאר א פאציענט מען האט צעטאן
משא"כ ווען דער רבי פון וומס וואס איז אויפן עקסעל שיט אויסגעשפילט געט א ווארף א מחאה הייבט זיך יעדער אויף די אויגן ברעמען אין עס איז א סענזאציע, וואס עפעס?
2 זאכן, נומבער איינס הערט מען רעדן א רבי מיט חכמה אין דעת אן רעדן א ווארט נארישקייטן אדער זיך רומען ווי א כיתה ט' יונגל נאר רעדט צי די זאך אין אדרעסירט זיין עכטע ווייטאג מיט ווערטער שנייט אריין טיף טיף ווי עס טוט וויי, ווייל ער זאגט זאכן וואס מען קען נישט זאגן אז ער רעדט נארישקייטן
נומבער צוויי וואס איז נאך ערגער אז יעדער אין איבערהויפט די ארוינים ווייסן אז ער איז גערעכט אין דער אמת איז א געפערליכער בלוט צאפער, יעצט היינט צוטאגס תשפ"ב וועט יעדער נורמאלער ארוני וואס הערט אז מען האט נאכגעשריגן דעם רבי'ן פון וומ"ס מיט זיין עלטערע ברודער דעם זענטער רב וואס קינדער גייען צי א ציון פון זייער טאטענס יארצייט וואס יעדע איד אין יעדער גוי להבדיל איז בארעכטיגט אין עס טאר נישט אריין קיין שום חשבונות פון זייטיגע קריגערייען טוט דאס זייער נישט שמעקן צי דאס הערן אין עס פשוט עקלט אז דאס גייט נאך אן, אין נאכמער אז זייער הגה"ק שעפט גאר נחת,
יעצט דאס נאך שרייען איז נישט געבוירן געווארן תשפ"ב נאר דאס גייט שוין אן יאר נאך יאר אמאל מער אמאל ווייניגער, למשל אין תשע"ט האט מען אין אוהל בשעת'ן תהילים זאגן אריין געשריגען ווי די ציגאנערס געמאכט קולות אין מהומות ווי אין בני ברק אין די סארוועליענס איז נישט געווען אויסגעשאלטערט אין די בעלי בתים פונעם בית החיים וואס האבן געהייערט גארדס אין בני ברק האבן עס געקענט קלאר זען אין עס איז געווען אין פה מצפצף, פארוואס? ווייל דאס איז געווען די באווייז אז יענער איז א לוזער אין איך בין דער שטארקער אין דאס האט באראויגט דעם נורמאלן ארוני אז מיר זענען סיי ווי שטערקער אין א כפרה אז דער ברך משה האט קינדער אין קיינער ווייסט נישט זעט נישט עני וועי, איי אז מיין רבי איז א חיה רעה? איז דאך דא דער תירוץ פון כבר היה לעולמים, ווי נישט ווי האט ער זיך נאך אויפגעפירט לגבי זיין טאטן נישט נאר ווי אן נישט ערליכער איד אין ער ברויך זיין א רבי א מורה דרך נאר אסאך ערגער ווי דער גוי וואלדעק פון שול וואס פארשטייט אז פון א טאטע שיקט מען נישט ארויס מעדיקעל רעקארדס אין מען רופט אים נישט אין
קארט (דער גוי רעדט אידיש אין אדרבה פרעגט אים מיט זיין גוי'שן קוק וואס ער זאגט), אבער מען האט עס פארדייט אבי צי דערלאנגן פאר מיין ניצחון, במילא איצטערט איז געקומען דער טאג וואס מען ברויך פעסען ריאלעטי סיי פון די זאליס אין איבערהויפט פון די אייגענע מענטשן והא ראיה ער האט מוחה געווען געצווינגענערהייט המבזה בזוי...
שפרינגט מען ווי די מאנקיס ווי מען הענגט זיך אויפן וויידל אין מען מען מאכט זיך געפייגערט אז עס גייט גארנישט פאר נאר די זאליס טרייבן איבער אין דער הגה"ק האט מוחה געווען אין זייטס שטיל
ווער עס פארשטייט פארשטייט
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:53 pm
דורך שמן למאור
אהערגעברענגט פון די סידור קידושין אשכול
[quote="s
עצי שטים האט געשריבן:signout האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:יא ס'ממש נעקסט לעוועל אז א רבי זאל רעדן מיט אזא האס קעגן שומרי תורה ומצוות. נישט קיין חילוק וואס די סיבה זאל זיין. א רבי איז שטענדיג געווען העכער פון דעם. ביליגע העצערייען באלאנגט פאר די ראש הקהל אדער די צייטונג שרייבערס.
אהה יא? מהר"א רעדט קיינמאל נישט קעגן שומרי תורה ומצוות? וואס האקסטו א קאפ? וואס האט ער נאר געזאגט אויפן בן אחותו?
