קהל'ס נער האט געשריבן:א עובר פינקט אזוי נישט קיין מענטש ווי א דאגי, איך זעה נישט פארוואס א דאגי האט נישט קיין טשענס צי ווערן א מענטש זאל עס מאכן א עובר פאר א מענטש, וואס האט איינס מיט די אנדערע.
איך כאפ נישט פיקטליך וואס די זאגסט, קודם כל, איז הרג'ענען א דאגי סתם פאר גארנישט אויך א מעשה רציחה,
א מענטש איז טאקע חשובער, און ער קומט קודם צו ראטעווען בשעת סכנה, אבער עס איז דאך דא רציחה
צווייטענס, פארוואס איז א עובר נישט קיין מענטש פינעף מינוט פארן געבורט? וואס איז ער אנדעשט ווי די געבוירענע?
און אויב איז ער ארויס לאויר עולם אין דערנאך צירוק אריין איז ער שוין יא א חלות מענטש וואס מען טאר נישט הרג'ענען? אדער היות ער איז צירוק אריין ווערט ער צירוק אן "עובר" וואס מען מעג טויטן? וואס עפעס? ווער האט אפגעמאכט אז דעם דורכגיין דעם אותו מקום מאכט דיר פאר א מענטש? און וואס איז מיט א יוצא דופן? וואס איז די לאגישער חילוק פון א בעיבי אונעם בויך אדער אינדרויסן פונעם בויך?
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 10:08 am
דורך בת קול
מיליאנער האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט די חילוק פון הרגענען א עובר אפילו פון צוויי וואכן און א דרייסיג יעריגע מענטש. אפילו פון א גואישע שטאנדפונקט.
די אורטייל לויט ווי איך פארשטיי, איז נישט איבער late term abortion.
עס איז איבער early abortion ווען אלע דאקטוירים זענען מסכים אז די fetus קען נישט לעבן אליין אויב ווערט עס שוין דאן געבוירן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 11:58 am
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:
ווי זאגט בן שפירא "facts dont care about your feelings"
אז מען רעדט שוין יא פון בען שפירא, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן אויף אבארשען
ער רעדט דא בלויז לאגיש, גארנישט תורה רילעיטעט, און ער טענה'ט זיך מיט ליבעראלע סטודענטן, און ווארפט אפ פילע פון די פרא רציחה ארגומענטן,
איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף, לאמיר נאר פראבירן צו שרייבן וואס איך טראכט.
עס איז פארהאן אסאך לעוועלס פון לעבן, געוויסע זענען נענטער צו אונז, און אנדערע זענען ווייטער. למשל געוואוקסן זענען א סארט חיות וואס איז נישט זייער ענדליך צו אונז, און (כמעט) קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען מען הרג'עט א גראז. אין פאקט, עס איז א נארמאלע ערשיינונג צו נעמען בלומען, עס אפשניידן פון די מקור, און עס געבן פאר איינעם עס זאל אפשטארבן אויף זייער טיש... און עס הייסט א שיינע מתנה.
ווען עס קומט צו גאר קליינע בעלי חיים, וועלן רוב מענטשן אויך נישט האבן קיין פראבלעם זיי צו פארטיליגן, כאטש מען קען הערן אויף איידעלע מענטשן, ער וואלט נישט געטשעפעט קיין פליג אויפן וואנט.
ווען עס קומט צו גרעסערע בעלי חיים, וואס זענען שוין נענטער צו אונז, און מען קען אפילו טראכטן אז זיי האבן עפעס געפילן, פילט מען שוין נישט ווי מען וויל זיי אומברענגען אומזיסט. כאטש רוב וועלט איז גרייט זיי צו עסן, ווייל עסן ווערט געזען ווי גענוג א וויכטיגע צוועק צו אומברענגען בעלי חיים.
ווען עס קומט צו מענטשן אליין, וועט מען געווענליך נישט ווילן הרג'ענען קיינעם, נאר אין אויסנאמס פעלער. למשל הבא להרגך, אדער א רודף, וואס דאן האלט יעדער מען מעג אים אומברענגען. און אין אדערע פעלער וועט עס ווערן דעבאטירט.
