בלאט 1 פון 1

שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 8:30 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיט גרויס פרייד נעמט כלל ישראל אויף א פרישע לעזונג אין די פראבלעם פון טרעפן שידוכים צווישען דעם היימישען ציבור דורך א נייעם העכסט געלונגענעם וועב-סייט bekurov.org
וואס ערהאלט אין זיך א דאטא-באזע פון טויזענטער נעמען פונעם היימישען ציבור, און דאס פארפליכט צו זיין בעז"ה די עמעזאן פון שידוכים,
עס ארבעט אז די לייגסט אריין דיין נאמען און וואס די זוכסט און עס וועט פילטערן לויט דיין געברויך, ווי צב"ש דו לייגסט אריין אז דו זוכסט א באיאנער מיידל וואס גייט גיין א הוילע שייטל וועט ארויפקומען א רשימה פון מיידלעך וואס ענטפערן אויף דעם קראטיריע,
און ווי אויכעט וועסטו קענען אריינלייגען אין דיין shopping cart א געוויסע בחור / מיידל און דאס וועט אנקומען צום שדכן ווי ער וועט זיך פארבינדען מיט ביידע צדדים,
און ווי אויך וועט דער וועבסייט שוין וויסען וואס דו זוכסט און יעדע מאל וואס עס וועט צוקומען א פרישע נאמען וואס קען שטימען מיט דיין געברויך וועסטו באקומען א מעסעדש,

מן הסתם וועלן אלע היימישע פילטער קאמפאניס דאס דורךלאזן....