ביידע אדמורי"ם זענען אייניגע קרעפ
נישט געזאגט אזא שפראך, געזאגט ראש המרידה, פינקט ווי מהרז''ל האט גערעדט אויף די אנטי קאמאן קאר הנהגה, געזאגט אמאל על חברך תחי', אדער ידים ידי עשיו? וכל קרני רשעים אא''וו
גיי הער איבער די דרשה, ער ריפט אים א מושחת און זאגט "סורו נא מעל אהלי הרשעים האלה וכ'"
הערט זיך ווי "וכל קרני רשעים" צו מיר...
signout
[quote/]
איך האב נישט דא די דרשה, איך געדענק נישט יעדע ווארט, אבער לו יהא, מ'פלעגט דאך זאגען אז די מעלה האט יאר מהרז''ל אז ער קען זיך קאנטראלירן, ס'איז א שאד אז פינקט ווען ער קומט אין די גאלדענע יארען זאל ער זיך אזוי פארלירן[/quote
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:54 pm
דורך שמן למאור
מען זאגט אויף אסאך פריערדיגע צדיקים, אז אין די עלטערע יארן איז געווען שווער פאר זיי צו באהאלטן זייערע מדריגות
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
מיליאנער האט געשריבן:... דאס איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן לאנג, דאס טייטשט אז עס איז אוועקגעשטעלט מיט א כח פון וכל קרני רשעים אגדע...
ניטאמאל מאכן זיינע ווערטער סענס....
ווער רעדט נאך אז ער האט געזאגט אז שוין
צענדליגער צענדליגער יארן ווארפט מען שוין שטיינער אויף אידן ביין ציון, אבער אין די טעקסט האט מען עס געטוישט צו יארן יארן....
בקיצור דעי איד איז ממש שיכור פאר שנאה און האס אז ער ווייסט שוין נישט וואס ער רעדט....
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
מיליאנער: איך בין נישט מסכים מיט דיר. דער איד רעדט מנהמת ליבו. איך בין זיכער אז די יונגלעך וועלכע טוען די נישט שיינע מעשים טוען עס על דעת עצמם. נאר די הנהגה פון מהר"א שליט"א וואלט געמעגט שטעללן סדרנים אז א זעלכע זאכן זאללן נישט געשעהן. ווי נאכשרייען און ווארפן שטיינער.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:24 pm
דורך מיליאנער
אודאי רעדט ער מנהמת לבו. ער האט פיינט די ארוינים פון די טיפענישן פון זיין ריינעם הארץ.
Re: שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:42 pm
דורך כרם זית
ער רעד דאך ממש ווי א משכיל...
זאל זיינע אויערן הערן וואס זיין מאל רעד.
מער קיין רדיפות אויף ווייבער וואס פירן.
מער קיין רדיפות אויף ווייבער וואס שניידן זיך נישט.
און מער קיין רדיפות אויף אגודאיסטן.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:45 pm
דורך שמן למאור
כרם זית האט געשריבן:ער רעד דאך ממש ווי א משכיל...
זאל זיינע אויערן הערן וואס זיין מאל רעד.
מער קיין רדיפות אויף ווייבער וואס פירן.
מער קיין רדיפות אויף ווייבער וואס שניידן זיך נישט.
און מער קיין רדיפות אויף אגודאיסטן.
רח"ל מהאי דעתא!!
האט ער דען מוחה געווען אז מען רודפ'ט יענעם? זיין פראבלעם איז אז מען רודפ'ט "אים"
Re: שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:47 pm
דורך כרם זית
אודאי האט ער גערעד פון זיינע פראבלעמען. אבער די זעלבע סברות קען מען ניצן אויף הנ''ל.
ניבא ולא ידע על מאי.
נתנו נבואה ל...
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:50 pm
דורך שמן למאור
כרם זית האט געשריבן:אודאי האט ער גערעד פון זיינע פראבלעמען. אבער די זעלבע סברות קען מען ניצן אויף הנ''ל.
ניבא ולא ידע על מאי.
נתנו נבואה ל...
יא הלואי ווען די די רעבעס זענען מקיים אלעס וואס זיי פארלאנגען פונעם עולם
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:30 pm
דורך yn.NY
ברוך אתה שלא עשנו סאטמורי...
כהאב שוין געמיינט אז סאטמאר איז אויסגעוואקסען די קינדערישע שטיק, ווער איך געוואר אז סהאט זיך ניטאמעל אנגעהויבן.
כהאב אלץ געהאט אזא בליק אז רז"ל איז די וואוילער איד וועלכע פרובירט צו שטיין ווייט פון מחלוקת, קוקט אויס א כהאב געהאט א טעות. אדער קען גאר זיין אז די גבאים ונאמני בית האבן געשפירט אז מדארף צושטעלן מער עקשען קאוישער אינטערטעימענט בלע"ז פאר די בחורים, אז די דורות זאלן נישט פארפאלען גיין?