יעצט, ווען עס קומט צו אן עובר. יעדער וועט האלטן אין א פאל וואס ס'איז א סכנה פאר די מאמע דארף מען עס נישט לאזן לעבן, אפילו א לעבעדיגע מענטש וואלט מען גע'הרג'עט אין פאל ער איז א סכנה פאר אנדערע. און יעדער וועט אויך האלטן עס איז א דרגה העכער פון א בהמה, און מען זאל עס נישט אומברענגען ווען מען איז הונגעריג. נאכאלס קען מען מאכן די ארגומענט אז דאס איז עפעס א קאטעגאריע צווישן מענטשן און בעלי חיים.
----------
יעצט מיין ארימע מיינונג אויף למעשה. ווילאנג דאס קינד דארף צוקומען צום מאמע, איז עס אין א געוויסע זין א פאראזיט. עס איז נישט שיין צו זאגן אזאנס אויף אן עובר, אבער טעכניש לעבט עס אויף צונעמען כוחות פון די מאמע. ממילא, ווילאנג דאס קינד לעבט נאר אויף אירע כוחות, איז די מאמע בארעכטיגט צו זאגן איך דארף מיר נישט לאזן ארויסנעמען די כוחות, קענסט נישט לעבן אויף מיין חשבון און האבן טענות אויף מיר אויב איך וויל דיר מער נישט האלטן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 3:47 pm
דורך שמן למאור
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף,
קיין קליינע אויך נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:15 pm
דורך גאלד
אין קורצן:
מדיני אדם איז מען נישט דן דיני נפשות ביז דער מענטש איז 30 טאג אלט.
און גראדע איז ראו ווס. וועיד נישט אזוי שלעכט, זיי פארבאטן די שטאטן פון מאכן געזעצן קעגן אבארשן נאר אין די ערשטע טריימעסטער, און די צווייטע לאזן זיי שוין מאכן געזעצן וואס זאל האבן געזונטהייט פארלאנגען, און ביי די דריטע לאזן זיי אינגאנצן די שטאטן אסר'ן, חוץ במקום סכנה פאר די פרוי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:32 pm
דורך יעקב מעקסוועל
עצי שטים האט געשריבן:
איך וואלט אויך געהאלטן די קו המבחין איז אויב ער קען לעבן אהן די מאמע, אבער פאר אן אנדערע סיבה
לויט דיר איז עס ווייל ער לעבט אויף די מאמע'ס חשבון, ממילא מעג זי אפמאכן וואס צו טון מיט זיין לעבן
אבער די ארגומענט איז נישט אזוי מאראליש אויסגעהאלטן, בלויז ווייל ער איז אנגעוויזן אויף דיר מעגסטו אים טויטן? אפילו ער איז מגרע דיין געזינט במדות מה, נו מעג א טאטע הרג'ענען א קינד וואס דערגייט אים די יארן? אפילו עס מאכט אים ממש קראנק, איז נישט בארעכטיגט צו הרג'ענען פאר דעם
עס איז נישט אינגאנצן גלייך. שטעל דיר פאר א קינד וואס דערגייט דעם טאטן די יארן, און פון דעם שעפט דאס קינד זיין גאנצע חיות. און אויב די טאטע וועט זיך מער נישט לאזן דערגיין די יארן, וועט דאס קינד פשוט שטארבן. איז דער טאטע מחיוב זיך צו לאזן דערגיין די יארן?
די עיקר נקודה וואס איז אנדערש ביי מיר ווי ביי דיר, אז איך געב נישט די רעכט פאר יעדעם צו אומברענגען מענטשן וואס קענען נישט לעבן פאר זיך. נאר טאקע די מענטש אויף וועם מען איז אנגעוויזן, זי האט די רעכט צו באשליסן אויב זי וויל זיך לאז אויסנוצן דורך יענעם, אדער זי וויל עס מער נישט. און זי איז נישט שולדיג אז יענער קען נאר לעבן דורך שעפן כוחות פון איר.
