בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:23 pm
דורך איך אויך
כ'מיין עטץ זענץ ביידע גערעכט, עס איז א בחינה פון הא לן והא להו, דא אין אמעריקע זענען עס די רבנים/רבי'שע חצרות וואס זענען די כבוד פרעסערס און די אמעריקאנע ליטווישע ראשי ישיבות ליגן נישט אזוי ווייט אינעם יותרת הכבוד, משא"כ אין א"י זענען היינט אלע ליטווישע גדעילים ארומגענומען מיט גבאים שטוב מענטשן "חצר" און זיי האבן זיך "דערלערנט" אלע שטיק פון די חסידים, צומאל איז דער קאפי בעסער פונעם מקור.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:29 pm
דורך חאצקל
מ'טאר נישט חוזק מאכן פון צדיקים, איי מ'האט א קשיא פארוואס ער פארט מינט א טשער ליפט, וואס לפי האמת איז עס טאקע א פלא ווי ס'קומט צו א רבי אזא זאך, אבער מיר האבן א כלל אז אין מהרהרין אחרי רבו, און אפילו ער איז נישט דיין רבי, אבער מ'רעדט נישט אויף קיין רבי'ס מנהיגי ישראל בנן של קדושים
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:01 pm
דורך real jew
ס'איז דא צוויי בחינות פין כבוד איינס איז ווען די גבאי ריפט פארזיכערן א פלאץ אויף די אויבן אן אין איינס ווען מ'טיט זיך אן מיט א כבוד התורה אין מרן אליינס פארלאנגט אז זיין הסכמה קען נאר אריינגיין אויב ס'איז אויפן ערשטע עמוד אין האט קפידה'ס ווען מען איז איהם נישט מכבד כדבעיה.
ווען מ'זאגט א מרן אז די שעור איז געווען איינס אין די וועלט פרעגט ער וועלכע נקידה איז געווען די חידוש... א חסיד מאכט זיך וואו ער הערט נישט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:28 pm
דורך געפילטע פיש
די פראבלעם איז אז מ'נעמט א מענטש און מ'מאכט פון עם א מלאך, נאכדעם שטוינט מען ווען מ'זעט אז ער איז א מענטש. לייגט עם נישט אויף אזא פעדעסטיל, און רייס עם נישט אראפ פארן נישט פופילען דיינע עקפעקטעישענס.
בפרט דעם סערעטע רבי, ער האט קיינמאל נישט פארקויפט אז ער פליעט אין די הימלען, ער מאכט נישט קיין קולות ביי די נענועים, טשעפעט נישט קיינעם, חוץ פון זיין קליין קרעמעל אין חיפה ווי ער דאווענט שיין און טאנצט אביסל הערט מען כמעט נישט פון עם.
פאר די וואס קענען עם איז בכלל נישט קיין חידוש זיין גיין אויפן טשעירליפט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:18 pm
דורך חכם מחוכם
געפילטע אידאך הייליג גערעכט מ’רעדט נישט דא פון עפעס א ליידיג גייער א כבוד זיכער ער מאכט נישט קיין נויז, ער זיצט זיך ביי זיך און מאכט זיך אליין שבת, לענ"ד שטייט ער סאך העכער ווי דיע אלע דא אין אמעריקע, איך וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער ער סאך גרעסער פון דעם, דיספייט זיין שיטה איבער ציונות וכדו’
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:27 am
דורך מורינו הרב
מר כדאית ליה ומר כדאית ליה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:43 pm
דורך משה רוקח
איך זעה בכלל נישט דעם פראבלעם פון א רבי אויף א טשעירליפט.
ער איז נישט געגאנגען דערויף לשם תענוג. די טשעירליפט איז נאר געוועהן דעם מיטל אנצוקומען צום ציהל.
דו זעהסט א פראבלעם אז א רבי גייט אויף א עראפלאן? איז א פראבלעם אז מען כאפט בילדער ווי דער רבי זיצט אויפ'ן עראפלאן?
וואס איז דא אנדערש? סך הכל האט ער געוואלט אנקומען אויבן אויפ'ן בארג און גיין אויף א שיינעם שפאציר אזויווי אלע רבי'ס גייען אין שווייץ.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:40 pm
דורך קרעקער
נאך א ישוב אז ער איז אויף די עלטער אין ער האט פארלוירען די כח המעצר וואס האט עם איינגעהאלטען אלע יארען פין גיין האבען פאן
איך טענהע שוין לאנג אז עס גייט זיין שרעקלעך ביטער ווען דע היינטיגע מנהיגי ישראל גייען ווערען 85 און פארלירען זייער כח המעצר אה מיי גייט דעמאלס זיין לעבעדוג זיי גייען זיך נישט קענען איינהאלטען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:31 pm
דורך חאצקל
ס'פאראן בילדער פון ר' איציקל מפשעווארסק ז"ל ווי ער פארט מיט א פערד און וואגן פאר א שפאציר. און איך מיין אז נאך רבי'ס באקאנטע צדיקים פלעגן עס טון זייענדיג אין א קור-ארט.
איך מיין אז ס'איז זייער נאריש צו מאכן פון דעם רבי'נס נסיעה אויפן טשערליפט א דיסקאשן בכלל.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:06 pm
דורך נס קאווע
סקולענע רבי נישט לאנג צוריק אין רומעניע אבער ס'נישט קיין פארגלייך צו א טשער ליפט (נישט א ס' א פראבלעם) די מיינסט די אלטע יודן האבן פארלאנגט צו זעהן צו מ'קען פארשאפן א פאוני רייד