ווער ווייסט...
איין זאך איז זיכער, משיח מעג שוין קומען
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:42 pm
דורך יאסל ראקאווער
מ'שרייט נאך הרב ארי האלצמאן שליט"א אין וויליאמסבורג ואין פיו פוצה ומצפצף. אבער ווען מ'שרייט אים נאך בונטעוועט ער.
טול קול קורה מבין עינך ראביי טייטלבוים
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:47 pm
דורך גאנצל
דער רזל האט זיך פארלוירן נעבעך... און ס'איז פארשטענדליך....
דער הערט נישט אויף צו חלומען .... איבער א טויש אין קרית יואל און נישט נאר טוישט זיך נישט גארנישט נאר זיינע מענטשן געוויינען זיך מער און מער צו צום פאקט אז סאטמאר רב איז די זאך אין שטעיטל און זיי ווערן מער און מער רואיג מיט צו לעבן מיט מציאות ווי איידער צו דמיונען
אבער די שאלה איז וואס איז יעצט געשען ? מה היום ?
אויף דעם איז דא צוויי דיעות
ס'איז דא וואס זאגן אז די דרשה פון סאטמאר רב פון נישט מאכן קיין פשרות וואס דעס איז א טיפע שניט פאר רזל נאכדעים וואס ער לאכט זיך אויס פון די גאנצע חינוך פראבלעים אבער ער האט א פראבלעים מיט זיינע אייגענע מענטשן אז ער באקומט ביי זיי א רושם פון א לינקער בנוסף לזה ספראוועט ער זיך מיט די שלענג אינעעם אייגענעם נעיסט פון וועם ער וויל שוין לאנג פטור ווערן בתוכם ר' מנשה פילאפף ר' ישעי' ווייס זיין זון רחץ כידוע איז נישט איבריג צופרידן פון די לינקע שיטה וואס זיין טאטע שלאגט זיך דעפאר
בקיצור די דרשה פון סאטמאר רב איז א שרעקליכע בראך
צווייטע דעה והיא העיקר לכוארה מילא ביז יעצט איז נאר אין קרית יואל געווען דער פראבלעים אז זיינע תלמידים וחסידים זיצן זיך געשמאק ביחד מיט חסידי מהרא אין די אלע הערליכע בתי מדרשים וואס איז א תענוג ברוחני ובגשמי אבער עמע בבית אין וויליאמסבורג אין מיין אייגענע פאלאץ זאל ער מיך איינשלינגען בו בזמן וואס ער בויעט בתי מגרשים וואס וווערט אויסגעוואקסן אויפן מינוט ווערט ראדני ביהמד מער און מער פיל מיט חסר דעהס וואס יעדן צווייטן טאג שפילט זיך אפ אונטערן פלעיס פאר אומזיסט
אנבעליוויבעל ווייטאג
דאס האט נעבעך געברענגט רזל צו ווייזן אז ער קען אויך רעדן אבער למעשה האט ער געוויזן אז דאס קען ער אויך נישט
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
יאסל ראקאווער האט געשריבן:מ'שרייט נאך הרב ארי האלצמאן שליט"א אין וויליאמסבורג ואין פיו פוצה ומצפצף. אבער ווען מ'שרייט אים נאך בונטעוועט ער.
טול קול קורה מבין עינך ראביי טייטלבוים
כהאב פאר אייך נייעס, אז די וואס שרייען נאך הרב האלצמאן שרייען אים אויך נאך כסדר,
אין פאר די וואס זענען נישט בלינד, ווייסען אז דאס מוחה זיין יעצט האט גארנישט מיטן נאך שרייען, מ' האט אים שוין נאכגעשריגן צענדליגע מאל בלי גוזמא די לעצטע 20 יאר (נישט ווי דער ברודער וואס האט געהאט א איינמאליגע מעשה פאר ארים 10 יאר צוריק) אין וויליאמסבורג און אין ק"י, ביי דעם ביה"ח אליינס זייער אסאך מאל, אין מ'האט נישט געהערט קיין פיפס פין אים,
ווער ס' הערט זיין דרשה, זעט זייער גיט אז ער מיינט זיינע חסידים אין ק"י וואס גייען דורך אימגלויבליכע רשעות אין אכזריות פין די ארטיגע דיקאטורעשע הערשאפט, אין לעצטענס האבן זיי זיך גענומען צי שענדן די פרנסות פין זיינע חסידים, אין ס'איז דא א סך טענות פארוואס די רבי שטעלט זיך נישט מער ארויס פאר די חסידים, ספעציעל אז די ארונים שפילן די געים אז זייער מלחמת זענען אידישקייט מערכת אין נישט קיין פאליטיק,
אין פאר אט דעי סיבה איז דער דרשה געקימען,
איין זאך איז זיכער, אז די ארוינישע קאמפּיין אקעגן די וואכנשריפט אלס א אידישקייט מערכה, און נישט קיין פאליטיק, איז אפיציעל געשטארבן מיט דעם דרשה,
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:34 pm
דורך שמעקעדיג
מאדנע ווי גאנצל פאלט נאר אריין מזמן לזמן ווען ער זעהט אז די צד השני האט ווייטאג....