לויט דיר וועט טאקע בעסער שטימען ונגפו אשה הרה, לויט מיר וועט אויסקומען אז נאר די מאמע קען מאכן די החלטה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 5:08 pm
דורך שמן למאור
אפילו לויט מיר גיב איך נישט די רעכט פאר ווער עס וויל נאר צו גיין הרג'ענען די עובר, הגם ער איז נאכנישט בגדר מענטש, דאך איז כו"ע מודה אז די עובר איז א חלק פון די פרוי, און איז תחת רשותה, פינקט ווי איך מעג נישט צוגיין צו א פרוי און איר אפשניידן די האר שלא ברצונה, הגם האר האט נישט קיין חיות פאר זיך.
בנוגע די משל איז עס גאנץ א דייסי טעריטאריע, איז לאמער עס טאקע מאכן מער גלייך צו אונזער ענין.
אויב א קינד דערגייט די יארן פון זיין טאטע, און פון דעם שעפט ער טאקע זיין גאנצע חיות, און אהן דעם וועט ער שטארבן, אבער מען ווייסט אז דאס איז נאר אויף א תקופה פון ניין חדשים. און דערנאך איז אלעס פאראיבער, און וואס איז שוין די "דערגיין די יארן"? אז מען קען ברעכן כסדר, מען דארף זיך ארומטראגן כסדר מיט א שטיקל וואג (דאס איז נאר פאר בערך זעקס חדשים) און מען קען אפט פארלירן די אפעטיט, מיט נאך אפאר געזונטהייט אישו'ס "אבער" אלעס נאר פאר ניין חדשים, און דערנאך הערט זיך אלעס אויף און אלעס גייט צוריק צו נארמאל און די קינד וועט שוין לעבן נארמאל.
מעג דער טאטע הרג'ענען די קינד? עס וועלן זיין מאנכע וואס וועלן זאגן יא, אבער איך מיין אז א מערהייט וועט זאגן אז ניין, עס איז נישט אויסגעהאלטן צו הרג'ענען פאר דעם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 5:14 pm
דורך שמן למאור
לאמיר עס אראפלייגן אזוי
איינער זאגט מיר, שיס יעצט דיין זון צום טויט, אויב נישט וועל איך דיר גיבן א איינשפריץ וואס וועט דיר מאכן שפירן אלע סימפטאמען וואס א פרוי גייט דורך די גאנצע ניין חדשים פון עובר ולידה, מעג איך יעצט שיסן מיין זוהן?
איך מיין אז נישט
מען מיז ציקומען צום ארגומענט אז ער הייסט נאך בכלל נישט קיין מענטש, דעריבער איז עס בארעכטיגט
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 6:32 pm
דורך היסטאריע
זיי פסק'ענען עובר ירך אמו.
פארדעם זאגן זיי, אז מען קען נישט זאגן א פרוי וואס צו טוהן מיט איר גוף.
אבער אפילו אויף דעם פארשטיי איך נישט דער היתר פין הרג'נען דער עובר, ווילסט נישט טראגן? שטופ ארויס, אבער צוליב וואס הרג'נען?
ביי קינדער אונטער די פינף יאר קען אויך זיין אז עס זאל נישט זיין די אלע תנאים.
אויב די עלטערן האבן נישט קיין נערוון צו די קינד, און זיי ווילן אים הרג'ענען, און מען וועט אים נישט טויטן מיט אן ערגערע מיתה ווי זיין עווענטועלער נאטירליכע מיתה,
איז עס בארעכטיגט פאר זיי צו ערמארדן זייער קינד?
און די דריטע טענה אז עס איז נישט געזונט צו לעבן אין א פחד איז אויך נישטא, ווייל מען רעדט נאר פון קינדער אינטער די פינף,
האלטסטו אז די געזעץ זאל אפעציעל לאזן עלטערן ערמארדן זייערע קינדער ביז די פינף יאר?
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 10:55 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:איך כאפ נישט פוקטליך וואס דו זאגסט.
קודם כל, איז הרג'ענען א דאגי סתם פאר גארנישט אויך א מעשה רציחה,
א מענטש איז טאקע חשובער, און ער קומט קודם צו ראטעווען בשעת סכנה, אבער עס איז דאך דא רציחה! איז דא רציחה ביים אפשניידן א עפל פון בוים? א עובר איז פינקט ווי א עפל!
צווייטענס, פארוואס איז א עובר נישט קיין מענטש פינף מינוט פארן געבורט? וואס איז ער אנדערש ווי די געבוירענע? פאר די זעלבע סיבה פארוואס א עפל איז נישט קיין מענטש.
