בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 1:03 am
דורך בת קול
ציונים מעג מען אויך ליב האבן?
ס'איז גוט פאר די וועלט ווען סאטמאר רייסט זיך ארום צווישן זיך.
זיי פארגעסן צו טיילן מכות פאר די רעשט פון די יודנטום.
קלויזענבורג, בעלזא, פאפא, וויזניץ, אדג. יעדער אטעמט אפ.
די וועלט בענעפיט. גייט אן ווי ביפאר.
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 6:52 am
דורך גאנצל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה
יאפ ב"ה, רוב סאטמארע בתי מדרשים אין קרית יואל אין אלע סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, ב"פ, מאנסי,
סהאט זיך שטארק אנגעזען אין קרית יואל ווי די גבאי כולל שומרי החומת זענען נישט פארשיקט געווארן פין ביהמ"ד פארגאנגענע חול המועד, אזוי זיי זענען פארטריבן געווארן פין ביהמ"ד 12, אין אזוי אויך ווען הגה"צ ר"י סאטמאר ב"ב שליט"א ווערט שיין נתכבד אין ביהמ"ד 53 ווען ער קימט כסדר אויף אמעריקע,
רובא דמינכרא פון סאטמארע אידן בכללם יוצאי ישיבת קווינס וכדו'בשפירן זיך זייער ברודערליך אין די פאר סאטמארע בתי מדרשים וואס איך האב פריערד אויסגערעכנט אן הערן יעדע 2 מינוט א אויסברואך פון עפעס א אנגעווייטיגטן
מ'קען דאך נישט ממש יעדן צופרידן שטעלן
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 10:02 am
דורך גאלד
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'הערט זיך אלץ פיין אין וואיל, אבער די פראבלעם איז אלץ געווען אז די בעלי מחלוקת האבן איינגעוויקעלט זייערע רשעות אין די תורה.
איינעם וועט נישט שמעקן וואס ראובן טיט, אדער אים סתם נישט פארגינען וועט ער מוחה זיין, העי! די ציברעכסט די אחדות קהילה! א צווייטער וועט שרייען אויף שמעונ'ן דיין ווייב גייט מיט ביי האר.
איך זעה נישט ווי דאס זאל ארבעטן.
די נאמען פון די קהילה דארף זיין קהל אחדות ישראל. די שטאטוטן דארף זיין געבויעט אויפ'ן שלחן ערוך און מ'דארף אויפנעמען א רב אדער בית דין וואס זאל האבן דאס לעצטע ווארט ועל פיהם ישק כל דבר. ווער ס'וויל א רבי קען זיך גיין דארט ווארעמען אינדרויסן פון די ראמען פון די קהילה.
נאך א זאך,
וואס מיינט מ'רעספעקטירט יעדן? יעדע איד? יעדער וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן? טאמער איינער טיט עפעס אומריכטיג טאר מען עס נישט פארדאמען?
זאגסט א שטארקע און שיינער רעיון, אבער דאס איז אינגאנצן נישט פון וואס מ'רעד מיר דא,
דאסי אפשר דאס פונקט פארקערטער פון אונזער רעיון,
ווייל ס'משמע פון דיר אז סאטמאר און אחדות קען נישט גיין צוזאמען און מ'מוז ארויסרייסן די סאטמאריזם כדי צו זיין באחדות,
הי' לא תהי'!!
אונז וויל מיר דא א רעוואלוציע, א שפאגעל נייעם רעיון: סאטמארע חסידים באחדות!!
פונקט ווי למשל א ברסלאווער אדער זידיטשובער קהילה פאלט קיינעם ביי אז ס'האט מיט א געוויסער פארטיי אדער מ'איז קעגן דעם אדער יענעם,
די זעלבע מיט סאטמאר, למה נגרע?
נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 11:46 am
דורך היסטאריע
וועט נישט ארבעטען.
סאטמאר אהן מחלוקת איז ווי א פיש אהן וואסער. און כסדר לעכצט ער נאך פרישע וואסער, און פרישע מחלוקת.