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:47 pm
דורך גאנצל
שמעקעדיג האט געשריבן:מאדנע ווי גאנצל פאלט נאר אריין מזמן לזמן ווען ער זעהט אז די צד השני האט ווייטאג....
אוודאי דיזע ווייטאג איז ענזשויבעל......
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:56 pm
דורך גאנצל
אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבן ביטע ווי אזוי די תקנה פון סאטמארע קהלה קייגען די פאשקעוויל וואכנשריפט האקט אפ פרנסות ? (איז דען נישט דא גענוג פון די זל פארטיי וואס זאל דארט עדווערטייזען ?) והיותר קשה וואס עפעס די פרנסה פון דעם דאזיגן יונגערמאן ההא פונקט צוגעטרעיטן צו זרלס הארץ אז דאס טוט אים אזוי וויי ?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:11 pm
דורך עדיאל
איך קלער אז רעב זלמן לייב איז כשר גערעכט. שוין צענדליגער צענדליגער יארן וואס מ'איז מבזה מענטשן. אנגעהויבן אין די למד'ס מיט ליובאוויטש, קלויזנבורג און טיף אריין אין די סמךס מיט די נושאי העירוב.
באמת קלער איך אז לכולי עלמא איז די עיקר מחלוקות פארגעקומען אין די סמךס. יעצט איז מען נאר מחולק ווער ס'שלעפט די פה'ס אין די סמך'ס אריין, וכמו שהארכתי במקום אחר.
גראדע א פאזיטיווע פראגרעס.
ערעב זלמן לייב, ס'טוט באמת וויי, נאר מיר האט עס קודם וויי געטון.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:אפשר קען מיר איינער פארשטיין געבן ביטע ווי אזוי די תקנה פון סאטמארע קהלה קייגען די פאשקעוויל וואכנשריפט האקט אפ פרנסות ? (איז דען נישט דא גענוג פון די זל פארטיי וואס זאל דארט עדווערטייזען ?) והיותר קשה וואס עפעס די פרנסה פון דעם דאזיגן יונגערמאן ההא פונקט צוגעטרעיטן צו זרלס הארץ אז דאס טוט אים אזוי וויי ?
די מאכסט זיך צי די ביסט?
האסט נישט געהערט די פאון קאול פינעם מזכיר? אין אז איד וויל יא אדווערטייזן דארט ווי זיין קהילה פארלאנג, ברויך מען אים אינטער האקן די פרנסה?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:24 pm
דורך שמן למאור
גאנצל האט געשריבן:דער רזל האט זיך פארלוירן נעבעך... און ס'איז פארשטענדליך....
דער הערט נישט אויף צו חלומען .... איבער א טויש אין קרית יואל און נישט נאר טוישט זיך נישט גארנישט נאר זיינע מענטשן געוויינען זיך מער און מער צו צום פאקט אז סאטמאר רב איז די זאך אין שטעיטל און זיי ווערן מער און מער רואיג מיט צו לעבן מיט מציאות ווי איידער צו דמיונען
ס'איז דא וואס זאגן אז די דרשה פון סאטמאר רב פון נישט מאכן קיין פשרות וואס דעס איז א טיפע שניט פאר רזל די לינקע שיטה וואס זיין טאטע שלאגט זיך דעפאר
בקיצור די דרשה פון סאטמאר רב איז א שרעקליכע בראך
איך בין אינגאנצן צעמישט,
איז נישט סאטמאר רב אוועק תשל"ט?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:36 pm
דורך מחצה''ק
ווען איך בין ווען ר' זלמן לייב שריי איך שוין 10 יאר ציריק די קשיא איז ווי ער איז געווען ביז יעצט
פאר ווער סדרייט זיך אין קרית יואל ווייסט וואס זיין קהילה מאכט מיט אין קרית יואל
די לעצטע פאר יאר בעיקר זיי עסן די גאל מיט די סא קאלד הנהגה
מקען זיך בת היענה'ן אבער דאס איז די מציאות
ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט ר' אהרן יעדע וואך ביי של''ס געגאסן פעך אין שוועבל
אין ער וואלט געווען גערעכט א רבי דארף אין מיז בעקן זיין עולם!
[סאיז אלטע טענה אז די ארונים זענען דעמעקראטן אין די זאלונים ריפובליקענס ווען ס'קימט צי נקמה והמב''י]