און אויב איז ער ארויס לאויר עולם אין דערנאך צוריק אריין איז ער שוין יא א חלות מענטש וואס מען טאר נישט הרג'ענען? אדער היות ער איז צוריק אריין ווערט ער צוריק אן "עובר" וואס מען מעג טויטן? וואס עפעס? ווער האט אפגעמאכט אז דעם דורכגיין דעם אותו מקום מאכט דיר פאר א מענטש? און וואס איז מיט א יוצא דופן? וואס איז די לאגישער חילוק פון א בעיבי אינעם בויך אדער אינדרויסן פונעם בויך? ווייל אינעם בויך איז עס נישט קיין מענטש ס'איז א וויידל פון די מאמע, משא"כ איינמאל ער איז ארויס איז עס א מענטש פאר זיך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 11:25 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
ווי זאגט בן שפירא "facts dont care about your feelings"
אז מען רעדט שוין יא פון בען שפירא, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן אויף אבארשען
ער רעדט דא בלויז לאגיש, גארנישט תורה רילעיטעט, און ער טענה'ט זיך מיט ליבעראלע סטודענטן, און ווארפט אפ פילע פון די פרא רציחה ארגומענטן,
אלע זיינע טענות קומען מיט הנחה אז א עובר איז א מענטש, און כידוע א טענה וואס איז באזירט אויף א הנחה איז קיין טענה נישט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 11:39 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:אלע זיינע טענות קומען מיט הנחה אז א עובר איז א מענטש, און כידוע א טענה וואס איז באזירט אויף א הנחה איז קיין טענה נישט.
אמת, אבער דו קומסט אויך מיט א הנחה אז א עובר איז א חלק פון די מאמע...
די גמרא אין סנהדרין זאגט אז א אשה מעוברת שחייב בסקילה מכין אותה נגד בית הריון כדי שתמות הולד שלא תבוא לידי ניבול.
לכאו' פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז דאס קינד וועט געבוירן און דערנאך איר הרג'ענען? זעהט זיך אויס אז ס'הייסט נאכנישט קיין מענטש.
איך פארשטיי נישט דיין טענה,
באמת? דו פארשטייסט נישט מיט וואס א עובר איז מער מענטש ווי א עפל?
א עפל האט נישט קיין קאפ, קיין הענט, פיס, בויך, אויגן, אויערן, הארץ, קישקעס, נירן, מוח, מויל, נאז, וכ' וכ' וכ'
עס איז א שיינע פרי מיט שאלאכטס, מיט אפאר קערנדלעך, וזהו.
קענסט עס לאזן אויפן בוים פאר פופציג יאר, עס וועט קיינמאל נישט אויסזען נאנט צו א מענטש
משא"כ א עובר צען מינוט פארן ארויסקומען, איז א פארטיגע מענטש, ער זעט נישט אויס קיין כי הוא זה אנדערש ווי די בעיבי וואס ליגט שוין אין די נורסערי (זיי האף איך אז דו האלטסט יא אז זיי זענען מענטשן). די איינציגסטע זאך איז אז ער איז צוגעבינדן מיט א שטריק צו איינעם, איז וואס? די שטריק מאכט אים פאר א עפל?!?! אויב בינד איך דיר צי צו א שטריק ווערסטו א עפל? די קינד קען שוין רואיג לעבן אהן די מאמע, דו קענסט איר שיסן און אפילו א שטיק צייט שפעטער ארויסנעמען א פולקאמע געזונטע קינד, נו איז ער דאך שוין יעצט א געהעריגע מענטש, נישט אזוי?
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 8:09 am
דורך ליב צו וויסן
די טענות פארוואס אן עובר איז נישט קיין מענטש, אדער פארוואס די געזעצליכע איסור רציחה זאל נישט חל זיין ביי אים, קען ע"פ רוב אויך געזאגט ווערן אויף קליינע קינדער.
וואס מאכט מיר צומישט, איז די היפאקריטיע פון די וואס זענען דא מיט אלע כוחות צוצולאזן האגענען דעם עובר, אבער זענען לוחם למען די שעפסעלעך און קעלבעלעך.